בלאט 41 פון 46

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 3:39 pm
דורך ונבנתה העיר
דאס איז אמאל געווען געדרוקט:
aa.jpg

און אז כ'שמועס שוין מיט א פאטריאט, היינט איז פיר הונדערט יאר פון מעמד חתימת מעיפלאוער קאמפעקט. מאך א לחיים אויף א שטיקל אמעריקען טשיז.

The_Mayflower_Compact_1620_cph.3g07155.jpg

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 3:44 pm
דורך מנחם ציון
ונבנתה העיר האט געשריבן:דאס איז אמאל געווען געדרוקט:
aa.jpg

ווער האט דאס געשריבן? ;)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 3:56 pm
דורך קאך_לעפל
צי ער איז געווען א איד ווייס איך נישט, אבער א אידישער קאפ האט ער זיכער פארמאגט...
ער האט געשריבן די פעדעראל פראטאקאלן.
ער האט אראפגעשטעלט דאס ערשטע באנק און פינאנץ סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן.
ער האט געגרינדעט די ניו יארק פאוסט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 5:05 pm
דורך קאך_לעפל
אז אין אלט רוים האט מען זיך באנוצט מיט מי שתן צו וואשן קליידער.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 6:13 pm
דורך גרעפיקסער
קאך_לעפל האט געשריבן:אז אין אלט רוים האט מען זיך באנוצט מיט מי שתן צו וואשן קליידער.

וויזוי האט מען דערנאך ארויסגענומען דעם גראך?
מסתם איזעס געווען איין חלק פונעם פראצעדור א שארפע מאטריאל אראפצונעמען די שמוץ. און ס׳ביליגער ווי זייף ;)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 6:42 pm
דורך חכמה גדולה
קאך_לעפל האט געשריבן:אז אין אלט רוים האט מען זיך באנוצט מיט מי שתן צו וואשן קליידער.

ווערט אויך גערמאנט אין די משנה (נדה ט-ו) "שבעה סמנין יג מעבירין על הכתםיד: רוק תפל, ומי גריסין, ומי רגלים, ונתר, ובורית, קמוניא, ואשלג"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 7:16 pm
דורך מי אני
און דער רוימישער פייטן גייאוס וואלעריאוס קאטולוס זאגט אין איינע פון זיינע פיוטים [צום סוף] אז מ'פלעגט זיך באנוצן מיט מי רגלים אויף ווייס צו מאכן די ציינער... (ואגב עיין ביו"ד ריש סימן פא.)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 7:19 pm
דורך מנחם ציון
מי אני האט געשריבן:און דער רוימישער פייטן גייאוס וואלעריאוס קאטולוס זאגט אין איינע פון זיינע פיוטים [צום סוף] אז מ'פלעגט זיך באנוצן מיט מי רגלים אויף ווייס צו מאכן די ציינער... (ואגב עיין ביו"ד ריש סימן פא.)

oh my
געהערט אמאל עפעס ענליך אז מען פלעגט צו ניצן געלעכלעך פון אייער פאר shampoo

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 7:31 pm
דורך דוראק
קאך_לעפל האט געשריבן:אז אין אלט רוים האט מען זיך באנוצט מיט מי שתן צו וואשן קליידער.

דאָס שטייט דאָך געשריבן אין משנה...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 7:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויף יוטיוב קענסטו זעהן מענטשן טרונקען זייער אייגענע געפישאכץ, ס'דארף צו זיין געזונט צו וואס, גיי פארשטיי.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 1:15 pm
דורך קאך_לעפל
אז שלום ראבינאוויטש (שלום אליכם) האט געהאט א פיל גרעסערע ליוה אין ניו יארק ווי דער רבי זי''ע.
(כ'ווייס נישט אויב מ'מעג דאס גלויבן - כ'האב א פארגעפול אז רבה''ק גייט אריינקומען מיטן גאנצן שארפקייט)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 1:34 pm
דורך הוגה
קאך_לעפל האט געשריבן:אז שלום ראבינאוויטש (שלום אליכם) האט געהאט א פיל גרעסערע ליוה אין ניו יארק ווי דער רבי זי''ע.
(כ'ווייס נישט אויב מ'מעג דאס גלויבן - כ'האב א פארגעפול אז רבה''ק גייט אריינקומען מיטן גאנצן שארפקייט)

כ'האב אמאל געליינט אז ס'געווען א געשאצטע הונדערט טויזנט מענטשן. וויפיל האסטו געזעהן?

נאדיר איין בילד.

.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 1:42 pm
דורך קאך_לעפל
די זעלבע נומער.
דאס זעלטנהייט איז, אז ער איז געשטארבן 916' למספ' צוואנציג יאר איידער די קריג. פארט איז שוין געווען אזויפיל אידן אין ניו יארק!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 1:47 pm
דורך קאך_לעפל
אז דאס ערשע בוך זיינער אלס א יונג פון זעכצן יאר איז געווען אלע קללות פון זיין שטיף מוטער לויט די א''ב כראָנאָלאָגיע...
אן השגה פון א בחור...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:07 pm
דורך מנחם ציון
קאך_לעפל האט געשריבן:די זעלבע נומער.
דאס זעלטנהייט איז, אז ער איז געשטארבן 916' למספ' צוואנציג יאר איידער די קריג. פארט איז שוין געווען אזויפיל אידן אין ניו יארק!

דער רב הכולל איז געשטארבן אין 1902 און ביי זיין לווי' (האב איך אמאל געהערט) איז אויך געווען די גאטונג פון נומערן
בנוגע די צאל אידן וואס האבן דאן געוואוינט אין ניו יארק זיי זאגן אז אין 1920 איז שוין געווען דא איבער א מיליאן אידן אין ניו יארק

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:אז דאס ערשע בוך זיינער אלס א יונג פון זעכצן יאר איז געווען אלע קללות פון זיין שטיף מוטער לויט די א''ב כראָנאָלאָגיע...
אן השגה פון א בחור...

אויב מ'ווילל קענמען איהם פסיכאאנאליזירן אז א טייל פון זיין שרייבערישן טאלאנט איז געקומען צו איהם אלס (סוב-קאנשיעס) נקמה אין זיין שטיף מאמע. וועם ער האט פיינט געהאט. פארשטייצעך, אז די שנאה איז געגאנגען אין ביידע ריכטונגען...!

דאס קען אפשר אויך זיין וואס ס'האט איהם געטריבן צו זיין ..."אפיקורסות"...!

היינט טעמא ד'שלום עליכם. והיינו טעמא ד'דעברא פעלדמאן /שרה'לע ברקוביק. ביידע פיהלן א געפיהל פון ווידערשפעניגונג. איבער זייער גורל. כאילו זיי האבן א טענה צום רבוש"ע, כביכול...פארוואס האביך אזא מערכה. ווס. אנדערע וועלכע האבן א ..."נארמאלן"... לעבן...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 10:16 pm
דורך מה בכך
berlbalaguleh האט געשריבן:

ווי זיי האבן טאקע דורך געטון צי יענער האט ווירקליך געהאט א גרינגערן לעבן... לענ"ד האבן זיי שוין נישט געהאלטן ביי דעם אידישן לעבנסשטייגער און די תירוץ איז געווען די מכה בפטיש..
רק השערה

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:29 am
דורך א חסיד פון ווילנא
איך בין באמת נישט באקאנט מיט זיין היסטאריע.

ער איז געווען א שותמ"צ?

אויב נישט, איז די הונדערט טויזענט יודן געווען צווישן זיי די ערליכע וואס זענען דעמאלס דא געווען

אפשר האבן אפילו ערליכע אויך געלייענט זיינע ארטיקלעך און געפילט זיי מוזן אים אפגעבן כבוד האחרון?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:51 pm
דורך טיכטיגער
איך בין באמת נישט באקאנט מיט זיין היסטאריע

https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%A2%D7%A8)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:54 pm
דורך טיכטיגער
אז איינוואוינער אין אלאסקא ערהאלטן יערליך א טשעק פון בערך 1600$, פון געלטער וואס קומט אריין פון די אויל פייפליין

https://en.wikipedia.org/wiki/Alaska_Permanent_Fund

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 3:18 pm
דורך קאך_לעפל
אז אדאלף היטלערס פערזענליכע פארפאנצערטע באן האט פארמאגט די געהיימע קאוד נאמען "אמעריקע".

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 10:00 pm
דורך berlbalaguleh
אז בן גוריון האט געשיקט א פערזענליכן (באוואפנטן) באדי גארד צום בעל דברי יואל מ'סאטמאר אויף איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל. ווייל מזרחי איז געווען געפערליך אויפגערעגט אויף איהם...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 10:42 pm
דורך מה בכך
berlbalaguleh האט געשריבן:אז בן גוריון האט געשיקט א פערזענליכן (באוואפנטן) באדי גארד צום בעל דברי יואל מ'סאטמאר אויף איינס פון זיינע באזוכן אין ארץ ישראל. ווייל מזרחי איז געווען געפערליך אויפגערעגט אויף איהם...!

כמעט ווי דער בעלזער ביי זיין באזוך און לאנדאן אפאר יאר צוריק....