בלאט 42 פון 50
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:13 pm
דורך קאצקע ציקער
האסט א גערעכטע טענה אבער די מציאות איז אז זיי רעכענען זיך זייער מיט וואס זיי שרייבן
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:32 pm
דורך איסר האטלקי
לענ''ד זענען די אייוועלט קריטיקירער ארום 5 פראצענט פון די ליינער, אדער ווייניגער. עס איז לעכערליך זיך צו רעכענען מיט זיי (און צומאל מיט מיר...).
נאר פון זייערע קריטיק קען מען אמאל דערשמעקן עפעס זאכליכע טענות וואס אנדערע פרעמדע אייוועלטלאזע ליינער האבן אויך. מען דארף אבער וויסן וואו איין און וואו אויס, עס איז זייער שמאל דער דיפערענץ.
נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 1:02 am
דורך קאצקע ציקער
די מאמענט שרייבער זענען סך מער אקטיוו אויף איי וועלט ווי דא על כל פנים בגלוי סיי דער מאמענט און סיי דער נפשי און דער ידעתי דא מער אפשר
סא מען רעכענט זיך ביג טיים מיט זיי.
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: פרייטאג מאי 25, 2018 5:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון די גאנצע געמויזעכץ אויף אייוועלט, איז געבליבען איין טענה. עפעס צו טוהן מיט דער דרך פקודיך. דער וואס האט אריין געקוקט אין דרך פקודיך ווייסט אז די טענה איז א תירוץ פאר עפעס אנדערש. יעצט דארף מען פרעגען וואס איז די עפעס אנדערש וואס באדערט זיי.
ווען מ׳רעכענט זיך מיט פרידין פון אייוועלט, מעג די מאגאזין נאר האבען רעקלאמעס פון חיזוק אסיפות קעגען מאגאזינען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 10:12 pm
דורך בן ישי
בהעלותך
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:37 pm
דורך בן ישי
איך האף אז מאמענט'ס חנוך גרינבערגער גייט מיטהאלטן דעם כינוס היינט און אינז געבן זיין געשמאקע בליק אויף די מעמד מיט די הכנות ארום און די וועג אהין און צוריק וכו' אזויווי נאר ער קען...
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 12:26 pm
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:איך האף אז מאמענט'ס חנוך גרינבערגער גייט מיטהאלטן דעם כינוס היינט און אינז געבן זיין געשמאקע בליק אויף די מעמד מיט די הכנות ארום און די וועג אהין און צוריק וכו' אזויווי נאר ער קען...
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 1:16 pm
דורך נאסוידער רב
מתוך שבחו בא לידי גנותו. א בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 1:17 pm
דורך ליפא
טוט זיך א שלאפעריי
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 1:18 pm
דורך ליפא
/
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 1:35 pm
דורך גאנצל
ליפא האט געשריבן:טוט זיך א שלאפעריי
טוט זיך א חלומעריי.........
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 2:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט גערעכט, קיינער שלאפט נישט. נישט דער מיט די רויטע בארד מיט די פנים אראפ, נישט די אלטע באטשיס. זיי האבען פארמאכט די אויגען פון דביקות.
אוודאי אזוי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 3:36 pm
דורך בן ישי
איינער שיקט מיר די בילד פון די מאמענט קאווער און האט צוגעשריבן "זכור אהבת קדומים והחיה נרדמים"...
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 3:55 am
דורך berlbalaguleh
בן ישי: אבער איך בין זיכער אז ווען מהר"א שליט"א האט אויסגעשריגן זיינע דיברות קודש מיט אן אש להבה, האבן זיך אלע דרימלענדיגע אידן אויפגעוועקט. אזוי ווי ביי מתן תורה...!
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 6:50 am
דורך Avrom
ביי מתן תורה איז מען אויך פארשלאפן
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 11:16 am
דורך berlbalaguleh
אברם: דו האסט עס געגנב'עט פון מיר...!
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 11:25 am
דורך אונטער חכם
berlbalaguleh האט געשריבן:בן ישי: אבער איך בין זיכער אז ווען מהר"א שליט"א האט אויסגעשריגן זיינע דיברות קודש מיט אן אש להבה, האבן זיך אלע דרימלענדיגע אידן אויפגעוועקט. אזוי ווי ביי מתן תורה...!
ר' בערל, איר זענט אויך פון די דרימלערס דארטן? [emoji1]
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 12:40 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם:ניין. איך דרימל ביים קאמפיוטער. אבער ווען איך האב געהערט די ווערטער פון מהר"א שליט"א אויסגעשריגן מיט א שאגת ארי, האביך מיך אויפגעוועקט...!
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 1:04 am
דורך אונטער חכם
הייסט עס אייערע תגובות ווערן טאקע אזוי געשריבן נים ולא נים?
איך האב שוין לאנג חושד געווען אזוי. ,[WHITE SMILING FACE]
Just kidding.
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 2:45 pm
דורך בן ישי
פרשת חקת
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 2:32 pm
דורך לבי ובשרי
איך זעה נישט וואספארא חידושים עס זענען געווען אין די מאמענט פאריגע וואך.
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 2:50 pm
דורך דער דאס
לאמיר אנהייבן אזוי, וועלכע וואך האסטו יא געזען עפעס חידושים?? און וואס זענען זיי געווען?? און וואס איז אנדערש די וואך??
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 6:41 pm
דורך בן ישי
די ארטיקל איבער מלאך ביי שלהבת איז געווען זייער שיין.
צפון קארעא ארטיקל איז זייער שפאנענד און מ'ווארט פאר די צווייטע חלק.
נאכדעם איז געווען די וועכענטליכן שיינע ארטיקלעך פון הרב עזריאל טויבער'ס, הרב וואזנער, צייט דערציילט, מאמענטן איבער דער טיטאניק, די מגילות פארזעצונגען און דער מלמד ארטיקל.