בלאט 42 פון 66
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 11:43 pm
דורך לכבוד שבת קודש
וואס איז 'תאגד', איבער וואס רעדן זיי?
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2020 12:09 am
דורך לשם יחוד
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:וואס איז 'תאגד', איבער וואס רעדן זיי?
אפאר זעלנער אין א מעדיקעל אפטיילונג אין צהל, דעקן אויף א גרויסע קאראפציע אין די הויכע מיליטערישע ספערן, סהאט אסאך דראמא און ראמאן.
די ערשטער עונה איז געווען אין 2016 און סאיז געווארן גאר פאפולער.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 6:17 pm
דורך חתן בחור
IMG_3545.jpg
מ׳פילמט שטיסל סעזאן 3
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 7:45 pm
דורך טובה
רבותי אית דין ואית דיין עס איז נישט קיין הפקר וועלט גיב א קוק ממש מדה כנגד מדה
אין שטיסל עונה 1 האט שירה האס אפגעהאקט די טלפוין אויף איר טאטע ווען ער האט צום מאל אהיימגערופן אלץ א אפגעפארענע שגץ
און אין אנארקטאדאקס האט איר באבע אפגעהאקט אויף איר די טעלעפוין ווען זי האט געקאאחחט אז אירע נייע פרענד'ס זאגן איר די אמת איןפנים אז זי טויג נישט און זי וויינט אז זי וויל אהיים...
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 8:16 pm
דורך חתן בחור
טובה האט געשריבן:רבותי אית דין ואית דיין עס איז נישט קיין הפקר וועלט גיב א קוק ממש מדה כנגד מדה
אין שטיסל עונה 1 האט שירה האס אפגעהאקט די טלפוין אויף איר טאטע ווען ער האט צום מאל אהיימגערופן אלץ א אפגעפארענע שגץ
און אין אנארקטאדאס האר איר באבע אפגעהאקט אויף איר די טעלעפוין ווען זי האט געקאאחחט אז אירע נייע פרענד'ס זאגן איר די אמת איןפנים אז זי טויג נישט און זי וויינט אז זי וויל אהיים...
טיעף!
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 5:13 pm
דורך לכבוד שבת קודש
האט איינער געזען היהודים באים עונה 4 פרק 3 וואס איז היינט ארויסגעקומען?
ווארפט א נייע ליכט אויף דוד און שלמה, מיט בת שבע...
איך וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף דעם.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 5:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:האט איינער געזען היהודים באים עונה 4 פרק 3 וואס איז היינט ארויסגעקומען?
ווארפט א נייע ליכט אויף דוד און שלמה, מיט בת שבע...
איך וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף דעם.
גראדע דעם פרק איז זייער שוואך געווען, כ'האב געווארט און געווארט פאר עפעס א גוטס אבער ס'איז נישט אנגעקומען. זיי האבן סך הכל אויסגעברענגט צוויי נקודות נאכאמאל און נאכאמאל אז פארצייטישע מענטשן זענען געווען בארבארן און געהאט אן עקלדיגע באציאונג צו פרויען (ועדיין לא פלטינן מינה). איין זאך אויף וואס ס'קומט זיך זיי אסאך קרעדיט איז אז זיי האבן ארויסגעשניטן די בעיבי וואס וויינט פונעם אינטראו, ס'האט געשטאכן אין הארץ יעדעס מאל עקסטער. הגם איך האב נישט הנאה אז זיי האבן עס ארויסגעשניטן, ס'פארוואסערט די גאנצע זאך, איך האב ליב אז ווען מ'זאגט עפעס זאל עס זיין געזאגט מיט'ן פולן מויל, אפילו ס'שטעכט. ס'קומט זיך זיי אבער קרעדיט פאר'ן זיך רעכענען מיט מענטשנ'ס געפילן טראץ דעם וואס זיי האבן געדארפט פארציכטן אויפ'ן שארפקייט פונעם מעסעדש.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 9:31 pm
דורך real fake news
כהאב הנאה געהאט פון די גידאנק אז בת שבע האט אנגעדרייט די גאנצע מעשה אז דוד זאל איר נעמען..
סאיז נישט שלעכט און סמאכט סענס אז סזאל זיין אמת.
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2020 9:00 am
דורך כלבאשבוע
קיווע אליין פארשפרייט די גיטע נייעס
069DC40F-C8A8-4F31-A469-2183C36E35C3.jpeg
נשלח: זונטאג יוני 28, 2020 12:03 am
דורך אישתישבי
real fake news האט געשריבן:כהאב הנאה געהאט פון די גידאנק אז בת שבע האט אנגעדרייט די גאנצע מעשה אז דוד זאל איר נעמען..
סאיז נישט שלעכט און סמאכט סענס אז סזאל זיין אמת.
כידוע פון בעש"ט אז ווען איינער האט א רח"ל א הרהור מיינט אז די פרוי האט ערשט געהאט א הרהור, און דערנאך האט דער מאנספערזאן באקומען די הרהור צוליב די פרוי.
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 2:03 pm
דורך לייבל שטילער
די יעצטיגע סעריע "טהרן" ברודקעסטעט דורך כאן 11 איז גאנץ פיינע ווארע. אני ממליץ.
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 2:33 pm
דורך יוחנן
וואס איז פשט אז זיי האבן תיכף ארויסגעלייגט 5 עפיזאדן און יעצט קומט א הפסקה?
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 2:41 pm
דורך לייבל שטילער
זיי האבן נישט, ס'האט געליקט.
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 4:25 pm
דורך והאיש משה
אפשר וואלט א גוטע יוד דא געקענט מסדר זיין און מזכה זיין פאר מי שאין לו, טהרן אויף גוגל דרייוו אדער דראפבאקס.
ייש"כ
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 9:45 pm
דורך real fake news
לייבל שטילער האט געשריבן:די יעצטיגע סעריע "טהרן" ברודקעסטעט דורך כאן 11 איז גאנץ פיינע ווארע. אני ממליץ.
גא״מ סקוקט אויס גאר פיין.
איז דא ערגעץ ווי מקען עס זעהן מיט ענגליש סאבטייטלס?
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2020 7:43 pm
דורך לכבוד שבת קודש
העט איך געוואלט אז איינער זאל עס דא ארויפלייגן לתועלת הציבור. איך בין זיכער אז דער אויבערשטער וועט דערפאר באצאלן מאוצרו הטוב.
בפרט חלק 1,2 און 3, וואס איך האב אין ערגעץ נישט געפינען.
לאמיר זען ווער ס'איז דער נחשון.
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2020 1:36 am
דורך שפילער
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 2:31 am
דורך אבשלום בן מעכה
איך קוק יעצט אביסל "טהרן", ס'איז גאנץ אינטערעסאנט, אבער איך האב אפאר שאלות.
וואס איז געווארן מיט דער אמת'ער זי'לה, מען הערט גארנישט פון איר און קיינער ווייסט נישט ווי אזוי עס האט זיך געענדיגט מיט איר.
בכלל, ווי אזוי האט איר דער מוסד געלאזט גיין, בשעת זי האט נישט געהאלטן איר אנזאג, און נישט געברענגט די קאוד'ס? - פארוואס האט מען איר געלאזט ארויפגיין אויפן פליגער? - דער מאן אנגעט וואלט געדארפט לאזן א מעסעדזש אז זי האט בוגד געווען און די מוסד זאל טון מיט איר וואס מען דארף?
די ישראלית האט זיך אנגעשטויסן מיט די אגענט'קע און זיך געמאכט כאילו זי קען איר נישט, בשעת זי האט איר זייער פיין געקענט. שפעטער אין די נייע דירה, בשעת מען פרעגט איר איבער די ישראלית, זאגט זי בלויז אז זי האט נישט אופגעכאפט דער טויש, אבער פארוואס מעלדט זי נישט אז זי האט איר דערקענט - א זאך וואס קען זיך אויסלאזן פאטאל אויב די איראנער כאפן דאס...?
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 2:52 am
דורך מפיל קינד
די גאנצע טהרן שטימט נישט במציאות, ס'קוקט אויס ווי זיי ווילן נאכמאכן פאודה, אבער מיט גאר שוואכע סוקסעס.
די עצם מעשה איז מער דראמאטיש, די גאנצע זאך שפילט זיך אפ אין איראן, אבער די דעטאלן זענען נישט מסודר, נישט דראמאטיש, נישט גוט אויסגעשטעלט, און פארכאפט נישט דעם אטעם.
נייס טריי.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 3:03 am
דורך יוחנן
די לעצטיגע אויפרייסן אין איראן איז גוטע פובליסיטי פאר די שאו
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 4:12 pm
דורך אבשלום בן מעכה
איך קוק עס יעצט דורך, און אסאך זאכן שטימען נישט מיט די מציאות, און זענען זיך סותר מיניה וביה.
אבער פארט איז עס שטארק אינטערעסאנט.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 7:30 pm
דורך לכבוד שבת קודש
ווער איז סאלומה סולטאני, וואו קומט זי אריין אין בילד? - פארשטיי איך נישט.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 12:38 am
דורך רביה''ק זי''ע
זמיר כהן איז ממש אויפגעשוידערט פונם שאו "היהודים באים", ער האט א מורא'דיגע פראבלעם מיט דעם אז זיי שטעלן פאר אומריכטיג די מעשיות פון תנ"ך, כאילו די וועג וויאזוי ער וויל אונז זאלן אפלערנען די תנ"ך איז ממש די ריכטיגע אויטענטישע כוונה וואס די מחברים האבן אינזין געהאט, נישטא ווער זאל לאכן. ער האט א פראבלעם אז זיי פארשעמען און דערנידערן אונזערע געפילן, האלאו?! ווער איז דער וואס איז משפיל פרויען צו דארפן ווייזן זייערע אונטערוועש פאר א פרעמדע מאן? ווער איז דער וואס לייגט אריין מענטשן אין א מצב אז זיי זאלן זיין צוריסן מיט זיך אליינס וועגן עניני אמונה? ווער איז דער וואס פארשעמט מענטשן וואס האלטן אנדערש פון דיר? הא? און דו ביזט נאך דער וואס טראגט דאגות. ביזטו פון קאפ געפאלן?