בלאט 42 פון 43
נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 4:36 pm
דורך נפה
מי אני האט געשריבן:הה"ד (יומא כג:) שקשה עליהם "טהרת כלים" יותר משפיכת דמים.
איך האב אמאל מציין געווען א תוס' פסחים פה. וואס זאגט אז דאס איז געווען ביי רשעים
(דא אויך)
איך טרעף עס נישט יעצט קען זיין אז עס אין מאחורי וואס לע"ע בין איך אויסגעשפארט פון דארט
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 11:58 am
דורך סוף טוב הכל טוב
מיט הייס געווער...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:23 am
דורך שמעקעדיג
נוי סוכה
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 6:03 am
דורך שמעקעדיג
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:49 am
דורך אלפא
איז הלכה'דיג שייך צו מחייב זיין איינעם ווען איך לייג א צעטל אז מ'קומט אריין 'על דעת'?
אפי' אויב איינער בעט $1000 פשוט פאר'ן אריינקומען אין זיין פראפערטי בין איך נישט זיכער ווען איינער פייפט זיך אן צו מען קען אים מחייב זיין אין בי"ד וכדו'.. (ע"ע קול מראה וריח..)
באותו ענין האב איך געזען אמאל ווי איינער פארקויפט ספרים אויף א טישל אין ביהמ"ד און לייגט א צעטל אז ווער עס באצאלט נישט בשעת'ן נעמען (אפי' ער באצאלט שפעטער) איז א גנב! דארטן האט מען אויך דן געווען צו עס איז שייך צו מאכן איינעם פאר א 'גנב' פשוט אויף מיינע תנאים (בעת וואס די זאכן זענען בעצם עומד למכירה - ס'איז נישט ווי קיין חמסן וכדו'..)
א צעטל אין ביהמ"ד אז דער וואס קומט אריין איז על דעת אז איבערגעלאזטע חפצים ווערן אטאמאטיש הפקר (נאך 30 טעג..), האב איך געהערט פון א דיין אז וויבאלד עס איז נישטא די הסכמה פון די צווייטע זייט איז עס נישט בעצם קיין וואלידע תנאי, מ'דארף צוקומען צו געוויסע לומדות פון תקנת הציבור (-די ביהמ"ד קען נישט ווערן קיין השבת אבידה קעסטל..) דאס צו בארעכטיגן הלכה'דיג...
יראו הלומדים וישפטו..
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 10:06 am
דורך קליינע צדיק
די זעלבע כח וואס די סידי קאמפעניס ווי קרן שמואל ישעי' וכדו' און מו"ל פון נגינה האבן צו מאכן תנאים ביים פארקויפן אז מען פארקויפט עס על תנאי נישט צו קאפי'ען...
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 10:09 am
דורך אלפא
נישט ממש! דארטן איז דא א זכות יוצרים וואס האט מער האפט אפי' אין הלכה.. ועי'
כאן.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 11:21 am
דורך פונדאַמענטאַל
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:49 am
איז
הלכה'דיג שייך צו מחייב זיין איינעם ווען איך לייג א צעטל אז מ'קומט אריין 'על דעת'?
אפשר
על פי קבלה... וד''ל
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:08 pm
דורך טליתנאה
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:49 am
איז הלכה'דיג שייך צו מחייב זיין איינעם ווען איך לייג א צעטל אז מ'קומט אריין 'על דעת'?
אפי' אויב איינער בעט $1000 פשוט פאר'ן אריינקומען אין זיין פראפערטי בין איך נישט זיכער ווען איינער פייפט זיך אן צו מען קען אים מחייב זיין אין בי"ד וכדו'.. (ע"ע קול מראה וריח..)
באותו ענין האב איך געזען אמאל ווי איינער פארקויפט ספרים אויף א טישל אין ביהמ"ד און לייגט א צעטל אז ווער עס באצאלט נישט בשעת'ן נעמען (אפי' ער באצאלט שפעטער) איז א גנב! דארטן האט מען אויך דן געווען צו עס איז שייך צו מאכן איינעם פאר א 'גנב' פשוט אויף מיינע תנאים (בעת וואס די זאכן זענען בעצם עומד למכירה - ס'איז נישט ווי קיין חמסן וכדו'..)
א צעטל אין ביהמ"ד אז דער וואס קומט אריין איז על דעת אז איבערגעלאזטע חפצים ווערן אטאמאטיש הפקר (נאך 30 טעג..), האב איך געהערט פון א דיין אז וויבאלד עס איז נישטא די הסכמה פון די צווייטע זייט איז עס נישט בעצם קיין וואלידע תנאי, מ'דארף צוקומען צו געוויסע לומדות פון תקנת הציבור (-די ביהמ"ד קען נישט ווערן קיין השבת אבידה קעסטל..) דאס צו בארעכטיגן הלכה'דיג...
יראו הלומדים וישפטו..
געוויסע בתי מדרשים וועלן טאקע שרייבן אז ס'איז אסור אריינצוקומען דא נאר בתנאי אז מ'איז מפקיר פון פאראויס וכו', טאקע ווייל מען קען נישט סתם מפקיר זיין יענעם חפצים אליין
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:12 pm
דורך אלפא
טליתנאה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:08 pm
געוויסע בתי מדרשים וועלן טאקע שרייבן אז ס'איז אסור אריינצוקומען דא נאר בתנאי אז מ'איז מפקיר פון פאראויס וכו', טאקע ווייל מען קען נישט סתם מפקיר זיין יענעם חפצים אליין
וערבך ערבא צריך, אויב בין איך נישט מפקיר בפירוש האסטו דאך ווייטער גארנישט אויפגעטון מיטן תנאי... וואס מיינט אז מ'טאר נישט אריינקומען נאר בתנאי? וואס געשעט אויב איך האלט נישט איין דיין איינזייטיגן תנאי?
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:08 pm
דורך קהל'ס נער
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:12 pm

דער עולם כאפט נישט דברי הרב אלפא.
זיין פוינט איז אז ע״פ הלכה איז נישטא קיין איסור פון trasspasing, און דעריבער העלפט נישט קיין שום תנאי אויף אריינציקומען, ווייל איך דארף נישט צוקימען צי קיינעמ׳ס רשות אויף אריינציקימען.
(ס׳דא געוויסע פעלער וואס traspasing איז יא אסור ע״פ תורה, אבער ביי א בית המדרש, איז נישטא קיין איינס פון זיי.)
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:04 am
דורך אלע צוזאמען
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:49 am
איז הלכה'דיג שייך צו מחייב זיין איינעם ווען איך לייג א צעטל אז מ'קומט אריין 'על דעת'?
יראו הלומדים וישפטו..
זארג דיך נישט, מ’האט נאך פון קיינעם געבעטן קיין געלט, און מ’פלאנט נישט צו בעטן פון קיימיצען, ס’נאר להגדיל הטראסק.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:38 pm
דורך זה חלקי
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:08 pm
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:12 pm
טליתנאה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:08 pm
געוויסע בתי מדרשים וועלן טאקע שרייבן אז ס'איז אסור אריינצוקומען דא נאר בתנאי אז מ'איז מפקיר פון פאראויס וכו', טאקע ווייל מען קען נישט סתם מפקיר זיין יענעם חפצים אליין
וערבך ערבא צריך, אויב בין איך נישט מפקיר בפירוש האסטו דאך ווייטער גארנישט אויפגעטון מיטן תנאי... וואס מיינט אז מ'טאר נישט אריינקומען נאר בתנאי? וואס געשעט אויב איך האלט נישט איין דיין איינזייטיגן תנאי?
דער עולם כאפט נישט דברי הרב אלפא.
זיין פוינט איז אז ע״פ הלכה איז נישטא קיין איסור פון trasspasing, און דעריבער העלפט נישט קיין שום תנאי אויף אריינציקומען, ווייל איך דארף נישט צוקימען צי קיינעמ׳ס רשות אויף אריינציקימען.
(ס׳דא געוויסע פעלער וואס traspasing איז יא אסור ע״פ תורה, אבער ביי א בית המדרש, איז נישטא קיין איינס פון זיי.)
מקור?
ע"פ הלכה איז אבסולוטלי דא אן איסור פון טרעספעסינג
א חוץ אפשר אויב עס איז א פלאץ וואס מען ניצט אנצוקומען צו אן אנדערן פלאץ שארטקאטס וכדו'
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 3:21 pm
דורך אלפא
זה חלקי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:38 pm
מקור?
ע"פ הלכה איז אבסולוטלי דא אן איסור פון טרעספעסינג
א חוץ אפשר אויב עס איז א פלאץ וואס מען ניצט אנצוקומען צו אן אנדערן פלאץ שארטקאטס וכדו'
אפי' נניח די ביהמ"ד איז א פריוואטע פלאץ וואו דער בעה"ב האט באשלאסן צו גיבן סעלעקטירטע רעכטן ווער עס מעג און ווער עס מעג נישט אריינקומען, איז אבער לכאו' נישטא קיין חיוב תשלומין אפי' ווען דער גע'אסר'טן בר נש קומט יא אריין. וכי מה חסרו ומה הזיקו?
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 6:59 pm
דורך קהל'ס נער
זה חלקי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:38 pm
מקור?
ע"פ הלכה איז אבסולוטלי דא אן איסור פון טרעספעסינג
א חוץ אפשר אויב עס איז א פלאץ וואס מען ניצט אנצוקומען צו אן אנדערן פלאץ שארטקאטס וכדו'
אין בבא מציעא אדער בתרא.
זה נהנה וזה לא חסר וכופין על מדת סדום.
במילא במקום שאין נזק, דהיינו אז די פלאץ איז נישט עומד לשכירות, און ער איז נישט משחיר די ווענט, און אויך אז ס׳נישט קיין פעלד בימות הגשמים וואס דעמאלט וואקסן די פירות, איז נישטא קיין איסור צו טרעספעסן.
אין קורצן, טרעספעסינג הייסט נישט קיין היזק, במילא איז עס מותר כל עוד ער איז נישט מזיק אויף אנדערע וועגן.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:41 am
דורך תוהו ובוהו
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 6:59 pm
אין בבא מציעא אדער בתרא.
זה נהנה וזה לא חסר וכופין על מדת סדום.
במילא במקום שאין נזק, דהיינו אז די פלאץ איז נישט עומד לשכירות, און ער איז נישט משחיר די ווענט, און אויך אז ס׳נישט קיין פעלד בימות הגשמים וואס דעמאלט וואקסן די פירות, איז נישטא קיין איסור צו טרעספעסן.
אין קורצן, טרעספעסינג הייסט נישט קיין היזק, במילא איז עס מותר כל עוד ער איז נישט מזיק אויף אנדערע וועגן.
ס'איז אוודאי דא אן איסור, א מענטש קען מונע זיין פון זיך באניצן מיט זיינע חפצים אן קיין שום חשבונות. עיין ב''ק כ ב תוס' ד''ה הא איתהנית.
ס'איז אבער נישט מחייב קיינע חושן משפט קאנסעקווענצן אויב מ'גייט יא אריין דארט, העכסטנס קען עס ווערן א כניסה באיסור. און אוודאי קען נישט געשען קיין אויטאמאטישער הפקר אן וואס יענער זאל עס ארויסזאגן.
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:49 am
באותו ענין האב איך געזען אמאל ווי איינער פארקויפט ספרים אויף א טישל אין ביהמ"ד און לייגט א צעטל אז ווער עס באצאלט נישט בשעת'ן נעמען (אפי' ער באצאלט שפעטער) איז א גנב! דארטן האט מען אויך דן געווען צו עס איז שייך צו מאכן איינעם פאר א 'גנב' פשוט אויף מיינע תנאים (בעת וואס די זאכן זענען בעצם עומד למכירה - ס'איז נישט ווי קיין חמסן וכדו'..)
כ'זע נישט פ''וו ס'זאל נישט הייסן קיין גניבה. אוודאי איז אלעס געבויט אויפ'ן מוכר'ס תנאים. אויף אן אופן וואס ער האט נישט קיין דעת להקנות און יענער נעמט דאס לעצמו, איז דאס מהודר'דיגע גניבה.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 1:28 pm
דורך זה חלקי
תוהו ובוהו האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:41 am

ער זאגט אז אריינגיין קאסט א פרייז
איך מעג אריינגיין צו א שאוי אן באצאלן?
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:38 pm
דורך צקון לחש
זה חלקי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 1:28 pm
איך מעג אריינגיין צו א שאוי אן באצאלן?
מלבד דריסת הרגל שבו יש לציין לדין שחוק לפני רקוד לפני דקדושין דבפשוטו משמע שאפשר לגבות על זה כסף, אולי כי השחקנין חשיבי פועלין דבלא"ה הרי קול מראה וריח אין בהן משום מעילה, כתבתי בחופזה לעורר לב המעיין
***
אגב, לעצם הענין שהחליט הרב @תוהו ובוהו מכח תו' ב"ק שאפשר למנוע לכתחילה הנאה אף בזה נהנה וזה לא חסר, יש בזה רמ"א כמדומני שמשמע לא כן וצ"ע
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 4:18 pm
דורך שמן למאור
כ'מעג אפשר וויסן וואס דער עקסטרעמיסט וויל?
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:26 pm
דורך [NAMELESS]
מסתמא אז מען דארף האבען א גוטע פילטער
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 8:55 pm
דורך שמן למאור
מנשסתר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:26 pm
מסתמא אז מען דארף האבען א גוטע פילטער
דאן זאל ער אזוי זאגן. נישט האקן אין קאפ אריין וועגן גיין לעבן בדחקות.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:15 pm
דורך ברוך שפינוזה
שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 4:18 pm
כ'מעג אפשר וויסן וואס דער עקסטרעמיסט וויל?
מיין שאלה איז זייט ווען איז ר' מתתיהו סאלאמאן א מאן דאמר ביי אידיש רעדנדע? זיין מיינונג איז נאר רעלעוואנט פאר דיזע מענטשן וואס ווען ער וואלט געזאגט פארקערט וואלטן זיי איהם אויך געפאלגט, חסידים פאלן זיכער נישט אריין אין דעם כלל.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:32 am
דורך פונדאַמענטאַל
האט מיר א חבר צוגעשיקט...