בלאט 5 פון 5
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:39 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא.
#על שהעמידו דבריהם על דין תורה
ביטע קום מיר נישט יעצט מיט די תורה. עס קומט נישט אריין אינעם שמועס.
דא קומט אריין דער ליטוואק.
רגשות הלב, מענטשליכקייט, שכל אנושי, פארנעמט נישט קיין פלאץ.
"וואס שטייט אין שולחן ערוך?" - זהו ותו לא מידי. [גראדע שפעטער פרובירט ער יא, אן הצלחה, צו מסביר'ן מיט שכל].
עכשיו יבוא הבעל עגלה ויאמר הבדיחה הידועה אז יעדע ליטוואק האט א צלם אין הארץ וכו'...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:48 am
דורך געוואלדיג
פאר די וואס מיינען אז די תורה רעכנט זיך אינגאנצן נישט מיט געפילן,
מִי שֶׁאֲמָדוּהוּ וּכְשֶׁהִתְחִיל לִלְקוֹת נִתְקַלְקֵל מִכֹּחַ הַהַכָּאָה בֵּין בְּרֵיעִי בֵּין בְּמֵימֵי רַגְלַיִם אֵין מַכִּין אוֹתוֹ יוֹתֵר שֶׁנֶּאֱמַר (דברים כה-ג) 'וְנִקְלָה אָחִיךָ לְעֵינֶיךָ' כֵּיוָן שֶׁנִּקְלָה פָּטוּר.
רמב"ם שופטים יז ה
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 1:00 am
דורך יהושע חיים
ירא שמים האט געשריבן:ווי שטייט אין די תורה אז א מאלעסטער באקומט א עונש ?
א רודף אחר הזכר מעג מען מציל זיין מיט רציחה און אויף דעם זאגט די פסוק "לא תחוס עינך'"
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 1:06 am
דורך [NAMELESS]
און וואס שטייט אין תורה אויף א מסלף פשט הפסוק?
די תורה רעדט קיינמאל נישט פון מאלעסטירן, נאר פון משכב זכר. אויף מאלעסטירן באקומט מען - ע"פ תורה שבכתב - ניטאמאל קיין מלקות.
יתכן אז חז"ל בכוחם וואלטן געקענט געבן מכת מרדות, און ווען איך האב די כח - געב איך אויך מכת מרדות. אבער מיש נישט אריין פסוקי התורה וואס רעדן נישט פון דעם.
ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 1:18 am
דורך ירא שמים
וואס שטייט אין שולחן ערוך?" - זהו ותו לא מידי. [גראדע שפעטער פרובירט ער יא, אן הצלחה, צו מסביר'ן מיט שכל].
דאס איז געווען די אמאליגע ליטוואקעס די היינטיגע האבן שוין א ״דעת תורה״ מיט א ״תורה׳דיגע השקפה״ …
לכאו׳ כדי עס צו פארשטיין דארף מען דורכלערנען ליטוואקס אשכול די תורה און שכל.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 1:22 am
דורך יהושע חיים
איך קען נישט די פראקטיק פון מאלעסטן אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען איז עס (אפשר נישט אין אלע פעלער) בערך משכב זכר. נו, קען זיין איך האב געלעבט אין א טעות.
דרך אגב איז ר' שש עפעס זייער עגרעסיוו און בייסיג ביי דעם שמיעס (הגם ער האט ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה)
על כן האלט איך מיר צוריק פון זאגן מיין מיינונג (אויף אדווייל)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:16 am
דורך [NAMELESS]
איך בין עפעס שטארק מסופק אויב נקמה פונעם וויקטים אינעם מאלעסטערער איז א long term רפואה, ליבי אומר לי אז ווען מ'ווערט עלטער האט מען אביסל חרטה אויב דעם.
Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 6:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נישט קיין צדוקי, און אחוץ תושב''כ איז אויך דא א תושבע''פ. דאס איז א פאקט, נישט נאר עפעס מיט וואס צו רודערען חנוכה ווען מ'האט נישט וואס צו טוהן און מ'דארף פעניען אפאר שעה ביי די לעכט, און מ'זאגט תורות מקשר צו זיין רבי תנחומ'ס און מסביר זיין כבתה זקוק לה למ''ד אין זיקה. דער תושבע''פ באשטייט פון א סוגיא אין יבמות ועוד, וואס אין טור שלחן ערוך איז עס אין חו''מ סי' ב' און אויך ערגעץ איו די שפעטער ש'ס. איך קען יעצט נישט נאכקוקען. דארט רעדט מען פון איינער וואס שעדיגט א צווייטען וואס דארף מען טוהן. דוכט זיך איחוד פעלד פלעגט האבען א חלק דערפון אין זיין חתימה. דארט האנדעלט מען נישט זיין משפחה, זיי קומען נישט אין באטראכט. און אויב עפעס זעט מען פארקערט 'אין חל משפחה שיש בה מוכס שאין כולם מוכסין, מפני שמחפין עליו' וכן לעניינינו.
מיר דוכט זיך אז איך האב ארויף געברענגט אפאר נקודות. פאר עפעס א סבה דער איינציגסטע נושא וואס וועקט אויף דער עולם איז ווען מ'קען שרייבען אקעגען די תורה. אוודאי מיט'ן אויסרייד פון די אלטע לאזונג פון עמי הארץ 'על שהעמידו דבריהם על דין תורה', וואס איז דער איינציגסטע גמרא וואס מ'דארף קענען צו זיין א בעלעבאטישע חסידישע איד, 'שטייט זיך צוזאמען מיט 'הלכה כדברי המיקל בעירוב'.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 10:30 am
דורך יעקב מענטש
הרב ליטוואק טענהט אז אין די תורה זעהט מען נישט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט די געפיהלן פון די משפחה פון דעם בשטראפטן.
אמת,
אבער ווער רעדט דא פון געבן עונשים ? ווען דו גייסט רעפארטן צו די פאליציי, טוסטו דאס כדי יענער זאל באקומען א עונש ? חס ושלום! זייט ווען איז מען דן אן קיין בי"ד ?
די איינציגע סיבה פארוואס מ'רעפארט איז - אנגעבליך- צוליב פראטעקטן אנדערע קינדער, (די 'עכטע' סיבה איז נקמה), נו, אויב אזוי מאך א קאסט/בענעפיט אנאלאסיס, און זעה צו דו מאכסט מער ריוח ווי שאדן אדער פארקערט,
וועגן דו אנדערע זאכן וואס דו האסט געשריבן, ביסטו פשוט נישט אפדעיטעט מיט די עדווענסמענטס וואס די מוסדות און עסקנים האבן געמאכט אין דעם געביט, הן מיטן פריווענטן א פראבלעם, רוב מוסדות האבן היינט קעמערעס איבעראל, און הן ווען ס'מאכט זיך א אומגליק,
און במציאות ווערן זאכן סאך בעסער געסאללווט אינדרויסן פון דעם שטאטישען סיסטעם, וואו די ציהל איז בכלל נישט צו 'סאלוון' א פראבלעם, נאר 1) צו טוהן 'דזשאסטיט', באשטראפן דעם באשולדיגטן (אפיציעל) 2) פארשענערן דעם רעזומעי פון דעם פראסעקיוטער אז ער האט מצליח געווען צו פארשיקן נאך איינעם אויף לעבנסלעגליכע טורמע, אזוי ארום ארויפרוקן זיין ווערט ווען ער גייט זוכן א דזשאב אין דעם פרייוועט סעקטער (אומאפיציעל, אבער זיכער אמת),
Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 11:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך רעד אויך נישט פון עונש עיי''ש בשו''ע. מ'רעדט פון זיך און אנדערע באשיצען
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:42 pm
דורך boxcover
יעקב מענטש האט געשריבן:הרב ליטוואק טענהט אז אין די תורה זעהט מען נישט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט די געפיהלן פון די משפחה פון דעם בשטראפטן.
אמת,
אבער ווער רעדט דא פון געבן עונשים ? ווען דו גייסט רעפארטן צו די פאליציי, טוסטו דאס כדי יענער זאל באקומען א עונש ? חס ושלום! זייט ווען איז מען דן אן קיין בי"ד ?
די איינציגע סיבה פארוואס מ'רעפארט איז - אנגעבליך- צוליב פראטעקטן אנדערע קינדער, (די 'עכטע' סיבה איז נקמה), נו, אויב אזוי מאך א קאסט/בענעפיט אנאלאסיס, און זעה צו דו מאכסט מער ריוח ווי שאדן אדער פארקערט,
וועגן דו אנדערע זאכן וואס דו האסט געשריבן, ביסטו פשוט נישט אפדעיטעט מיט די עדווענסמענטס וואס די מוסדות און עסקנים האבן געמאכט אין דעם געביט, הן מיטן פריווענטן א פראבלעם, רוב מוסדות האבן היינט קעמערעס איבעראל, און הן ווען ס'מאכט זיך א אומגליק,
און במציאות ווערן זאכן סאך בעסער געסאללווט אינדרויסן פון דעם שטאטישען סיסטעם, וואו די ציהל איז בכלל נישט צו 'סאלוון' א פראבלעם, נאר 1) צו טוהן 'דזשאסטיט', באשטראפן דעם באשולדיגטן (אפיציעל) 2) פארשענערן דעם רעזומעי פון דעם פראסעקיוטער אז ער האט מצליח געווען צו פארשיקן נאך איינעם אויף לעבנסלעגליכע טורמע, אזוי ארום ארויפרוקן זיין ווערט ווען ער גייט זוכן א דזשאב אין דעם פרייוועט סעקטער (אומאפיציעל, אבער זיכער אמת),
דו ברענגסט ארויס א מורא'דיגע נקודה. אויב די גאנצע נושא איז נאר פראטעקשאן, דאן דארף מען פראטעקטן יעדעם.
איז אזוי. ווילאנג מען האט א באלאנסירטע שקלא וטריא די אזוי-גערופענע וויקטים מיט די אזוי-גערופענע פוגע, מען נעמט אין באטראכט די רווח און שאדן וואס איז פארגעקומען און וואס קען ארויסקומען פאר זיי און זייערע משפחות (ביידע;
לעטס בי פעיר דערוועגן), און די סכנה פון לאזן לויפן. אז מען נעמט אלעס און באטראכט און מ'מאכט גארנישט אוועק, איז דאך גוט. ס'גייט אבער ליידער נישט אזוי. כ'על דאס בעסער מסביר זיין אין א מינוט.
ביי דע וועי: לאו ענד ארדער (law & order) ארבייט אויף עטליכע פראנטן, אריינגערעכנט נקמה. יאפס, תפיסה איז נישט נאר צו אפהאלטן די פארברעכער פון די גאס, נאר נקמה איז וויכטיגע חלק, למען ישמעו וייראו.
בנוגע דאס וואס דו זאגסט אז
די מוסדות האבן געמאכט פארשריט, דאס ווייסט יעדער, די שאלה איז נאר
וויפיעל,
ווי שנעל און
פארוואס. ערלויב מיך ביטע זיך צו מסביר זיין.
וויפיעל און ווי שנעל האבן זיי געמאכט פארשריט? זיי האבן געמאכט גרויס פארשריט ב"ה אין די הינזיכט פון פרעווענשאן מיט קעמערעס וכדומה, כאטש ס'איז נאך פארהאן אסאך צו טוען. ווען ס' האט זיך שוין געמאכט א אומגליק ה"י, איז כמעט נישט פארהאן קיין שום פארשריט. (פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס בכללות'דיג; ס'איז פארהאן - און ס'איז אייביג געווען - אסאך מוסדות און מנהלים וואס האבן די קאפ און הארץ אויפן פלאץ.)
די אנדערע שאלה איז
פארוואס. ד.ה., פארוואס האבן זיי דען געמאכט די פארשריט וואס זיי האבן יא געמאכט? ווייל ס'איז געווען גרידער, און זיי האבן קיין צוויי ברירות נישט געהאט, כמי שכפאו שד, אז נישט וואלטן זיי זיך גאר-שנעל פארשפילט מיטן געזעץ.
טא, פרעג איך אייך, זאל א טאטע אפשטעלן די גרידער אדער מאכן פרישע גרידער?
איינע פון די גרעסטע פונדאמענטאלע פראבלעמען פון לאזן די מוסד, מנהל, הנהלה אדער אינערליכע וועד קער נעמען, איז קאנפליקט אוו אינטערעס. ווער ס'פארשטייט נישט צו דעם זאל עס גוגל'ן, אבער א הנהלה און אלעס ארום האבן פאקטיש א נגיע צו אפהאלטן א קול ווייל ס'איז א שטיקל שאדן פאר די מוסד און הנהלה אז אזאנס האט זיך אפגעשפילט ביי זיי. (דאס אליינס איז באמת א נער'ישע גלגל החוזר, ווייל איינמאל א מוסד זאל נאר ארויסקומען מיט א זערא-טאלערענס פאליסי, וועט די כבוד דערפון גלייך איבערוועגן די שאנדע.)
דיסקלעימער: איך האלט בכלל נישט אז מ'כאפט און מ'לויפט צו די פאליציי ביים ערשטען מינוט וואס דו הערסט האלבעטע ווערטער. קיין שום עקסטרעמע מהלך איז קיינמאל נישט פראדאקטיוו. מיין עיקר נקודה איז - ווי [tag]שלום על ישראל[/tag] האט געזאגט - אז ווען איר הערט וועגן א פרוסטרירטע עלטערן וואס ווילן טראסטן די הנהלה און נעמען שריט, פראביר צו פארשטיין זייערע ברירות.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:46 pm
דורך boxcover
שלום על ישראל האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,
כ'האב שוין געהערט פון דעם כמה פעמים. קודם כל - ווי ווייט מיין ריסורטש האט דערגרייכט - האב איך נישט געקענט פעסטשטעלן קיין איינציגסטע קעיס ווי מען האט פאקטיש דורכגעפירט אן אפעראציע. צווייטענס, די אפעראציע פארריכט נישט אלעס, כמובן.
און לאמיר נישט פארגעסן די עיקר, וויבאלד דו מישט נישט אריין די געזעץ, וואספארא מהלך וועט באצווינגן דען יונג צו גיין עהרליך צו טערעפי? ווער קען אין נאכגיין 24 שעה א טעג?
קוק ווי שווער ס'איז פאר די ליגעטימע פאליציי - וואס האט די בייטש און די געריכט - צו קער נעמען. ווילסטו אז דריי עסקנים זאלן קער נעמען פון אפאר ערנסט-קראנקע?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 17, 2015 11:56 pm
דורך ירח בן יומו
היינט אויף נחום סיגעל'ס שאו האט די בעל דרשן געזאגט אין נאמען פון א גרויסע דאקטער אין מאנסי אז מ'קען רואיג גיין צו די פאליס אויף יעדער חשד און מ'דארף גארנישט מורא האבן פון באגראבן די חשוד, ווייל זיי טוען ליידער סייווי גארנישט (ניטאמאל אפליינן די קלעים) דערוועגן סיידן ס'איז א אבנמארלע מעשה.
איז טאקע אזוי? בארעכטיגט דאס שוין טאקע די גיין צו די פאליס איינס צוויי?
Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 7:24 am
דורך יהושיע
קיין שום פראבלעים? ממש קיין שום פראבלעים? ס'סעטעלט זיך גאנץ שנעל? וואס הייסט למשל שנעל אין אזא סיטועשאן? קענסטו אפשר מסביר זיין.
ביסטו שוין אמאל געווארן ארעסטירט אפי' פאר א קליינגקייט אין ניו יארק ווי למשל סוספענדירטע לייסענס וכדו' ? צו ווייסטו וואס דאס מיינט בכלל? יעדע סקונדע שפירט זיך ווי א שעה. (אויב איז איינער אינטערסירט צו ליינען וואס עס מיינט ווערן ארעסטירט וועל איך פרובירן אראפ מאלן מיט קאלירן כפי יכולתי) און ווי עס ליינט זיך, איז ער געווען פארכאפט איבער נאכט היעלה על הדעת וואס די ווייב און קינדער מאכן מיט די נאכט. און ווער רעדט נאך די פון די פרוי וואס קען קיין שום עקסעס נישט באקומען צום מאן די 12 צו 24 שעה וואס עס לויפט איר אין קאפ. יא א חזר נישט קיין חזר, קען נישט זיין, ווייסטו וואס לעצטענס האב איך באמערקט א שטיקעל אנגעצויגענקייט, אפשר האט עס מיט דעם ? וכדו'
דאס איז נאר אן אפס קצהו פונעם טאג אויף די ארעסט.
וואס טוהט זיך מיט די עינו הדין ביז מען באקומט די נאט גילטי ווערדיקט. וויפיל שבעה מדורי גיהינום מען גייט אדורך אי אפשר לפרטם כי רבים הם. דאס הייסט נישט געפערליך ס'סעטעלט זיך גאנץ שנעל.
אונטער 6 חדשים פון סקרוטעני איז נישט פארהאן. די מחשבות נאגן און פאניגען לא ישבותי, באפרייט, אדער תפוסה, פראבעישאן אויף א גוט אויפן. חברים, משפחה אלע מיט א כבדהו וחשדהו בליק וואס ווערט מורגש אין אלע גלידער. פארוואס ווייל איין ווארט פון א אווער פראטעקטיוו מאמע וואס וויל הערן אז מען האט געטאטשט איר קינד כדי זי זאל אים קענען פראטעקטן.
שלום, די ביסט צו לייכט אויף יענעמס בלוט. די ביסט גרייט צו מפקיר זיין זיין בלוט ווייל עס איז נאר א האלב יאר פון בלוט פארגיסונג, אפשר מער, נישט ווייניגער.
מיר גייען בכלל נישט אריין אין א דיבעיט צו די ביזט גערעכט אדער נישט. פשוט נישט געפערליך ס'סעטעלט זיך גאנץ שנעל ווען דער מענטש פארלירט אלעס פארגארנישט און פארנישט איז עטוואס לייכטזיניג צו שרייבן.
עד כאן תוכן דברי. א גוטן טאג
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 7:29 am
דורך יהושיע
mevakesh האט געשריבן:רבי שש די מעשה איז געווען אז די מאמע האט געמיינט אז מען האט מאלעסטערט די קינד און די פאליציי נאך אויספארשען דאס קינד האט געזאגט אז על איז נישט ריכטיג
די גאנצע איבריגע וואס דו שרייבסט איז נישט קיין חלק פון די מציאות נאר דיין בליק
און ווי ווייט איך זעה איז דער ווייטאגליכער מציאות אז געווענליך ווען עס קומט אזא מעשה איז די טענה ווי וואויל און פיין דער באשולדיגטער איז און ווי פארריקט דער באשילדיגער איז עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט דעם און זיך מתייחס זיין לגופא דעובדות
זיי נישט ברוגז, שש וויל פשוט ווארפן א שטיקעל ליכט פון וועם די רעדע איז. און וואספארא סארט די באשילדיקטער איז. און וואס איז די היסטאריע פון די באשילדיגער. און מיין אפיניון איז עס וויכטיגע פאקטן צו די מעשה. מען דארף אנאלעזירן די מעשה מיט מי ומי ההולכים צו קענען אנאלעזירן די פאקטן.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 7:39 am
דורך יהושיע
עזריאל האט געשריבן:די מעשה וואס שש ברענגט איז א אמת׳ע מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן בשעת מעשה זייענדיג קרוב אל החלל.
דער אינגערמאן איז באמת א פיינער מענטש און דאס אלעס וואס [tag]אדנירם[/tag] שרייבט אויף אים איז נישט איבערגעשאצט, און די נקודות פון [tag]שלום על ישראל[/tag] הערט זיך זייער גוט אויב קען מען נישט די באטרעפענדע וואס דאן קען עס אויסקוקן אז א מאמע פון א נארמאלע משפחה האט געמאכט א טעות קעגן א פלעינע אינגערמאן, אבער ווען מ'ווייסט ווער די צדדים זענען הערט זיך עס גאר אנדערשט.
דער משפחה וואס האט אים געקלאגט איז לפי ידיעתי נישט קיין גע'גט'ע עלטערן נאר פשוט שלעכטע מענטשן מיט א פארביסנקייט צו די מענטשהייט. לויט ווי איך הער האלט די מאמע אז צענדליגער מענטשן האבן זיך שוין פארזינדינגט מיט איר קינד, (צום באמערקן דער קינד איז '4' יאר אלט, ואידך זיל גמור).
דער טאטע האט א ברודער וואס איז א משפיע אין מאנסי, צופעליג האט ער אין פארגאנגענהייט אסאך אויף געטוהן מיט קירוב אקטיוויטעיטן, אבער שכל האט ער ווייניגער פון ווייניג וואס איז גראדע נישט קיין סתירה צו זיין רעזומעי, מיט זיין גוטסהייסונג (לכאורה וועלענדיג קריגן א נאמען פון אקטעוויסט וואס פייט פאר קינדער) איז דער מאמע געלאפן צו די פאליציי נאכן הערן די ווערסיע פונעם 4 יעריג'ס וואס אויב איז דער קינד פון דער מין וואס הייסט 'מענטש' אדער 'אדם' ווייסט עס ניטאמאל וואס מאלעסטעישאן מיינט, און ווייסט ניטאמאל צו באריכטען אויב איינער האט געטון מיט אים מעשים אשר לא יעשו.
נאכדעם וואס א צווייטער חוץ די עלטערן האט גערעדט צום קינד האט מען קוקט אויס געזעהן אז דער ווייסט נישט מימינו לשמאלו, אבער אזויפיל האט דער משפחה אויף געטון אז ס'איז נאך אין די נייעס אז דער אינגערמאן האט געטשעפעט א קינד, פארשטייט זיך מיט א גרויסער בילד פון אים, לכאורה בלייבט עס אויפן געוועב לאורך ימים ושנים אז זיינע קינדער און אייניקלעך זאלן עס נאך קענען זעהן. אלעס ווייל א צעדריקטער עסקן האט געוואלט ווערן פאפעלער אויף די בלוט פון אומשולדיגער אינגערמאן וואס מוטשעט זיך אויף פרנסה דרייווענדיג א באס.
וואס [tag]mevakesh[/tag] שרייבט:
mevakesh האט געשריבן:אגב די מעשה געבט מיר חיזוק אז דער סיסטעם איז נישט אזוי שלעכט אזוי ווי מען זעהט דא אז די אמת איז ארויסגעקומען גאנץ שנעל אפילו דער יונגערמאן האט געהאט גאר שטארקע בזיונות וכו איז צום האפן אז ביז א צייט וועט עס זיין פארגעסען און פון די אנדערע זייט די שולדיגע באקומען זייער פארדינטע שטראף
איז אינגאנצן אום גערעכט, א) ווי איך האב געשריבן אז דאס איז אויפן אינטערנעט און ס'וועט זיין אוועילבעל פאר זיינע קינדער אין אייניקלעך, ב) דא איז טאקע דער אמת נתגלה געווארן שנעל אבער אנדערע האבן יא געליטן לענגער און אויסגעשטאנען קאורט קעיסעס אין א משך פון צוויי דריי יאר נישט וויסענדיג וואס צו ערווארטן, און ווער זאגט אז יעדער וואס מ'האט יא געטראפן שולדיג ווייל ער האט נישט געהאט די באווייזן סותר צו זיין זיינע קלעגער איז טאקע שולדיג?
אגב עס איז דא א קאמפאני וואס קלעימט אז זיי קענען אראפ נעמען פון געוועב היסטאריע. עס איז כדי אז אויב איז ריכטיג די ווערטער פון שש אז מען זאל זיך מיט די קאמפאני פארבינדען. איך האב נישט זייער אינפארמאציע איך הער עס אויפ די ראדעיא כסדר עדווערטייזט.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:09 pm
דורך יהושיע
berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם: ייש"כ פאר אראפברענגען די צווייטע זייט פון די מטבע, און צורירן (פאן אינטענדעד.) צו א זייער ווייטאגליכע פרשה וועלכע האט שוין גורם געווען א סאך צער און עגמת נפש און איז אויך באגלייט מיט א גרויסע מאס היסטעריע.
דער סאבדזשעקט פון טשיילד מאלעסטעישן איז זייער א פארצווייגטער און האט פילזייטיגע אספעקטן. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט אמת'ע פאקטן, ווען א טייל רבי'ס, טיטשערס אדער יוגנט קאונסלערס זענען באשולדיגט געווארן אין אביוזן קינדער וועלכע זענען געווען אונטער זייער קאנטראל. קיינער האט זיך נישט געמאכט קיין סאך צו טון. ביז מ'האט אנגעהויבן איינצוזעהן די שעדליכע עפעקטן וואס דאס האט געהאט אויפ'ן לעבן פון די קינדער וועלכע זענען געווארן אביוזד.
אבער צוזאמען מיט די רפואה איז אויך געקומען די זייטיגע השפעות וואס דאס האט גורם געווען. די מענטשן זענען אריינגעגאנגען אין עפעס א מין היסטעריע. וואו מ'האט נאר געהערט פון עפעס א באשולדיגונג אקעיגן א מענטש. מעג ער זיין דער פיינסטער און ארנטליכסטער מענטש. איז ער שוין געווארן אפגעסטעמפלט אלס מאלעסטער און אביוזער. פארשטייצעך אז יענער (אומשולדיגער) האט באלד פארלוירן זיין דזשאב און פרנסה. אויך זיין גאנצע משפחה איז פארשעמט געווארן. ווען אין א סאך פעלער האט זיך אויסגעלאזט אז די גאנצע פרשה איז נאר געקומען צוליעב עפעס א מיספארשטענדעניש אדער בייזוויליגער בלבול פון האלב-צודרייטע אדער רשעות'דיגע מענטשן וועלכע האבן געהאט זייער אייגענע אגענדא. צו ביי משפחה סיכסוכים פון שלום בית, וואו איין צד האט געזוכט צו באקומען קאסטעדי פון די קינדער.
אבער א גרויסן טייל פן דעם געשאפענעם מצב קענמען אנלייגן אויף די אזוי-גערופענע "עדוואקעיטס". זיי זענען (אין די מערסטע פאלן) נישט געווען קיין נייטראלע מענטשן וועלכע האבן אויס זארג פאר'ן וואוילזיין פון די קינדער זיך אונטערגענומען צו פובליצירן די נעמען פון די באשולדיגטע מענטשן נאך גרונטליכע אויספארשונגען פון אלע זייטן פון די באשולדיגונג. נאר זיי האבן ענדערש געמאכט דעם רושם אלס טומלערס און פובליסיטי-זוכערס.
לאמיר נאר דערמאנען צוויי פון די מערסט באוואוסטע מתעסקים אין באקעמפן טשיילד אביוז. נחום ראזנבערג און "הרב" יעקב הורוביץ פון מאנסי. זיי וועלן קיינמאל נישט ארויסקומען מיט פאקטן און אפענע ראיות און באשולדיגונגען אקעיגן א מענטש. אדער אפילו ארויסברענגען אפילו א ספק אין זיין שולד. אזוי ווי ס'איז געווען לעצטנס ביי א פרשה אין ראקלענד קאונטי, וואו עפעס א בחור/יונגערמאן וועלכער האט זיינע אייגענע פסיכאלאגישע און עמאציאנעלע פראבלעמען איז ארויסגעקומען מיט לעכערליכע באשולדיגונגען אקעיגן א באוואוסטן, ארנטליכן איד א תלמיד חכם און פעמילי מענטש. זיי (די עדוואקעיטס) האבן חדשים לאנג געשריבן אלערליי בייזוויליגע, אויסגעטראכטע בילבולים אקעיגן דעם איד, וואס נאר א קראנקהאפטיגע פאנטאזיע קען פראדוצירן אזאלכע באשולדיגונגען. און ווען ס'איז, צום סוף אויפגעוויזן געווארן אין קאורט (מיט די הילף פון אן ערפארענעם לאיער) אז ס'איז געווען לא דובים ולא יער. קיין איינע פון די באשולדיגונגען זענען נישט געווען אמת. האבן זיי, די אזוי-גערופענע עדוואקעיטס זיך גענומען שרייען און באשולדיגן דעם דזשאדזש און דעם קאורט אין זיין קארופטירט. שטאטס אננעמען דעם פסק. אפילו ביי די פרשה פון נחמיה וועבערמאן איז אויך געווען די זעלבע זאך."הרב" יעקב הורוביץ האט געטענה'ט אז ס'איז דא לכה"פ נאך פיהר באשולדיגערינס אקעיגן איהם. איז מיין קשיא. פארוואס האט ער זיי נישט ארויפגעלייגט אויפ'ן סטענד אז זיי זאללן עדות זאגן אקעיגן איהם אין קאורט. ער איז אויפגעקומען מיט אלערליי לעכערליכע תירוצים פארוואס זיי "קענען" נישט עדות זאגן...!
לאמיר נאר האפן אז דער מצב וועט זיך סטאביליזירן און אלע באשולדיגונגען פון אביוז אדער מאלעסטעישן וועלן ווערן גרונטליך אויסגעפארשט. און די שולדיגע זאללן טאקע באצאללן א פרייז פאר זייערע שלעכטע מעשים. אבער די אומשולדיגע זאללן ריינגעוואשן ווערן אן דעם וואס זיי זאללן האבן געליטן אומזיסטע פארשעמונגען און עגמת נפש פאר זיי און זייער משפחה...!
די א"ג עדוואקעיטס מאכן ממש א חורבן, פאר די עביוזער, און עביוזד.
וואס איך מיין צו זאגען איז אזוי.
אין די גאר באקאנטער קעיס וואס די גאנצער יהודית החרדית איז געווען פארנומען לכאן ולכאן,
ווען נישט די עדוואקעיטס וואלט די קעיס געשליכטעט געווארן אן אזעלעכער שפיכת דמים.
עס איז געווארן א פייט פון אונז און זיי. די עביוזער האט נישט קיין פרייער (prior ) היסטאריע פון עביוז, אפי' מען האט פרובירט אן צושמירען אז עס זענען דא נאך וויקטימס און בשום אין אויפן האט מען נישט געקענט באקומען קיין נאמען פון נאך א וויקטעם.
נארוואס דען די עקטעוויסט האבן געוואלט מאכן אן עקזעמפל. (טאמער וועל איך חושד זיין אז זיי האבן דאס געמיינט לש"ש) אדער זענען זיי געווען סתם אזוי געווען הינגעריג פאר אידיש בלוט. זיי האבן פשוט אנגערייצט א מיידל וואס ווייסט נישט ווי אזוי זי הייסט, און איר געפיטערט מיט א מעשה נורא וואס מען האט מיט איר מכלומערשט געטוהן. יארן פאר דער א"ג מאן (לאווער) איז געווען אנבארד האט מען בשו"א אים געקענט אינדייטן ווייל זי אליינס האט פשוט נישט געוואוסט וואס מען דארף זאגען אז מען האט מיט איר געטוהן.
איבער יא געטוהן נישט געטוהן איז א צווייטער געשפרעך וואס נישט דאס באטאן איך איצטערט.
והמבין יבין
א גוטן טאג.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
אפעלאט געריכט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 3:37 pm
דורך דער שכן
למעשה וואס דרייט זיך ארום עפעס א נייע פי. די. עף. פייל אז אללעס בלייבט ביים אלטן, אדער עפעס גוטע נייעס קומט?
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 4:53 am
דורך [NAMELESS]
פאר אומגעפער צוויי וואכן צוריק, איז מיר אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט מיין אלטער חבר, דער קרבן און העלד פון די האר-אויפשטעלנדע מעשה מיט וואס איך האב געעפנט דעם אשכול [הוסיף ואמר, אז די מעשה פארמאגט נאך פרטים וואס איך אליינס האב נישט געוואוסט. מעגליך אז ס'וועט פובליצירט ווערן, מעגליך נישט].
האמת יאמר, אז כ'האב געציטערט ער זאל עס ליינען, וויבאלד - וויסנדיג ווי שטארק די פרשה האט אים צוטראגן - כ'האב חושש געווען ער וויל נישט זיין פערזענליכע מעשה זאל באשריבן ווערן בחוצות עיר. דערפאר האב איך אים קיינמאל נישט געמאלדן איבער מיין אשכול. אבער לעצטענס אין א שמועס מיט אים, האט ער מיר געזאגט אז ער האט געזען דעם אשכול גלייך נאך עס איז פובליצירט געווארן [א צווייטער האט עס אים געשיקט], און לפי דבריו, איז ער ממש אויפגעלעבט געווארן ליינענדיג דעם אשכול.
'דו האסט נישט קיין השגה ווי שטארק עס האט מיר מחיה געווען'!!! האט ער מיר געזאגט.
איך נעם עס פאר א גרויסע קאמפלימענט, און עס איז ווערט אנגעמערקט צו ווערן אין דעם אשכול.
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:16 pm
דורך בלויע רעקל
אדנירם האט געשריבן:פאר אומגעפער צוויי וואכן צוריק, איז מיר אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט מיין אלטער חבר, דער קרבן און העלד פון די האר-אויפשטעלנדע מעשה מיט וואס איך האב געעפנט דעם אשכול [הוסיף ואמר, אז די מעשה פארמאגט נאך פרטים וואס איך אליינס האב נישט געוואוסט. מעגליך אז ס'וועט פובליצירט ווערן, מעגליך נישט].
האמת יאמר, אז כ'האב געציטערט ער זאל עס ליינען, וויבאלד - וויסנדיג ווי שטארק די פרשה האט אים צוטראגן - כ'האב חושש געווען ער וויל נישט זיין פערזענליכע מעשה זאל באשריבן ווערן בחוצות עיר. דערפאר האב איך אים קיינמאל נישט געמאלדן איבער מיין אשכול. אבער לעצטענס אין א שמועס מיט אים, האט ער מיר געזאגט אז ער האט געזען דעם אשכול גלייך נאך עס איז פובליצירט געווארן [א צווייטער האט עס אים געשיקט], און לפי דבריו, איז ער ממש אויפגעלעבט געווארן ליינענדיג דעם אשכול.
'דו האסט נישט קיין השגה ווי שטארק עס האט מיר מחיה געווען'!!! האט ער מיר געזאגט.
איך נעם עס פאר א גרויסע קאמפלימענט, און עס איז ווערט אנגעמערקט צו ווערן אין דעם אשכול.
האט ער זיך שוין ערהוילט פון די מעשה? מיר ווארטן אלע פאר א גוטע ענד..
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:25 pm
דורך [NAMELESS]
עס זעט אויס, ווי מער-ווייניגער יא, ב"ה. כאטשיג איך קען זאגן בוודאות, אז די טראומע באגלייט א מענטש זייער לאנג, אפילו די פחד איז שוין נישט אזוי שטארק ווי ביים אנהייב.
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:52 pm
דורך בלויע רעקל
ב"ה! עס רייסט די הארץ צוצוזעהן אדער מיטהאלטן אזא פרשה, ספעציעל ביינונז, וואס רעפיוטעשאן פארנעמט א חלק ניכר פונעם טאג טעגליכן לעבן..