בלאט 41 פון 213
נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 1:09 am
דורך נולד מאוחר
פיקען וואס, שלעסער?
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 11:39 am
דורך קאמענטירער
קאמענטירער האט געשריבן:וויאזוי צאלט א רעגורינג געלט פאר א צווייטע רעגורנג למשל די יו. עס. איז שולדיג פאר כינע געלט וואזוי האט מען געבארגט דאס געלט און וויאזוי באצאלען זיי עס דורך קרעדיט קארט? אדער אפשר על המחי'ס
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:35 pm
דורך boxcover
קאמענטירער האט געשריבן:איך בין געווען און גאס און איך האב באטראכט די בעזים טראק, קודם זעה איך ווי האלב פראצענט פון די שמוץ בלייבט אויף דיגאס
האלב פראצענט? אויב האלב, איז דאס 50 פראצענט. אויב טאקע א האלבע פראצענט, דאן איז עס א ריזיגע סוקסעס.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 9:59 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווייסט איינער די נומער פון טעג, אדער קען מיר איינער אנצייגן וויאזוי צו בלאקירן טוויטער דורך k9.
און וואס טו איך אויב איך געדענק נישט די פעסווארד?
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:32 pm
דורך קאמענטירער
פ״וו איז דא אזויפיל מענטשען וואס לאזן זיך צאלען טייער געלט פאר א פעינטינג? איך האב געליינט אז די ארט אינדעסטרי באטרעפט א גוטע פאר ביליאן דאלער א יאר, אוןוויאזוי קען קאסטען א בילד אפאר מיליאן דאלער וואספארא ווערט אדער פאכמאנישקייט קען שוין ליגען אין אן אפגעמאלען בילד?
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:33 pm
דורך זר זהב
כ'האב געוואלט עפענען אן אשכול מיט'ן נאמען "זאכן וואס איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין" , דיין שאלה וואלט דארט אריינגעגאנגען
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:36 pm
דורך קאמענטירער
צוזאמען מיט דיין תגובה... די מיינסט עס ערנסט? אדער סארקאסטיש?
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:37 pm
דורך זר זהב
איך מיין ערנסט.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
איינער וואס פארשטייט צו ארט (און איך נישט) ווען ער זעהט א בילד קען ער זיך ממש אריינלייגן אינעם בילד און פארשטיין וואס עס גייט פאר אינעם בילד און וואס יענער טראכט.
אדער איז דא מענטשן וועלכע האבן מורא׳דיג הנאה פון די פינקטלעכקייט און אלע דעטאלן וואס דער מעלער האט אריינגעלייגט.
אבער די מבינים זענען גאר א קליינע פראצענט. רוב רובו מענטשן וואס קויפן דאס איז דאס פאר שאו אפפ, אז זיי האבן א צוואנציג מיליאן דאלער׳דיגע פעינטינג. אזא בחינה פון א מיליאן דאלער׳דיגע קאר, נישט דא ווי צו ניצן, און זיי וועלן דאס נישט וועלן ניצן מחמת מורא.
הקנאה התאוה והכבוד
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:44 pm
דורך געפילטע פיש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ווייסט איינער די נומער פון טעג, אדער קען מיר איינער אנצייגן וויאזוי צו בלאקירן טוויטער דורך k9.
און וואס טו איך אויב איך געדענק נישט די פעסווארד?
TAG websiteResetting a lost or forgotten K9 passwordHow to block a website in K9
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 10:57 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ממי_שאמרו האט געשריבן:איינער וואס פארשטייט צו ארט (און איך נישט) ווען ער זעהט א בילד קען ער זיך ממש אריינלייגן אינעם בילד און פארשטיין וואס עס גייט פאר אינעם בילד און וואס יענער טראכט.
אדער איז דא מענטשן וועלכע האבן מורא׳דיג הנאה פון די פינקטלעכקייט און אלע דעטאלן וואס דער מעלער האט אריינגעלייגט.
אבער די מבינים זענען גאר א קליינע פראצענט. רוב רובו מענטשן וואס קויפן דאס איז דאס פאר שאו אפפ, אז זיי האבן א צוואנציג מיליאן דאלער׳דיגע פעינטינג. אזא בחינה פון א מיליאן דאלער׳דיגע קאר, נישט דא ווי צו ניצן, און זיי וועלן דאס נישט וועלן ניצן מחמת מורא.
הקנאה התאוה והכבוד
ממי שאמרו טייערער, ווען איינער פעלט אן אפשניט פון חודש א האלב קומט מען נישט צוריק אזוי נישט מיר נישט דיר אין עפעס א פארווארפענע אשכול מיט א תגובה'לע איבער בילדער און ארט, כאילו דו שרייבסט און ביסט מגיב דא טעגליך, קופערניקוס אין אזא מצב וואלט שוין געמאכט זיבן אשכולות, פארוואס ער איז אוועק, און פארוואס ער איז צוריקגעקומען. כ'פארשטיי נישט יעדער איז אזוי עמאשינעל ווי קופערניקוס אבער קאם אן, מאך עפעס א ווינט. פארצייל עפעס ווי דו האסט פארבראכט עפעס פון די עשרת השבטים, פון די הרי חושך, פון באליוויא פון די יאגדעס פעלדער, אבער עפעס!! . א חודש און האלב איז א שיעור וואס מען דארף שוין מאכן פון דאסניי א אשר יצר אתכם בדין אין א בית ההקברות, מען דארף שוין פון פריש מחדש זיין די לבנה און מען דארף שוין פון פריש זיך שערן די האר, אןו מען דארף שוין פון פריש צאלן די ביללס, בקיצור עס איז א זמן הראויה להתכבד. ר' איד מאכטס אייך וויסענדיג אביסל כבוד המקום.
בכל אופן יהי בואך לשלום
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 11:33 pm
דורך newkave
פארוואס וואונטשט קיינער נישט 'זר זהב' לכבוד זיין 8000'טען תגובה?
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:05 am
דורך געפילטע פיש
newkave האט געשריבן:פארוואס וואונטשט קיינער נישט 'זר זהב' לכבוד זיין 8000'טען תגובה?
אונז זענען שוין מלומד בניסים.
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:39 am
דורך קאמענטירער
זר זהב האט געשריבן:כ'האב געוואלט עפענען אן אשכול מיט'ן נאמען "זאכן וואס איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין" , דיין שאלה וואלט דארט אריינגעגאנגען
נו אדרבא! וויאזוי זאגט נאר די גמ׳קריינא דאיגרתא איהו לי פרוונקא
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:23 am
דורך זר זהב
איך געב דיר דעם כבוד. שוין צייט זאלסט עפענען אן אשכול. איך האב שוין גענוג אויף מיין אקאונט
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:59 pm
דורך Big Boy
קאמענטירער האט געשריבן:פ״וו איז דא אזויפיל מענטשען וואס לאזן זיך צאלען טייער געלט פאר א פעינטינג? איך האב געליינט אז די ארט אינדעסטרי באטרעפט א גוטע פאר ביליאן דאלער א יאר, אוןוויאזוי קען קאסטען א בילד אפאר מיליאן דאלער וואספארא ווערט אדער פאכמאנישקייט קען שוין ליגען אין אן אפגעמאלען בילד?
Some pay because they understand it. Some because they have nothing better to do with their money. Some buy it for investment because they know other people or meuseums or investors will buy it for more so it becomes like stocks or commodities.
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 10:06 am
דורך boxcover
Big Boy האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:פ״וו איז דא אזויפיל מענטשען וואס לאזן זיך צאלען טייער געלט פאר א פעינטינג? איך האב געליינט אז די ארט אינדעסטרי באטרעפט א גוטע פאר ביליאן דאלער א יאר, אוןוויאזוי קען קאסטען א בילד אפאר מיליאן דאלער וואספארא ווערט אדער פאכמאנישקייט קען שוין ליגען אין אן אפגעמאלען בילד?
Some pay because they understand it. Some because they have nothing better to do with their money. Some buy it for investment because they know other people or meuseums or investors will buy it for more so it becomes like stocks or commodities.
אויסגעלאזט די עיקר: אסאך (לאמיר אים רופען
דער דאזיגער) קויפען - כאטש ער פארשטייען נישט דערצו, און האַסט עס אפילו - ווייל דער יעניגער וועט אים ארויפקוקען פארן האבען א טעיסט. אין די סעים טיים, האט דער יעניגער אויך נישט קיין פארשטאנד צו ארט, אבער וויל ווייזען פאר דער דאזיגער אז ער האט דאס ארויס...
אבער - אלל דזשוקס אסייד - האב איך לעצטענס עקווייערד א שטיקל טעיסט צו ארט, אלבייט נישט די ווילדע פעינט שפריצען...
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:47 pm
דורך זר זהב
ווייסט איינער צי יעדע זאך אין א דאקומענטערי איז אין ריעל טיים אדער איבערגעמאכט? למשל איך קוק יעצט די דאקומעטנ פון פלייט 800, א צווייטער פילאט
באריכט אז ער זעהט פלייט 800 אין פלאמען, ווער האט דאס רעקארדירט? און ס'דא נאך אסאך וואס מאכט ווינדערן צו ס'איז ''לייוו''
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:10 pm
דורך ונבנתה העיר
די גרעסערע חלק פון א דאקומענטערי איז געווענטליך איבערגעשפילט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:44 pm
דורך newkave
גבאים פון רביס באקומען א גרויסע פעי טשעק?
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:54 pm
דורך berlbalaguleh
newkave האט געשריבן:גבאים פון רביס באקומען א גרויסע פעי טשעק?
גיי פרעיג. מאך א סורוועי. גיי צו אלע גבאים פון די רעבעס שליט"א און פרעיג זיי. נאכדעים קום צוריק און געב א רעפארט אין קאווע שטיבל. דער עולם, אדער לכה"פ איך, פייגערט צו וויסן. מ'האט שוין נישט קיין אנדערע דאגות אחוץ דעים.
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:00 pm
דורך זר זהב
משה גבאי ווייסעך קלאר מאכט 20 אלפים א יאר קעש עובר לסוחר
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:41 pm
דורך berlbalaguleh
פון גבאות? ס'איז צו ווייניג. חוץ דעים האט ער דאך אנדערע ביזנעס.