בלאט 41 פון 43

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:05 am
דורך אךשמח
איך וויל זייער לייגן דעם גאנצן בוך, און איך פרוביר צו שאפן דעם פידיעף דערפון, אבער דערווייל געבן זיי עס נישט ארויס.

אדרבה, אויב איינער איז וויליג צו ארויפלייגן דעם קונטרס אויף פידיעף, זאל זיך מיט מיר פארבינדן און איך וועל אים שיקן א קאפי דערפון.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 8:30 am
דורך קרעקער
שוין איימאל געוען פאליטיק דעמיט
מענטשען וייסען נישט וויפול פאליטיק און עסענישען דו עסקנים האבען געהאט מוט יעדע דיטעיל אינעם כיניס, זיי דארפען וען אלעס ארויסגעבען פאר דו גאס ועט מען זיי נישט אזוי שטארק באשילדיגען

לויט א ידיעה האט ר' ח"ד כ"ץ שליטא דומץ סאטמער ב"פ שטרענג פארלאנגט אז די קינטריס טאר נושט אויסגעטיילט וערען ווייל די שטערען האט עס ארויסגעגעבען, אין אז דו שרייבערס פינעם שטערען טארן נישט שרייבען גארנישט פארן כיניס

פאר די ואס ווייסען נישט איז ר' ח"ד כץ געוען דער בולי מצד מהרז"ל מסאטמער ואס האט פארלאנגט ואס זיי האבען געואלט אין זיך אויסגענימען הינדערטער תנאים, דורכגעקיקט אלע דרשות, געהייסען אויפזאגען רעדנער (פסח קראן אלעווסקי ועוד) און מער ווייניגער געשטאנען אין קאנטראל פין יעדע ריר, די עסקנים ועלען דאס באשטעטיגען

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 9:36 am
דורך שמואל הלוי
בילד

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 11:52 am
דורך זלמן זאפיר
היינט זאגט מיר א נעפיו פינעם זשבויער רב פין מאנטריאל אז דער פעטער זיינער האט געהעריג אינטערנעט אינדערהיים
אין ביים כינוס מאכט ער א טעמעוואטע שפיל מיט אינטערנאט

אוודאי איז ער געווען דער ארגעסטער רעדנער ביים כינוס

דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב מכלל הן אתה שמוע לאו

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 11:53 am
דורך זר זהב
דער אינטער- נעט

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 11:57 am
דורך שמואל הלוי
זלמן זאפיר האט געשריבן:היינט זאגט מיר א נעפיו פינעם זשבויער רב פין מאנטריאל אז דער פעטער זיינער האט געהעריג אינטערנעט אינדערהיים
אין ביים כינוס מאכט ער א טעמעוואטע שפיל מיט אינטערנאט

אוודאי איז ער געווען דער ארגעסטער רעדנער ביים כינוס

דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב מכלל הן אתה שמוע לאו

אזוי?
מיר וועלן פרובירן מברר צו זיין אם כנים הדברים.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:22 pm
דורך זר זהב

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:31 pm
דורך ציוני


לאו דוקא, דער חילוק איז אז אין אייוועלט ווערט אלעס פארשפארט, און דא לאזט מען דעם קהל זיך אויסגעבן.
און אגב אויב די אייציגסטע שמוציגע סייד וואס ער האט געטראפן איז קאווע שטיבל, וויל איך זאגן דעם זר זהב, אז ער חלומ'ט בהקיץ,
גיי קוק וויפיל לינק'ס ס'געפינען זיך אויף אייוועלט צו פלעצער וואס K9 אדער דז'עי נעט וכדו' לאזן נישט דורך


וחבל צו זיין א הולך רכיל מכאן לשם ומשם לכאן.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:41 pm
דורך זר זהב
ער רעדט פון אזוי גערופענע כשר'ע סייטס וואס מ'קען זיך איינרעדן אז ס'גוט. און דאס וואס דו זאגסט אז דארט שרייבט מען אויך נאר ס'ווערט געמעקט, נו איז וואס ? למעשה ווערט עס געמעקט און ס'בלייבט מער אויסגעהאלטן.

איך בין נישט געקומען מוסר זאגן אדער מאכן קאווע שטיבל אקוראט אויף די לעוועל פון אייוועלט, איך זאג נאר אז ס'האט מיר א ציפ געגעבן וואס ער שרייבט, ער איז נישט אינגאנצן אומגערעכט.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:42 pm
דורך שרייבער
שמואל הלוי האט געשריבן:
זלמן זאפיר האט געשריבן:היינט זאגט מיר א נעפיו פינעם זשבויער רב פין מאנטריאל אז דער פעטער זיינער האט געהעריג אינטערנעט אינדערהיים
אין ביים כינוס מאכט ער א טעמעוואטע שפיל מיט אינטערנאט

אוודאי איז ער געווען דער ארגעסטער רעדנער ביים כינוס

דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב מכלל הן אתה שמוע לאו

אזוי?
מיר וועלן פרובירן מברר צו זיין אם כנים הדברים.

שמואל, איך ווייס נישט צו ס'איז אמת, אבער אויב ביסטו מברר אז ס'איז אמת זאלסטו נישט זיין געשאקט, ווייל איך ווייס פון א גרויסע בנש"ק וואס דארף אט אט ווערן א גרויסע רבי (זיין טאטע איז פשוט מאריך ימים) פון א גרויסע חסידות, וואס האט א קאמפיוטער אינדערהיים, און איך בין נייגעריג וואס ער גייט טון יעצט נאכן כינוס

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:45 pm
דורך משכיל
סא די אגענדע פון דעם כינוס איז געווען צו מאכען א טיילונג אין כלל ישראל ? מען קען שוין נישט מתקן זיין וואס מען האט דא געטועהן, דער טאג וועט בלייבן א בכיה לדורות ליידער, א סאך פון די רבנים וואס זיינען דארט געווען וואלטן קיינמאל נישט געקומען אדער אונטער גשעריבען ווען זיי ווייסען דאס. .

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:59 pm
דורך לעמיל
ביי די כינוס האט מען גערעדט אויף אינטערנט אדער אויף האבען קאמפיאטערס אינדערהיים?

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:08 pm
דורך קרעקער
ואס ווילטעץ פין זשיבא רב?
צענדליגע רבנים האבען אינטערנאט אסאך דארפען עס פאר פרנסה וי הכשרים סערטשען קאמפעניס אין שיקען אימעילס אסאך דאפען עס ארויסציגעבען ספרים זיי זענען גארנישט אנדערש ווי פלעינע מענטשען ואס דארפען די אינטערנאט, רבנים אין אזא גאטונג ווי רז"ל פילעף האט זעכער נישט, אבער אנדערע רבנים זענען גארנושט העכער פין אינץ, זיי דארפען באמת האבען דע אינטערנעט אין זיי האבען אויכ דע זעלבע יצר הרע (כל הגדול מחבירו יצרו גדול המנו), לאמער זיי דן זיין לכף זכית אז זיי האבען מסתם פילטערס,

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:12 pm
דורך חד גדיא
זר זהב האט געשריבן:אייוועלט: און לגבי וואס איז שלעכט מיט היימישע סייטס, רבותי פון היימישע סייטס גייט מען אריין און נישט היימישע, וואו קענסטו זיך פארזיכערן אז די בלייבסט נאר אין איי וועלט און נישט אין קאווע שטיבל, וואס איצטעט נאכן כינוס האב איך געזעהן אז דאס איז א טריפהנעם סייט, זיי טרעפן נישט קיין שום גוט ווארט אויפן כינוס נאר פיל מיט ליצנות

האט ער דען נישט א פוינט ?

איך האב געליינט אלעס וואס שטייט דא וועגן די כינוס. עס איז דא סיי פאזעטיוו און סיי נעגעטיוו. דער וואס האט דאס געשריבען אין אייוועלט האט א ברירה. ער קען דא אהערקומען שרייבן ווי התעוררותדיג ס׳איז געווען. דא לאזט מען הערן יעדע מיינונג. צום באדויערן מעג מען אין אייוועלט נאר לעקן די עסקנים. און מ׳מעג נאר שרייבן פאזעטיוו. אויב איז נישט דא גענוג פאזעטיוו געשריבן דא איז עס אפשר ווייל די וואס שרייבן פאזעטיוו וועגן דעם ווילן נישט דא שרייבען. ווייל זיי ווילן נישט וויסן אפילו אז עס איז דא א אנדערע צד. און דא וועלן זיי זען די אנדערע זייט. זיי ווילן זיין בלינד צו די מציאות.
איך פערזענליך האב שטארק הנאה געהאט פון די מעמד. אבער! איך וויל ליינען וואס ״יעדער״ האט צו זאגן. סיי פאזעטיוו און סיי נעגעטיוו. פארדעם בין איך אין קאווע שטיבל. דער וואס שרייבט דאס אין אייוועלט איז אזוי איינזייטיג, אז פארקערט ווי אים איז אפיקורסת. נעבעך.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:15 pm
דורך זר זהב
ס'דא א חילוק פון שרייבן נעגעטיוו {אין א קאנסטראקטיוו וועג} ביז שרייבן אין א נידעריגן ליצונית'דיגן וועג. אין אייוועלט איז אויך דא נעגאטיווע באריכטן.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:17 pm
דורך יידל

ער רופט טאקע אן קאווע שטיבל מיט א קאלעקטיוון "זיי", ער פארגעסט אבער (אדער וויל ער נישט געדענקן) אז קאווע שטיבל איז למעשה נישט איין איינציג גרופע (א שטייגער ווי סאטמאר) נאר איז צוזאמגעשטעלט פון פילע אידן, וואס כשם שאין פרצופיהן שווה כך אין דעותיהן שווה, און דער איינציגסטער זאך וואס ברענגט "זיי" צוזאם איז דאס זיין אידן שותו"מ וואס קענען דעם אידישן שפראך.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:28 pm
דורך חד גדיא
זר זהב האט געשריבן:ס'דא א חילוק פון שרייבן נעגעטיוו {אין א קאנסטראקטיוו וועג} ביז שרייבן אין א נידעריגן ליצונית'דיגן וועג. אין אייוועלט איז אויך דא נעגאטיווע באריכטן.

איך האב נישט געזעהן דא קיין שום ״נידעריגע״ ליצנות. יעדער איז בארעכטיגט פאר זיין מיינונג ווי לאנג ס״איז געשריבן צו די זאך. די אייוועלט חברה זענען אויך מכובד צו שרייבן דא זייער מיינונג. נאר! זיי ווילן נישט זעהן קיין אנדערע מיינונגען!
און וועגן פאזעטיוו. נו, זר. ווי ביסטו? שרייב דא ביטע אראפ דיין פאזעטיווע באריכט!! ווער לאזט דיך נישט??

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:40 pm
דורך דולה ומשקה
למען האמת, ס'דא געונוג איי-וועלט שרייבערס אין קאווע שטובל
ס'דא גענונג קאווע שטובל שרייבערס אין איי-וועלט

ס'דא טאקע וואס שרייבען אין אייוועלט אבער ווען ער וויל זיך טאקע ארויסגעבען קומט ער טאקע אהער, און בלייבט שוין דא.
ס'דא וואס גייען אהער אין אהין, ווענציך וואס די טעמע איז, ער וויל שרייבען וואס כאטשיק.

למעשה ביי די ענין פון סיטיפילד איז אייוועלט זייער איין זייטיק, כאילו די שרייבערס דארט זענען פון די גרעסטע צדיקים, וועם ווילן זיי נערן. אבער זיין מיזען מיט גיין מיטן דארטיגע שטרום, קומען עטליכע וואס ווילען טאקע זיך באמת אויסדריקען אין צו שרייבען זיך. פאוואס דען נישט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:25 am
דורך בן תימא
שמעו נא רבותי !!!
איך האב אויך זוכה געוועהן אזוי ווי אלע יודן אינאיינעם זיך משתתף זיין ביים מעמד גדול ונורא, ביי די "כינוס כלל ישראל" להצלת הדורות, יא! איך בין שטארק נתעורר געווארן דערפין.

דער עצם פאקט אז רבבות אחינו בני ישראל זענען זיך צוזאם געקומען פאר די איינציגער זאך צו ראטעווען זיך אין די קומענדיגע דורות, דאס אליינ'ס דיינו. אבער חוץ מזה בין איך שטארק נתעורר געווארן ווען זעהנדיג ווי די עיני וזקני העדה צו צדיקים וגדולים א שטייגער ווי דער סקולענער רבי שליט"א, דער וויזשניצער מאנסי רבי שליט"א, הגאון הגדול פוסק הדור רבי פישעלע הערשקוביץ שליט"א, דער רבי איציקל פין ראכמיסטריבקא שליט"א, אין הגאון הגדול ר' מתתיהו סלומון שליט"א, אין נאך וואס טראץ זייערע שוואכערע געזונטהייט האבן זיי זיך אהנגעשטרענגט צו קומען למען הצלת הדורות דאס אליינס האט מיר געגעבן א געזונטן ציפ, אין מיך אויפגעוועקט בבחי' 'עורי ישנים משינתכם וכו', טראכענדיג אזוי ווי שטיי איך יעצט? וואס נעם איך מיר אינטער? א.א.וו. בפרט ובפרט הערנדיג קלארע ווערטער פין דער פוסק הדור הגאון בעל השבט הלוי שליט"א קלארע דיבורים שאינו משמעת לשתי פנים האב איך מחליט געוועהן אז עפעס דארף איך אנהייבן אין זיך אינטער נעמען עפעס צו קענען מאכן א כלי פאר די התעוררות וואס זאל מיר העלפען אויף ווייטער.

אשר ע"כ האב איך מחליט געוועהן מיט קבלה גמורה מיטן אויבישטן הילף אז כשם שאני מקבל על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה..., אין איך וועל אי"ה ארויס שפאצירן פין קאווע שטיבל אין פין נאך זייטליך. אלעס בזכות ההתעוררות של כינוס כלל ישראל..

בלייבטס אלע געזונט מיט הצלחה כט"ס ידידכם בן תימא

נ.ב. אזוי אויך וויל איך מודה ומתוודה זיין וואס קען זיין אז עטליכע מאל האב איך מיר אפשר אביסל פארעדט נישט שיינע זאכן איז האפטליך מיט דער שריט זיין א תשובה המשקל בעז"ה..

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:16 am
דורך משכיל
לכבוד בן תימא !
מיין מגיד שיעור אן ארץ ישראל איד האט מיר דערציילט, אז אמאל איז ער גאפארן נאך געלט אין די סטעיטס און ער איז אנגעקומן אויף אן ארט האט ער געטראפן א היימישן איד פרעגט איהם דער איד ווי גייט איר עסען דא? זאגט ער אז ער קען כמעט גארנישט עסען ווייל ער לייט אויפן מאגן, און וואס ער דארף האט ער מיטגעברענגט, פרעגט ער צוריק און ווי עסט איר , זאגט ער אז אים שיקט מען פעקלעך פון דער היים, און עס איז ממש א מחיה, איז ער ממשיך מיט א זלזול אבער די זעהסט דעם איד דארט ער עסט דא אין א או יוא רעסטאראנט,

עס גייט אדורך א צייט און טרעפט דעם היימישן איד ארויס קומען פון זייער א שוואכע רעסטאראנט, פרעגט ער איהם היתכן ! זאגט ער הערט מיך איין עס איז דא א פאסט סטרייק און מיינע פעקליך זיינען נישט אנגעקומן , און איך מוז דאך עסען איך לויף ארוס א גאנצן טאג וכו',

סא ווען עס וועט דיר צוריק כאפן דער הונגער פליז גיי נישט אויף ערגערע פלעצער מחמת בושה צוריק צו קומען אהער,

dont burn your bridges

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:24 am
דורך זר זהב
בן תימא, איך האב דיר געלייקט דיין תגיבה, אפשר בלייבסטע דא ?

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 5:40 am
דורך פינטאו
חזק ואמץ.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:19 am
דורך chasid
פינטאו האט געשריבן:חזק ואמץ.