בלאט 41 פון 50
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 5:04 am
דורך טראק דרייווער
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 5:05 am
דורך טראק דרייווער
זיי נעמען זיך אן פאר התאחדות
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
ספעציעל פאר הרב הילל וויינבערגער שליט"א...וועלכער איז א וויכטיגער מענטש אין די פראפאגאנדע דעפארטמענט פון התאחדות הרבנים...!
נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 6:23 pm
דורך לבי ובשרי
פסח האט מיר דער מאמענט היפש שאקירט, אבער פארט געווען געציילטע שטארקע ארטיקלען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:14 pm
דורך בן ישי
זיי האבן נישט גענימען קיין שטעלונג, זיי האבן געהאט אינטערוויאס ביט אלע זייטן.
איך זעה די וואך איז דא א בריוו פון איינער פון אינזערע שרייבערס דא, איך בין נייגעריג צו זיי האבן אריינגעלייגט זיין גאנצע בריוו.
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2018 5:21 am
דורך בן ישי
די מאמענט האט לעצטע צוויי וואכן צוריקגעברענגט שמועסן פון הרב עזריאל טויבער אבער זיי זענען געווען שיינע חיזוק שמועסן נישט אזויווי זיי פלעגן ברענגען ווי ער האקט אויף אלעס.
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2018 5:27 am
דורך berlbalaguleh
בן ישי: איך האב עס אויך באמערקט. אבער ס'איז א חילוק פון אבא חייא טויבער ביז ר' עזריאל טויבער. (אזוי מייניך.)...!
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2018 12:00 pm
דורך בן ישי
אה כ'האב מיך געווינדערט ווי מ'האט פלוצלונג געטראפן נארמאלע שמועסן
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 12:41 pm
דורך berlbalaguleh
אונז זעמיר ב"ה געבענטשט מיט אזא נוצליכן און אינפארמאטיוון וועכענטליכן אויסגאבע. דער מאמענט. איך ווער א יעדע וואך אויפסניי נתפעל פון די הערליכע און אינפארמאטיווע ארטיקלען וועלכע זענען א געשמאק צו ליינען...!
לאמיר אנהייבן ביי די באנייטע ..."פרוזדור"... שמועסן. וועלכע ווערן אראפגעברענגט בשם הרב עזריאל טויבער שליט"א. כ'ווייס נישט וואס ער איז פאר דעם ר' אבא חייא טויבער. א טאטע, זוהן,ברודער אדער קאזין. שוין. לאמיר נישט רעדן. דער עיקר איז אז מ'האט א הנאה און ס'געט חומר למחשבה ווען מ'ליינט עס. אזוי אויך, דער מחנך הרב וואזנער שליט"א רעדט מורא'דיג שטארקע נקודות. וואס איך האב געזעהן במציאות...!אויך איז אינטרעסאנט אז דער ארטיקל פון מלמד'ס מחשבות רעדט גאר שטארק ענדליך איבער דעם וועג וויאזוי מ'דארף לערנען גמרא מיט יונגע קינדער. ווייל ס'איז ליידער דא מלמדים, טאקע ווייל ס'פעלט זיי אין הבנה. קענען זיי נישט געניג גוט מסביר זיין א שטיקל גמרא פאר קינדער וועלכע הייבן ערשט אן צו לערנען גמרא. אבער די עצה וואס דער מלמד געט איז זייער ריכטיג. מ'דארף עס דראמאטיזירן. און מאכן כאילו ס'איז א פלעי. מ'רעדט דאך נישט אין די העכערע כיתות. אבער ביי התחלת גמרא איז עס זייער וויכטיג...!
אויך די ארטיקל פון די ..."השגחה פרטית"... מיט די פרוי טויבא עטקא,ע"ה וועלכע איז געשטארבן אן האבן קינדער. כאטש דער שרייבער טוט עס א ביסל צו שטארק דראמאטיזירן, איז עס דאך אינטרעסאנט. ס'איז א גרויסער מוסר השכל...!
אונז דארפן מתפלל זיין אז דער מאמענט זאלל מאריך ימים זיין. ווייל ס'זענען דא א טייל פון די פארקרומטע מוחות. די וועלכע וויללן אייביג צו העלפן פאר'ן באשעפער, כביכול צו פיהרן זיין וועלט. זיי טענה'ן אז די רעדאקטארן און שרייבערס פון מאמענט זענען שקצים און אפיקורסים...דארפן מיר מתפלל זיין אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי. און א יעדער נארמאלע מענטש קען מבחין זין און וויסן אז דאס איז די בעסטע פון אלע בחינות. זיי ברענגען אינטרעסאנטע נייעסן און ארטיקלען וואך נאך וואך על טהרת הקודש...!
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 1:10 pm
דורך בן ישי
ר' עזריאל איז ר' אבא חייא'ס עלטערען ברודער, ער איז די גרינדער פון שלהבת אין ער האט געעפנט מכון להוראה אין עס אויסגהאלטן יארן לאנג, ער איז ר' בערל'ס טאטע.
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 8:23 pm
דורך לבי ובשרי
ריכטיג. רבי עזריאל'ס שמועסן קומען אריין זייער קלאר, נארמאל און אינפארמאטיוו. אנדערש ווי זיין ברודער ר' אבא חייא, (ווואס קיין ספעציעלע שייכות פארמאגן זיי נישט צוזאמען, אויסער זיין א ברודער...), וואס האט געהאקט און געבראקט אויף וואס ער האט נאר ערפינדן.
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 8:55 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי האט געשריבן:ר' עזריאל איז ר' אבא חיים'ס עלטערען ברודער, ער איז די גרינדער פון שלהבת אין ער האט געעפנט מכון להוראה אין עס אויסגהאלטן יארן לאנג, ער איז ר' בערל'ס טאטע.
בן ישי: ס'איז מסתמא א טעות הדפוס. ווייל זיין נאמען איז אבא חייא. נישט חיים...!
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 9:45 pm
דורך בן ישי
שכח בערל פארראכטן.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 4:59 pm
דורך שמעקעדיג
דער מאמענט די וואך האט מיר נישט אנטוישט, זייער שיין געווען רוב ארטיקלען.
איין גרויסע טעות וואס זיי האבן 2 מאל איבערגע'חזר'ט, אין 2 באזונדערע ארטיקלען - עכ"פ איך מיין אז ס'איז א טעות; קארעקט מי איף איים ראנג.
עס איז פאראן א ווארט אין ענגליש override, דאס מיינט טוישן א פריערדיגע החלטה און באשליסן עפעס אנדערש אנשטאט.
צב"ש, א משנה אין עדיות: אין בית דין יכול לבטל דברי בית דין חברו עד שיהיה גדול ממנו בחכמה ובמנין. ד"מ אז דער נייער בי"ד קען נישט "אווערריידן" די פסק פון די פריערדיגע.
אן אפיעל קאורט קען "אווערריידן" די פסק פון א אנדערע קאורט אויב זיי זעען עס פאר אומריכטיג.
אבער דער מאמענט נוצט דעם ווארט 2 מאל און טייטשט עס איבער "איבערשרייבן" (כאילו עס זאל שטיין over-write), און איך מיין אז דאס איז אומריכטיג.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 7:08 pm
דורך בן ישי
איך בין מסכים מיט דיין ערשטע פוינט.
א הערליכע מאמענט געווען די וואך.
שיין באשריבן די סאטמערע בעל תשובה (הגם שוין געווען אין די אמי, אבער געמאכט א גיטע ארבעט), זייער גיט אראפגעלייגט די הדלקה אין קרית יואל מיט אלע ארימיגע אינטערסאנטע באמערקונגען, אגב מיך זייער געפאלן זיין פשט פארוואס מ'זעהט אסאך עלטערען יודן אין מירון גייען אריין אינמיטן רינג טאנצן קעדאטשקע, ווייל זיי דארפן כאפן אביסל פרישע ליפט גייען זיי אינמיטן ווי מ'קען אטעמען...
אויך ליב געהאט די ארטיקל מיט האפמאן אין באמת רחמנות אויף עם אז ער האט נישט געפעטענט די געדאנק פון רעדלעך אויף א suit case (שטעל דיך פאר ער מאכט איין פעני פאר יעדע suit case וואס פארקויפט זיך...)
אזוי אויך זייער הנאה געהאט פון הרב עזריאל טויבער'ס געדאנק פון נישט עסן פון די זעלבע טעלער ווי די גוי.
מאמענט קיפ איט אפ!
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 12:35 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:דער מאמענט די וואך האט מיר נישט אנטוישט, זייער שיין געווען רוב ארטיקלען.
איין גרויסע טעות וואס זיי האבן 2 מאל איבערגע'חזר'ט, אין 2 באזונדערע ארטיקלען - עכ"פ איך מיין אז ס'איז א טעות; קארעקט מי איף איים ראנג.
עס איז פאראן א ווארט אין ענגליש override, דאס מיינט טוישן א פריערדיגע החלטה און באשליסן עפעס אנדערש אנשטאט.
צב"ש, א משנה אין עדיות: אין בית דין יכול לבטל דברי בית דין חברו עד שיהיה גדול ממנו בחכמה ובמנין. ד"מ אז דער נייער בי"ד קען נישט "אווערריידן" די פסק פון די פריערדיגע.
אן אפיעל קאורט קען "אווערריידן" די פסק פון א אנדערע קאורט אויב זיי זעען עס פאר אומריכטיג.
אבער דער מאמענט נוצט דעם ווארט 2 מאל און טייטשט עס איבער "איבערשרייבן" (כאילו עס זאל שטיין over-write), און איך מיין אז דאס איז אומריכטיג.
שמעקעדיג: לכאורה. (און אפשר לויט די מסקנא אויך) ביסטו גערעכט. איך האב אויך אזוי געטראכט לפי מושכל ראשון. אבער ביי קאמפיוטער פראגראמינג איז דא אזא אויסדרוק..."אווער-רייט"... אז מ'שרייבט איבער דעם פראגראם העכער דעם אריגינאלן. און דער פועל יוצא דערפון איז אז די מאשין פונקציאנירט אנדערש...! אווערייד איז מער שייך ביי קאנטראלס. לפי האמת זענען ביידע פשטים ריכטיג...!
נאר איך האב געטראפן לכאורה א נישט פונקטליכקייט אין די (איבערגעשריבענע ווערטער פון הרב אורטנר. ווייל ביי מיר אין שטוב איז דא א פריזער פון די דזשי אי. קאמפעני וועלכער איז שוין אלט בערך צען יאר. און ס'האט א ..."שבת"... סעטטינג. וואס דערמעגליכט אז די באלב זאלל זיך נישט אנצינדן. און אז די פען זאלל זיך נישט אויסלעשן בשעת מ'מאכט אויף די טיר. ביידע זאכן וואס געשעהען יא מיט די רעגולערע סעטטינג... אזוי אז דאס איז נישט קיין חידוש...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:13 pm
דורך בן ישי
שבועות מאמענט מיט נייע נפשי (איך האב געהאפט אז ס'וועט זיין נאך א ידעתי)
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 10:45 pm
דורך בן ישי
שבועות נפשי
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 6:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ידעתי איז שוין נישט געווען? איינער ווייסט פארוואס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 7:37 am
דורך שמעקעדיג
בן ישי האט געשריבן:שבועות נפשי
די ארטיקל פון לימנוב'ער איז אייזן גוט, און קריטיש וויכטיג פאר עלטערן וואס מאכן שוין חתונה קינדער. פאר דעם אליינס האט זיך שוין געלוינט דער גאנצער נפשי, בלי ספק!
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:03 am
דורך בן ישי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ידעתי איז שוין נישט געווען? איינער ווייסט פארוואס?
נישט געווען, איך האב אויך געהאפט אז ס'וועט יא זיין.
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:10 pm
דורך קאצקע ציקער
איך האף ס'נישט וועגן די איי וועלט מחאות
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 1:12 pm
דורך בן ישי
דארט רייסט מען זיי אייביג אראפ נישט קיין חילוק וואס זיי טוען און מ'וועט זיי ווייטער אראפרייסן.
ס'איז א שאד זיך צו רעכענען מיט זיי.