בלאט 5 פון 18

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 1:25 am
דורך נולד מאוחר
מיין גראסערי זאגט מיר די שטערן איז אראפ פין שעלף. מען האט עס אויפגעפיקט.
איז עס אזא ערענסטער טעות אז מען דארף עס ריקאלען?
וואלט נישט געווען געניג נעקסטע חודש צי שרייבן א תיקן טעות?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:07 pm
דורך אוי טאטי
נולד מאוחר האט געשריבן:מיין גראסערי זאגט מיר די שטערן איז אראפ פין שעלף. מען האט עס אויפגעפיקט.
איז עס אזא ערענסטער טעות אז מען דארף עס ריקאלען?
וואלט נישט געווען געניג נעקסטע חודש צי שרייבן א תיקן טעות?


קוקט אויס זיי זוכן זיך נישט נאך צרות, ממילא יעדע מינדעסטע פראבלעם טוען זיי אלעס צו פארעכטן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:08 pm
דורך אוי טאטי
אדער האט זייער השגחה דאס געהייסן טין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:05 pm
דורך לאדיך אפ
נולד מאוחר האט געשריבן:מיין גראסערי זאגט מיר די שטערן איז אראפ פין שעלף. מען האט עס אויפגעפיקט.
איז עס אזא ערענסטער טעות אז מען דארף עס ריקאלען?
וואלט נישט געווען געניג נעקסטע חודש צי שרייבן א תיקן טעות?

ס'איז נישט אראפ פון שעלף וועגן די טעות, נאר וועגן די מעשה מיט שנעבאלג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:57 pm
דורך ידען
די שטערן פון תשרי איז שוין ארויסגעקומען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:29 am
דורך הדד בן בדד
נו, וואס זעהט מען דארט? אינטערעסאנט, איך האב עס פריער, מיט א שעה צוויי צוריק געזוכט אין געשעפט און עס איז נאך נישט געווען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
א ספעציעלע דיקערע אויסגאבע לכבוד יום טוב

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:56 am
דורך שמעקעדיג
תשרי תשע"ג

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:01 pm
דורך ונבנתה העיר
זייער שיין - ווי אלעמאהל.

אזוי ווי איך פארשטיי אז זיי פראבירן צו שרייבן מיט זעלבסט רעספעקט און מיט וואס ווייניגער אגענדעס [גירסא דינקותא איז שווער אויסצורייסן], וויל איך נאר מעיר זיין אויף צוויי זאכן וואס איך האב באמערקט דורכבלעטערנדיג:

1) ווען מען שרייבט איבער אייכמאן ימ"ש, זיין ראלע אינעם קריג, וואו ער האט זיך באהאלטן, ווי אזוי מען האט איהם געכאפט, זיין משפט וכו', דארפן די פאר ווערטער אויפן דעקל נישט זיין איבער די אשכזי'שע ציונים וואס איז נישט אנגעגאנגען אויב איין תימן'ער וועט שטארבן.

2) אויף ר' שלמה קלוגער שרייבט מען נישט: חסיד: הרה"ק רבי ר' מאיר מפרעמישלאן זי"ע.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:08 pm
דורך פעדער
א טעות אין דער שטערן.
עטליכע מאל געשריבן "דירת ארעי" אנשטאט "דירת עראי".
כ'פארשטיי מיר נישט. א שטיקל סוכה גמ' געדענקט ער נישט?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:15 pm
דורך שמעקעדיג
פאראן מערערע טעותים דעם חודש. חוץ וואס די אויבערשטרעכלעך די לעצטע 2 חדשים סאקט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:26 pm
דורך פעדער
כ'האב מיך לעצטנס גענומען לייענען דער זמן, און ס'איז אסאך בעסער ווי דער שטערן, מ'קען זען ווי שמעון לאזט אויס אסאך אינטרעסאנטע דעטאלן כסדר ווייל אדער פאסט עס נישט פאר די אידישע אויסגאבע אדער וועט עס צולאנג זיין.

למעשה אבער איז דער זמן פיהל בעסער. צום ביישפיל. איך האב געלייענט דעם ארטיקל פון די פארדאנס, און דער אלקאטרעז אנטלויף, ביידע אסאך בעסער ווי אין, דער שטערן. און ס'איז פשוט אזוי וויבאלד דאס איז דאך דער מקור פון וואנעט שמעון נעמט עס. כ'זאג נישט! ס'פעלט טאקע שמעון'ס הומאר צווישן די שורות, נו וועט מען מוזן ביידע קויפן.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:42 pm
דורך טראכט
ליינענדיג אין דער שטערן איבער דער תמנ'ער איד וואס האט געהאנגען אייכמאן ימ"ש, וואונדערט מיר פארוואס דער שטערן האט ספעציעל געדארפט אראפ פארן אום צו אינטערוויואירן, ווען זיי וואלטן געקענט נעמען די עקאראט די גאנצע געשיכטע מיט די בילדער פון די אינטערוויא וואס איז לעצטענס ערשינען אויפן אינטערנעט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:20 pm
דורך לאדיך אפ
טראכט לינק פליז.
די מעשה מיט די הענגמען פון אייכמן איז שוין געווען אין משפחה, בקהילה און שעה טובה.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:21 pm
דורך זר זהב
מ'קען זעהן אויף יו טוב א פילם דערפון

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:33 am
דורך קרעקער
נגר איז שוין אויסגעדראשען פאר דע וואס ליינען אנדערע מאגאזינען ווייל סאיז שוין געווען אל אווער
האראוויץ איז א באטאמטער יודעל ווען כהאב איין יאר געארבייט אין מצה בעקעריי האט ער אייביג געמאכט דארט דשאוקס
כהאב עם געקאלט נעכטען גראטולירען פארען שיינעם ארטיקעל האט ער אריינגעשאלטען אז ער האט נישט געלאזט שרייבען די מעשה פין עם און ער איז זיי נישט מוחל כהאף אז זיי וועלען עס נישט נאכאמאל אראפנעמען פין די שעלווס דאס איז זיכער אז זיי קענען זיך נישט יעדען חודש צורייסען מיט נאך איינעם
טענקס פארען ענדיגען מיט די בלורי פענעמער און אויך קאט אראפ דע צדיקים וועם מבאשרייבט אונז אלע ווייסען אז סאיז איבריג און עס וועט סייווי נישט צופרידעשטעלען די פרימע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:37 am
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:מ'קען זעהן אויף יו טוב א פילם דערפון

לינק?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 9:17 am
דורך ידען
די שטערן איז מער פאר מענטשען וואס לייענען בעיקר אידיש און ער דארף נישט קוקען אויב אין ענגליש איז עס שוין געווען געשריבען. סע זעכער בעסער אויב ער שרייבט עס א וואך פאר משפחה באשרייבט עפעס אבער למשל איך האניש געלייענט וועגען די תימנער דערווייל אפי׳ איך לייען אסאך מאל די משפחה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 9:37 am
דורך טראכט
זעט זיך אויס ווי עס איז גענימען געווארן פין די דאקעמענטרי וואס הייסט התליין The Hangman

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:58 am
דורך שמעקעדיג
פאר מיר למשל איז עס געווען נייעס. איך האב עס נאך קיינמאל בעפאר געלייענט, און כ'האב שטארק הנאה געהאט דערפון.

וועלכע הורוויץ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:04 am
דורך שרגא
פעדער האט געשריבן:א טעות אין דער שטערן.
עטליכע מאל געשריבן "דירת ארעי" אנשטאט "דירת עראי".
כ'פארשטיי מיר נישט. א שטיקל סוכה גמ' געדענקט ער נישט?


כ'פארשטיי מיר אויך נישט, אזא תוכנדיגער 'פעדער' האט נישט געלערנט א שטיקל סוכה מיט די מפרשים? ווען יא, וואלסטו דאך געוואוסט אז מען טרעפט ביידע. אזוי ווי אנדערע ווערטער וואס די אותיות קענען זיך ארומטוישן, זענען עראי און ארעי ביידע ריכטיג און ביידע ווערן באניצט. איינס איז לה"ק און איינס אראמיש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:46 am
דורך שמעקעדיג
שרגא האט געשריבן:אזוי ווי אנדערע ווערטער וואס די אותיות קענען זיך ארומטוישן, זענען עראי און ארעי ביידע ריכטיג און ביידע ווערן באנוצט. איינס איז לה"ק און איינס אראמיש.


דאס איז א חידוש פאר מיר!
פון וואו נעמסטו דאס?

איך האב אויך אלס געהאלטן אז ארעי איז א טעות, אן עס קומט עראי.
קען זיין איך בין ראנג, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.
אין אלע פלעצער ווי עס איז פאראן א דגוש אויף ספעלינג און גראמער, שטייט "עראי"
און ווידעראום אין די פלעצער וואו ס'פארנעמט נישט קיין מקום, וועט געווענליך שטיין ארעי.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:52 am
דורך פעדער
כ'האב גראדע געמאכט א סוירטש פארדעם צו זען אויב אנדערע שרייבן אויך אזוי, און נאכן זען טאקע אז אסאך אנדערע שרייבן אויך אזוי, האב איך נאכאלץ געטראכט ווי א חסידישע איד. "אלע מאכן א טעות"... דאס איז מיר אבער נישט איינגעפאלן אז ס'איז אראמיש און לשה"ק. יישר כח פארן פאררעכטן.