בלאט 5 פון 5
נשלח: זונטאג יוני 23, 2019 5:12 pm
דורך דולה ומשקה
נאך א רינגעלע פון דער גאלדענע קייט פון למען הכלל, ווען דער פוסק הדור הגאון האדיר והמפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א שטייט בראש ועד משמרת ברית קודש, דער גרויסע גאון ד האט געשטעלט דעם יסוד אז מ'דארף אבהער שטעלן איינמאל פאר אלעמאל א געהעריגט סדר ביי די מוהלים, וכידוע לכל. אלס ראש המדברים בכל מקום האט דער גרויסע פוסק געהאלטן א דרשה להלכה ולמעשה ביים אסיפת הרבנים המפורסמת ווי ער האט ערקלערט די נחיצת הדברים.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 1:41 pm
דורך דולה ומשקה
מאמענט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 1:28 am
דורך בעל דרשן
עפעס האב איך געהערט אז רבי יצחק האט געגעבן א שיעור בענין די טעמע פון שבת עלעוועטרס און האט מתיר געווען איינער מיט פרטים ?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 1:37 am
דורך berlbalaguleh
בעל דרשן: ווייל ס'איז כוחא דהיתירא עדיף. פאר ווער ס'האט געליינט דעם ארטיקל אין מאמענט וויאזוי זיי באשרייבן הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א וועלכער האט בפקודת הגה"צ ואחד מ'פוסקי הדור ר' יחזקאל ראטה זצוק"ל אדורכגעארבעט שווערע שאלות, ספעציעל בענייני הילכות שבת און די מסקנא צו וועלכע ער איז געקומען זעהט אז די ערליכע פוסקים נעמען נישט אן לייכט ווען זיי פסק'נען לקולא או להיתר. ס'איז נישט קיין קלות. נאר זיי זענען זיך שטארק מייגע ארויסצוברענגען א פסק הלכה לאמיתה של תורה...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 2:13 am
דורך מצפצף
בעל דרשן האט געשריבן:עפעס האב איך געהערט אז רבי יצחק האט געגעבן א שיעור בענין די טעמע פון שבת עלעוועטרס און האט מתיר געווען איינער מיט פרטים ?
ער האט געשריבן א קול קורא לאיסור.