בלאט 42 פון 213
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 12:30 am
דורך newkave
איינער האט געשריבן דא ערגעץ אז מען קען קאנעקטן א לעפטאפ צו די סקרין אין א האטעל.
איינער קען מיר אפשר צו ווייזן?
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 12:36 am
דורך געפילטע פיש
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 12:38 am
דורך newkave
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 12:38 am
דורך געפילטע פיש
העי, נישט אין פאבליק.
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:00 am
דורך שמעקעדיג
איך האב עס געשריבן.
דיין לעפטאפ דארף האבן א HDMI קאנעקטאר, רוב לעפטאפס פון די לעצטע 2-3 יאר האבן איינס, פריערדיגע ע"פ רוב האבן עס נאך נישט,
דער סקרין אינעם האטעל דארף זיין א דיזשיטעל (די דינע פון די לעצטערע יארן, נישט די אמאליגע גראבע-בייכיגע), און אויך האבן א קאנעקשאן פאר HDMI
דארפסטו דיר בלויז פארשאפן א HDMI קעיבל, ווי לאנג דו ווילסט ס'זאל זיין, קענסט עס טרעפן אויף עמעזאן אדער אין סיי וועלכע עלעקטראניק געשעפט און אפילו אין וואלמארט, וזהו.
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:21 am
דורך געפילטע פיש
יא יא, איך האב צוגעלינקט צו דעם.
אויך איז גוט צו וויסן, לאזט זיך נישט פארפירן צו קויפן טייערע HDMI קעיבעלס. נישטא קיין שום נפקא מינא ציווישן די קעיבעל וואס קאסט 1.99 און די אנדערע וואס קעסט פערציג טאלער, נישט קיין חילוק וואס דער סעילסמאן פראבירט דיר צו פארקויפן א קאץ אין בויך.
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:28 pm
דורך משה געציל
ווען איז דער עלות מארגן אין ניו יארק? (נישט אין ציריך),
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:32 pm
דורך ונבנתה העיר
4:14.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 3:29 am
דורך קאמענטירער
אזוי ווי יעדע סטעיט האט א כח צו מאכען אייגענע געזעצן קומט אויס אז יעדע פלאץ האט חסרונות און מעלות אזוי ווי ס׳דא פלעצער ווי ס׳דא שטרענגערע געזעצן און סאיז דא סטעיט׳ס וואס האבען הויכע שטייער אזוי ווי דא ניו יארק וואס האט נעמט די מערסטע טעקס פון גאנץ ״יונייטעד סטעיט׳ס!" אין ניו העמפשיר איז דא א לאזונג ליוו פרי אר דיי״ וואס סמיינט ווייס איך נישט, בין איך נייגעריג וועלעכע סטעיט לוינט זיך די מערסטע צו וואוינען פאר סתם אן ארבעטער (בלויע קאלנער)?
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 7:40 am
דורך boxcover
fodors.com רעדט דערוועגן.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 8:02 am
דורך יואב
פארוואס לאזן כמעט אלע גארביזדש בעגס ארויס די זעלבע גרוך?
אפגזעהן צו די מיסט באשטייט פון מילעכיגס, פליישיגס, חמץ, קטניות, אדער אפילו טריפות ר"ל.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 8:55 am
דורך boxcover
יואב האט געשריבן:פארוואס לאזן כמעט אלע גארביזדש בעגס ארויס די זעלבע גרוך?
אפגזעהן צו די מיסט באשטייט פון מילעכיגס, פליישיגס, חמץ, קטניות, אדער אפילו טריפות ר"ל.
דאס איז נישט די גרוך פון די מוסט; דאס איז די גרוך וואס די באקטיריע - וואס עסן מיסט - לאזן ארויס.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 8:58 am
דורך יואב
boxcover האט געשריבן:יואב האט געשריבן:פארוואס לאזן כמעט אלע גארביזדש בעגס ארויס די זעלבע גרוך?
אפגזעהן צו די מיסט באשטייט פון מילעכיגס, פליישיגס, חמץ, קטניות, אדער אפילו טריפות ר"ל.
דאס איז נישט די גרוך פון די מוסט; דאס איז די גרוך וואס די באקטיריע - וואס עסן מיסט - לאזן ארויס.
מקור?
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:19 am
דורך boxcover
יואב האט געשריבן:boxcover האט געשריבן:יואב האט געשריבן:פארוואס לאזן כמעט אלע גארביזדש בעגס ארויס די זעלבע גרוך?
אפגזעהן צו די מיסט באשטייט פון מילעכיגס, פליישיגס, חמץ, קטניות, אדער אפילו טריפות ר"ל.
דאס איז נישט די גרוך פון די מוסט; דאס איז די גרוך וואס די באקטיריע - וואס עסן מיסט - לאזן ארויס.
מקור?
קאמאן נאלעדזש. אבער
זעה דא.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 2:03 pm
דורך קאווע טרינקער
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:34 pm
דורך געפילטע פיש
איך קען נישט מער ווי שפעקולירן.
בדרך אפשר יכול להיות, די גאנצע זאך גייט דאך מיט א דאטע-באזע, א database איז אזוי ווי א גרויסע קאמפליצירטע פארצווייגטע שטייגן ליילעך (excel sheet), מיט טישן, זיילן, שורות, און צעלן (tables, columns, rows, cells), און יעצט ווען די קאווע שטיבל דאטאבאזע מישט אויף קאווע טרוינקערס פרופיל, קוקט עס אין די דעטאבעיס וויפיל תגובות ער האט, זיין פראפיל בילד, חתימה, לייקס, וכדו', ווי אויך קוקט עס וועלכע אשכול האט די העכסטע סומע (sum) תגובות. יעצט אז דו וועסט נעמען א שטייגן-בלאט און עס סארטירן לויט די סומע, און דו האסט מער ווי איין צעל מיט די זעלבע סומע וועט עס זיין אויף אן אנדערע סדר געוואנדען לויט וואס ס'איז געווען אויסגעשטעלט פריער. אויב איז עס געווען אויסגעשטעלט לויט די א"ב פריער וועט עס זיין אזוי, און אויב איז עס געווען אויסגעשטעלט לויטן דאטום פונעם לעצטן תגובה פריעט וועט עס ווייזן אזוי.
מאכט סענס?
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:40 pm
דורך אבגד
יא יא!!
וואס מ׳קען נישט אלץ משיג זיין בלויז מיט געפילטע פיש!
אשריך
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:07 pm
דורך שמעקעדיג
אבגד האט געשריבן:יא יא!!
וואס מ׳קען נישט אלץ משיג זיין בלויז מיט געפילטע פיש!
אשריך
אשריך? אשרינו!
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:19 pm
דורך זר זהב
אשרי! נו א בעל תפילה
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:12 pm
דורך איך אויך
וואס טוהט דער 'לייג צו אלס חבר' קנעפל ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:09 am
דורך יין שרף
איך אויך האט געשריבן:וואס טוהט דער 'לייג צו אלס חבר' קנעפל ?
עיין כאן ותמצא נחת
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:40 am
דורך אבגד
וואס מיינט אשפ״ג?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:46 am
דורך זר זהב