בלאט 41 פון 66

נשלח: זונטאג יולי 28, 2019 7:42 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:קיווע עקט אויך זייער גוט אלס טשאלמער בחור. מיט די באגרעניצטע השגות וואס די טשאלמערס האבן...!

אויך דער וועג פון די תנועות וואס ..."ליפא"... מאכט. דאס האלב שאקלען זיך איז געוואלדיג פאר א חילוני'שן אקטיאר...!

די גאנצע סעריע איז זייער שטארק רעאליסטיש. אפשר נישט אזוי דראמאטיש. און דער חידוש איז אז אלע אקטארס זענען חילונים...!

אויף שלום שטיסל האביך זיכער געמיינט אז ער איז א מאה שערים'דיגער איינוואוינער. און דער נייער אקטאר וועלכער שפיעלט..."נחום" דער פעטער פון קיווע איז גאר א ספרדי. און ר'האטציך אויסגעלערנט רעדן אידיש...!

קיווע עקט ווי א סלוי ליטיוויש בחור אפשר ער עקט נישט גיט נו .

נשלח: זונטאג יולי 28, 2019 8:22 pm
דורך [NAMELESS]
דו פארשטייסט צו עקט? קען זיין דו האסט נישט ליב וויאזוי ער עקט, אפשר פשוט איז זיין קערעקטער נישט גענוג ציענד פאר דיר..

בכל אופן. קיווע עקט אראפ זיין טייל סאליד גוט. קיווע האט אן ארטיסטיש טאטש צו זיך, א קריסטאל דורכזיכטיגער נשמה. א קינדערישער ריינקייט.

ער איז א שטארקער טאלאנט.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2019 8:57 pm
דורך mevakesh
ביבער האט געשריבן:שטיסל 2 אויף ענגליש איז יעצט עוועילעבל אויף די טעלעגראם טשענעל

ווי קען מען דאס טרעפן אויף טעלעגראם?

נשלח: זונטאג יולי 28, 2019 9:26 pm
דורך קאצקע ציקער

נשלח: זונטאג יולי 28, 2019 11:40 pm
דורך קאצקע ציקער
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דו פארשטייסט צו עקט? קען זיין דו האסט נישט ליב וויאזוי ער עקט, אפשר פשוט איז זיין קערעקטער נישט גענוג ציענד פאר דיר..

בכל אופן. קיווע עקט אראפ זיין טייל סאליד גוט. קיווע האט אן ארטיסטיש טאטש צו זיך, א קריסטאל דורכזיכטיגער נשמה. א קינדערישער ריינקייט.

ער איז א שטארקער טאלאנט.

ער מאכט נאך א קערעקטער וואס איז כמעט נישט בנמצא

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 1:41 am
דורך וואלווי
קאצקע ציקער האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דו פארשטייסט צו עקט? קען זיין דו האסט נישט ליב וויאזוי ער עקט, אפשר פשוט איז זיין קערעקטער נישט גענוג ציענד פאר דיר..

בכל אופן. קיווע עקט אראפ זיין טייל סאליד גוט. קיווע האט אן ארטיסטיש טאטש צו זיך, א קריסטאל דורכזיכטיגער נשמה. א קינדערישער ריינקייט.

ער איז א שטארקער טאלאנט.

ער מאכט נאך א קערעקטער וואס איז כמעט נישט בנמצא


דו מישט אויס, לכאורה, צוויי זאכען. קיבע איז יוניק אין זיין תכונת הנפש, אבער נישט יוניק פאר די מציאות פון א קאראקטאר פון די ירושלימ'ער חרידישע וועלט. זיין אנדערשקייט האט צו טוהן מיט די שאיפה וואס ליגט אין עם צו א ברייטערע, טיפערע, און הארציגע וועלט, אבער דאך איז ער סטאק אין די באקס פון זיי חרידישע אטמאספער. דאס איז יוניק לויט זיין מהות, ווייל רוב מענטשען גייען מיט די פלאו. אבער די סעטינג פון קיבע אין די חרידישע ירושלימ'ער וועלט, איז זייער טיפיקעל, און דוקא יא בנמצא פאר אן אוט אוו די באקס קאראקטאר, ווי אזוי ער דארף זיך אן עצה געבן זייענדיג אין די באקס. דאס איז געהעריג א נארמאלע פינאמינאן אין א יעדע קרייז, און ווערט זייער "עכט" אראפ געמאלן אין די קאראקטאר פון קיבע.

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 8:36 am
דורך יין שרף
ביבער האט געשריבן:שטיסל 2 אויף ענגליש איז יעצט עוועילעבל אויף די טעלעגראם טשענעל

אויף ענגליש?? וואו?

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 12:07 pm
דורך טשילער
אוי ווען, ווען גייען מיר שוין מאכן עפעס א זאפטיגס אין יודיש. גלייבט מיר, אונז האבן אזויפיל אקטוערס מ'דארף נאר צולייגן א מייק און א קעמערע. גיטע ביזנעס. "ארטס" אזוי ווי עס דארף צו זיין.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 5:43 pm
דורך mevakesh
איז דא אוועילעבל אנליין די סעריע מיט די ענגליש סאבטייטלס? חוץ פון נעטפליקס און טעלעגראם וואס ארבייט נישט ביי מיר אפשר קען עס איינער לייגן אויף גוגל דרייו?

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2020 12:11 am
דורך ישעיה
איז דא ערגעץ די שטיסל סעריע אויף גוגל דרייוו אדער דראפבאקס?

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 5:19 am
דורך במדבר

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 9:52 am
דורך לייבל שטילער
ישעיה האט געשריבן:איז דא ערגעץ די שטיסל סעריע אויף גוגל דרייוו אדער דראפבאקס?


https://my.pcloud.com/publink/show?code ... Q7Mm15zFg7

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 am
דורך לייבל שטילער

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 8:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע

היהודים באים איז צוריק, שטיסל איז צוריק, געלויבט דער פון אויבן אז מ'האט דערלעבט, גילי מאד בת ציון הריעי בת ירושלים!

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 10:51 pm
דורך לייבל שטילער
אויך שבאבניקים איז אופן וועג מיט א נייער סעזאן! זעה דא.

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 3:02 pm
דורך לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

היהודים באים איז צוריק, שטיסל איז צוריק, געלויבט דער פון אויבן אז מ'האט דערלעבט, גילי מאד בת ציון הריעי בת ירושלים!


רביה''ק: וואס האסטו איינגעזעהן אין היהודים באים, חוץ ליצנות פון כל הקדוש לנו? (ס'נישט קיין תביעה נאר א שאלה.) מיר ברענגט עס צו ברעכן.

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 4:32 pm
דורך berlbalaguleh
לייבל שטילער: איך זאג נישט אז איך וואלט געשפילט אין דעם (נארישן) שאו. מ'דארף אבער געדענקען אז דאס איז סאטירע. צומאל טרייבן זיי טאקע איבער. זיי לאכן און שפעטן אפ פון אלץ און אלעמען. זיי שעכטן אלע ..."פרות קדושות"...פון די ציוניס'טישע עסטאבלישמענט. פון בן גוריון וחבריו בעת'ן התייסדות המדינה. און וויאזוי זיי האבן אויפגענומען די פרישע אימיגראנטן פון תימן.

זיכער וואלט געווען בעסער ווען זיי וואלטן ארויסגעוויזן א ביסל רעספעקט פאר כל הקדוש לנו. אבער קיין להכעיס'ניקעס און רשעים קענמען זיי נישט אנרופן. א ביסל נאריש. אזוי ווי א חדר יונגל וואס ווייסט נישט ווען צו סטאפן.

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 4:42 pm
דורך לייבל שטילער
איך עגרי, און מיין תגובה איז נישט געווען אויסצודריקן צארן אויף די מפיקים, נאר אויס נייגער וואס א היימישער טרעפט שוין דארט אזש צו חוגג זיין זייער צוריקקער צום סקרין.(איך, למשל, קען נישט צוקוקען ווי זיי טרייבן שפאס פון די תורה און אונזערע נביאים וחכמים, ס'עקלט מיר, איך האלט נישט אז ס'קען אראפפירן פון וועג, אבער ליצנות האט פארט א כח).

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 4:58 pm
דורך berlbalaguleh
לייבל שטילער: זיכער שטעכט עס מיר ווען זיי מאכן ליצנות פון די עקידה. אבער למשל ביי איין סצענע ווי די אידן מאכן משה רבנו נערוועז מיט פרעגן צופיהל נודניקישע קשיות אויף די תורה און משה רבנו געט א קראך מיט די לוחות אויפ'ן קאפ פון א פרוי וועלכע דערקוטשעט איהם מיט נארישע קשיות איבער ...."לא תרצח"...פארוואס, פארווען. און משה רבנו געט איהר א קראך אויפ'ן קאפ מיט די לוחות..."אמרתי לך, לא תרצח"...! ס'איז פאני...

און ווען זיי לייגן אראפ וויאזוי בן גוריון טוט עקנקורידזשן אז ס'זאללן קומען וואס מער אימיגראנטן. ער זאגט זיי אלע צו א גרויס הויז מיט 5 צימערן. אבער ווען ער זעהט אז ס'רוקט זיך אן א תימנ'ער משפחה מיט 10 קינדער דרייט ער שוין צוריק...!

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 5:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לייבל שטילער האט געשריבן:איך עגרי, און מיין תגובה איז נישט געווען אויסצודריקן צארן אויף די מפיקים, נאר אויס נייגער וואס א היימישער טרעפט שוין דארט אזש צו חוגג זיין זייער צוריקקער צום סקרין.(איך, למשל, קען נישט צוקוקען ווי זיי טרייבן שפאס פון די תורה און אונזערע נביאים וחכמים, ס'עקלט מיר, איך האלט נישט אז ס'קען אראפפירן פון וועג, אבער ליצנות האט פארט א כח).

איך זעה נישט וואו זיי טרייבן לצנות פון די תורה, זיי טרייבן לצנות פון היינטיגע מענטשן נוצנדיג היסטארישע פיגורן.

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 6:19 pm
דורך לכבוד שבת קודש
פון איינעם וועלן זיי קיינמאל נישט לצנות מאכן, דאס איז מוחמד'ן. אלע זענען דארט אויפן צימבל, אויך יאשקע און זאגאר קב"ה אליין רח"ל, אבער מוחמד'ן ציטערן זיי פחד מות.

אגב, איך האב הנאה געהאט ווי זיי טרייבן לצנות פונעם ליובאוויטשער - עטס האט געזען דעם שטיקל?

אגב דאגב, וואס טוט זיך מיט שטיסל, ס'איז שוין ארויסגעקומען די נייע עונה מיט די נייע פרק? - אויב יא, אהער דערמיט!

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 6:45 pm
דורך לייבל שטילער
האסט נאך צייט... די מעלדונג לויטעט אז זיי גייען הערשט "אנהייבן" די שוטינג.

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 10:23 pm
דורך לשם יחוד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

היהודים באים איז צוריק, שטיסל איז צוריק, געלויבט דער פון אויבן אז מ'האט דערלעבט, גילי מאד בת ציון הריעי בת ירושלים!

אוי זענען זיי גוט די היהודים באים! , לוי אשכול ציטערט צו ניצן נוקלעארע וואפן :lol: :lol: :lol:

און ווי קען מען אויסלאזן ׳תאגד׳ זיי קומען אויכעט אט אט ארויס מיט א צווייטע עונה.