(געוועזענער) מושב זקנים: ס'איז.moshav zekeinim האט געשריבן:איך בין אויסגעלאפן פון געז אינמיטן הייוועי און זיך געשטעלט אין א זייט. עטליכע מינוט דערויף שטעלט זיך אפ אן אראבער און נעמט מיר צו א געז סטעישאן וואו איך האב געקויפט א קריגל מיט געזאלין און טראגט מיר צריק צום קאר.
איך האב מיר אבער נישט קיין עצה געגעבן וויאזוי אריין צלייגן די געז, דער אראבער איז שוין נישטא געווען, און פלוצלינג שטעלט זיך אפ א איד און העלפט מיר אריין לייגן די געז.
מי כעמך בני אברהם
מי כעמך ישראל - כפשוטו
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געהאט א ענליכע מעשה נישט לאנג צוריק.קל וחומר האט געשריבן:דערציילט מיר א איד דאס פאלגעאנדע:
ער וואוינט אין וויליאמסבורג און ארבעט אין בארא פארק און פארמאגט נישט קיין קאר. געווענליך נעמט ער דעם באס, אבער מאכט זיך אמאל וואס ער ענדיגט ארבעטן שפעט ביינאכט ווען ס'שוין נישט דא קיין באסעס און ער כאפט היטשעס.
ויהי הלילה, ס'איז געווען שפעט ביינאכט (נאך איינסע) און ער האט זיך געשטעלט ביי א היטש פלאץ ווארטן פאר א גוטער איד. ס'האט נישט גענומען לאנג און א איד שטעלט זיך אפ און פרעגט אים אנה תלך, ויאמר וויליאמסבורגה. ויסעו... אנקומענדיג קיין וויליאמסבורג פרעגט אים דער בעל חסד 'וואו נעם איך אייך?', זאגט אים דער איד 'איך וועל אראפגיין ווי אימער איר גייט, די לי אז איר האט מיר גענומען ביז מיין שטאט'. ויען ויאמר לו 'איך וואוין נישט דא אין איך האב נישט קיין דעסטינאציע דא, איך האב מיך אין פאקט שוין געהאט געלייגט אין בעט און נאך א לענגערע צייט וואס כ'האב נישט געקאנט איינשלאפן האב איך מחליט געווען אז איך בין שוין סייווי אויף לאמיר כאטש טוהן עפעס זאכליך, האב איך מיך צוריק אנגעטוהן, אריינגעזעצט אין קאר, און געגאנגן זיכן קונדן און ב"ה אז כ'האב אייך געטראפן און איר האט מיר מזכה געווען! אלזא, לאזט מיר צוענדיגן די מצוה בשלימות און זאגט מיר וואו אהין איך נעם אייך!'.
דער איד האט נישט געקענט צוזיך קומען פונעם עפיזאד און האט אים פארשטייט זיך געגעבן דעם אדרעסס און אנגעווארפן מיט א טוץ פון ברכות!
מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!!!
געווען ביי א משפחה חתונה אין פרדס פיגא, געענדיגט די מצוה טאנץ, מ'קלויבט צאם די קינדער און מ'גייט רופן א קאר סערוויס. פארשטייט זיך אינמיטן די נאכט איז שווער צו באקומען. פרובירט אהער אהין, ביז איינער האט צוגעזאגט צו קומען אין 15 מינוט.
אינמיטן קומט אן א קאר, מיט איינער א פעטער פון די אנדערע זייט, איך האב פארשטאנען אז מסתמא האט ער עפעס פארגעסן, אפשר איז זיין משפחה נאך אין די זאל. אבער ער קומט ארויס, פרעגט מיך צו איך בין דא אליינס, זאג איך מיין משפחה איז אינעווייניג. פרעגט ער וויפיהל מענטשן, בקיצור, מיר פיטן אריין אין זיין קאר. און געגאנגען.
אין די קאר פרעג איך אים וועם ער האט געזוכט, פארוואס ער איז צוריקגעקומען? זאגט ער אז ביי יעדע משפחה חתונה טוט ער אזוי, ער טראגט אהיים זיין ווייב און קינדער, און קומט צוריק קוקן אויב איינער איז פארבליבן, און כמעט אייביג געלונגט עס אים צו טרעפן א משפחה וועלכע ווארט נאך, און ער טראגט זיי אהיים.
מי כעמך ישראל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:(געוועזענער) מושב זקנים: ס'איז.moshav zekeinim האט געשריבן:איך בין אויסגעלאפן פון געז אינמיטן הייוועי און זיך געשטעלט אין א זייט. עטליכע מינוט דערויף שטעלט זיך אפ אן אראבער און נעמט מיר צו א געז סטעישאן וואו איך האב געקויפט א קריגל מיט געזאלין און טראגט מיר צריק צום קאר.
איך האב מיר אבער נישט קיין עצה געגעבן וויאזוי אריין צלייגן די געז, דער אראבער איז שוין נישטא געווען, און פלוצלינג שטעלט זיך אפ א איד און העלפט מיר אריין לייגן די געז.
מי כעמך בני אברהם