בלאט 5 פון 10

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 2:24 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:6 דאללער לוינט נישט צו צאלן אפילו פאר'ן שטערן, אין מיין רייכן אפיניאן.


דאס דארף א באזונדערע אשכול.

שוין מערערע מאל האט עס מיר געמאכט טראכטן -
א צייטונג האט באלד 3-4 מאל אזויפיל חומר ווי די אלע אויסגאבעס יעדע איינציגע וואך, און עס קאסט קוים צווי אדער צוויי-אהאלב דאלער.
ווי איז דאס מעגליך?
איז עס די פילע אדווערטייזמענס וואס מאכט דעם חילוק?
בפרט אז מען שמועסט דאך דא לעצטנס אז די עדס גייט אריין פאר חצי-בחנם!
האיך יתקיימו שניהם?

אבער ווי געשמועסט, דאס דארף א באזונדערע אשכול ענבים.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 2:34 pm
דורך זר זהב
ס'קען זיין מערערע סיבות. ערשטענס צייטונג פאפיר איז סאך ביליגער און זיי פארקויפן מער קאפיעס ווי א 6 דאלערדיגע אויסגאבע.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:48 pm
דורך נפתלי
זר זהב האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:און די רעש איז אויך וויזוי מענטשן פארגעסן אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט א 2 יאר צוריק.

דער רעש איז ווייל מענטשן פארגעסן נישט אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט 2 יאר צוריק.

ביזט ראנג! יא, אוודאי די וואס ליגן אליין אין שרייבערייען פארגעסן נישט, איך רעד אבער פונעם המון עם וואס ווייסן נישט גארנישט.

ליין איבער מיין תגובה און זאג מיר וואס איך האב געזאגט ראנג

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:43 am
דורך ידען
די נייע תשרי בליץ איז דא און זעהט אויס זייער אינטערעסאנט מיט א פאר היימישע לאכעדיגע פניםער אויפען דעקל. כאב עס שוין אינדערהיים (צוזאמען מיט די שפאקטיוו) און וועל שפעטער לייגען וועגען די תוכן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:13 am
דורך שרגא
ידען האט געשריבן:די נייע תשרי בליץ איז דא און זעהט אויס זייער אינטערעסאנט מיט א פאר היימישע לאכעדיגע פניםער אויפען דעקל. כאב עס שוין אינדערהיים (צוזאמען מיט די שפאקטיוו) און וועל שפעטער לייגען וועגען די תוכן.

דער דעקל האט מיך אויך געצויגן, זעענדיג נעמען וואס איך האב נאכנישט געהערט פון זיי. אבער כ'קען זאגן אז נאכ'ן ליינען ווייס איך כמעט אזוי סאך ווי נאכ'ן אפליינען דעם דעקל... כ'האב ערווארטעט א באשרייבונג מיט אלע מפרשים, דעטאלן פון אלע זייטן, וויאזוי אנגעקומען דארט, וואס פארקויפט ער, זיינע חידושים, וועלכע "גרויסע קאמפאניס", און אזוי ביי די אנדערע פיגורן, אבער איך בין געבליבן נייגעריג ווי פריער (עלמיר מוזן גיין צו גוגל'ען, אבער כ'זע ער העלפט נישט צופיל אויף יענע היימישע "סעלעברעטיס".)
אגב, זעענדיג דא אן אנדערע אשכול פון הלל צייטלין, דענק איך אז ער האט א שטיק צייט אנגעפירט מיט א צייטונג גערופן: "דער בליץ". ער וואלט זיכער געביסן די ערד ארום זיין קבר פאר גרויס צער אויב וואלט ער געזען די ארעמע צושטאנד צו וועלכן "דער בליץ", אדער דאס געשריבן אידיש ווארט בכלל, האט זיך דערקייקלט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:22 am
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט צו איך בין משוגע אדער האב אנדערע אויגן, אבער איך זעה נישט די ארעמקייט און אלע אנדערע חסרונות און האס וואס יעדער שפייט דא אויפן בליץ.
איך האב הנאה געהאט פון דעם ארטיקל פון די 3 פערזענליכקייטן, פון דעם חב"ד'סקער וועלכער האט געמאכט סדר אין פובליק סקול האב איך קיינמאל נישט געוואוסט און איז געווען א גרויסער חידוש פאר מיר;
זיי האבן אים די בעסטע באשריבן, מיט גאנץ אסאך דעטאלן, וואס איז מיר געווען גאר אינטרעסאנט.
ווידעראום די איבריגע 2 האב איך שוין געקענט בעפאר דעם און קיין גרויסע חידושים האב איך נישט געטראפן ביי זייער באשרייבונג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:23 am
דורך לאדיך אפ
אלע דריי סעלעברעטיס זענען שוין געווען באשריבן אין משפחה. די בילדער קומן אויך פון שפחה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:29 am
דורך טראכט
לאדיך אפ האט געשריבן:אלע דריי סעלעברעטיס זענען שוין געווען באשריבן אין משפחה. די בילדער קומן אויך פון שפחה.

זיי האבן טאקע געגעבן קרעדיט פארן משפחה פאר די ארטיקל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:31 am
דורך ידען
שרגא איז גערעכט דערווייל.

כאב נאר געלייענט וועגען די רבי ואס דאווענט זייער ערלעך און האט געלייגט א מזוזה ביי גוגל אבער זיי האבען פארגעסען צו שרייבען וויפיל גוגל האט גענומען פון איהם פאר די עד וואס ער לייגט יעצט איבעראל אז ער איז א מארקעטער קאפ...

קאם אן, מע קען מאכען א בעסערע זשאב ווי עדוועטייזען דריי מענטשען אויפן דעקעל. פארוואס טראכט איך גראד אז סע נישט א באשרייבונג, נאר א עד פאר גינזבורג?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:45 am
דורך שרגא
שמעקעדיג,
אוודאי שטייט "עפעס" אינעם ארטיקל, כ'מיין ער שרייבט דאך דערוועגן. אבער ווען מען זעט ווי איינער לייגט ארויס דריי היימישע אינטערעסאנטע פיגורן (נאך אין די 'פארברייטערטע' סוכות אויסגאבע), מיינט דאס געווענליך אז מען מאכט א גרינטליכע ארבעט, אראפגעלייגט מיט טעם, מיט א טאץ חידושים. אבער איינס איז נישט אזוי גוט און די אנדערע איז נישט אזוי שלעכט, אבער קיין איינס באקומט נישט קיין גוטן צייכענונג אלס א שלימותדיגער ארטיקל. ווייט דערפון. און דאס האט מיך געבאדערט. דארפסט זיך נאר פארשטעלן ווי דער שטערן אדער די מעלות (וואס זייער שריפט איז קלאר, פליסיג און רייך; הלוואי וואלט זי נאר אביסל פארברייטערט די גרעניצן פון אירע טעמעס), עס וואלט געווען אראפגעלייגט גאר אנדערש. פון די גראמאטיק, דערפון רעד איך נאך בכלל נישט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:54 am
דורך משה רוקח
זיי הייבן אהן זיך צו נעמען צו זיך. זיי האבן שוין גענומען א דרויסענדיגע גרעפיק דעזיינער פאר'ן דעקל וואס האט נישט געמאכט א שלעכטע דזשאב.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:15 pm
דורך פערינא
משה רוקח האט געשריבן:זיי הייבן אהן זיך צו נעמען צו זיך. זיי האבן שוין גענומען א דרויסענדיגע גרעפיק דעזיינער פאר'ן דעקל וואס האט נישט געמאכט א שלעכטע דזשאב.



איך האב דא הענדי די דעקעל אויפן קומפיוטער, ווי איך האב עס אפלאודעד פאר א דיפרענט דיסקאשען ביי אונז אין שטיבעל, שטעל איך עס ארויף

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:00 pm
דורך קרעקער
שמעקעדיג זעט אויס די ביסט נאך ניי דא
זייט קאווע שטיבעל האט זיך געפענט ווען די רבנים זענען ארויסגעקימען קעגען דער שטערן ווערט אנגעפירט א אגענדע קעגען דער בליץ וואס האט פארעקעלט מיך און אויך אנדערע
דער בליץ איז א פיינע מאגאזין טאקע נישט דער שטערן אבער אויך זייער גיט און זייט מהאט זיי אנגעהויבען דא אונטערייסן קויף איך עס יעדע חודש
אלע מאגאזינס שרייבען נאך ארטיקלעך וואס זענען שוין געווען ערגעץ אנדערש אלע מאגאזינס האבן מיסטעיקס סיי גרייזען און סיי גרעמער איינער מער איינער ווייניגער
סאו קאט דע פ קרעפ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:04 pm
דורך קרעקער
א קלארערע פיקטשער פין די דעקעל
https://twitter.com/DerBlitzMag/status/ ... 24/photo/1

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:05 pm
דורך שמעקעדיג
קרעקער האט געשריבן:שמעקעדיג זעט אויס דו ביסט נאך ניי דא


ממש אזוי?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:25 pm
דורך ידען
קרעקער האט געשריבן:א קלארערע פיקטשער פין די דעקעל
https://twitter.com/DerBlitzMag/status/ ... 24/photo/1

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:33 pm
דורך שמעקעדיג
יאנקל (און די אנדערע דא), אפשר קענט איר מרחיב הדיבור זיין אביסל.

דעם פאקט פונעם "בליץ קריג" אנטקעגט דעם שטערן, עקלט מיר פונקט אזוי ווי אייך אלע.

אבער לגבי דעם פאקט פון "נידריגסטן קוואליטעט", דארף איך א הסבר:
ברענגט ער נישט גוט ארויס די ענינים?
שרייבט ער צו קורץ / צו לאנג?
קאפירט ער צופיל פון אנדערע?
מאכט ער גראמאטישע אדער אנדערע אמעראצישע טעותים?

וואס גענוי באדערט אייך? און פארוואס זעה איך עס נישט? (לדעתי - איך מיין נישט צו פארקריכן דא - איז דער בלאט 10 מאל ערגער, הגם ס'איז נישט קיין "אויסגאבע").

איך בין מודה אז ער איז ווייט נישט ווי דער שטערן/שפאקטיוו; אבער פון דארט ביז דאס נידריגסטע וואס שייך איז פאלג-מיך-א-גאנג.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:35 pm
דורך זר זהב
איך האלט אויך אז דער בליץ האט עפעס קיינמאל נישט אויסגעזעהן צום זאך סיי די גראפיק און סיי תוכן און גרייזן. כ'קען אבער נישט צופיל זאגן ווייל איך לייען עס געווענדליך נישט. דערפאר איז מיר אבער געווען א וואונדער ווען כ'האב עס געזען ביין א חבר לעצטענס, איז געווען דארט באשריבן דאס לאנד סינגאפאור איך האב נישט געגלייבט ווי גוט ס'געווען אראפגעלייגט פון אלע הינזיכטן! האבן זיי אויפגענומען א נייעם שרייבער?
איך רעד בלויז פון דעם ארטיקל, ס'האט געפאסט מער פאר'ן שטערן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:38 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג, ס'איז קלאר אז פאר 6 דאלער דארף מען אהערשטעלן עפעס בעסער'ס ווי זיי שטעלן אהער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:26 pm
דורך זר זהב
דעי חודש שרייבט ער אז ער גייט אריין אינעם 2'טן יארגאנג. ער האט שוין ארויסגעגעבן 30 נומערן, וויאזוי שטימט עס?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:33 am
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:מסירות נפש איד הרב הצדיק רבי...
איך זאג נישט ער איז א וואוילער איד, אבער פארוואס שיסן איבריגע טיטלען? (איך פארשטיי אז בעל הבליץ איז זיין איידעם, אבער דאך...)

און איך פארשטיי אויך פארוואס ס'קומט איהם יא די אלע טיטלען. ווייל ער איז באמת א מסירת נפש איד וואס וואלט זיך געקענט זייער גרינג ארויסדרייען פון זיינע צרות ווען ער זאגט נאר עדות א קעגן א מענטש וואס די גאווערנמענט האט שוין סייווי אלע דאקומענטן אים צו באשולדיקן. ער וואלט אפילו געקענט טרעפן א "היתר" עפ"י הלכה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:37 am
דורך אבי גערעדט
אינטערגעגאנגען?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 7:42 pm
דורך וויליאמסבורגער
אבי גערעדט האט געשריבן:אינטערגעגאנגען?

????????