בלאט 42 פון 179
נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 11:44 am
דורך ציבעלע-קיגל
שטייט זיך א איד ביי שלאגען כפרות מיט א סליחות אין איין האנט און א כפרה אין די אנדערע און פילט אין מיטן אז זיינע הויזן פאלען אראפ. ער פראבירט אהער און אהין און דא פאלט איהם אראפ די הויזען און די כפרה פליט און די סליחות פליט אויף די אנגערע זייט און ער פאלט אראפ...
שרייט ער... רב"שע יעצט האב איך נישט קיין מחילה... נישט קיין סליחה... און נישט קיין כפרה...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 2:43 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 1:20 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
היות הערשי רובינשטיין האט נישט געקענט אן יאגן צו כאפן ד בילדער פון אלע רבי'ס ביים שלאגן כפרות ערב יו''כ, האבן אסאך רבי'ס פארגעשלאגן איבער צושלאגן היינט כפרות טאמער ס'וועט אריין גיין אונעם קימענדיגע גליון
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:58 am
דורך שבת אחים
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:היות הערשי רובינשטיין האט נישט געקענט אן יאגן צו כאפן ד בילדער פון אלע רבי'ס ביים שלאגן כפרות ערב יו''כ, האבן אסאך רבי'ס פארגעשלאגן איבער צושלאגן היינט כפרות טאמער ס'וועט אריין גיין אונעם קימענדיגע גליון
רעד נישט צו הויך ווייל באלד וועלן זיי זיך נאך צו כאפן צום פלאן
זיי וועלן עס נאך רופן ״כפרות שניות״ בבחינת הקפות שניות ...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 9:36 am
דורך [NAMELESS]
ראש ישיבה ליטאי גילה שאשתו כל היום אומרת פרקי שירה במקום לעשות את עבודות הבית הבסיסיות.
הוא ביקש ממנה להפסיק עם זה והיא לא הייתה מוכנה.
לאחר שזה נמשך הבעל לקח אותה לבית דין רבני טען שזה מפריע לו פוגע בכבודו ובניהול הבית וכד' הבי"ד פסק שהיא חייבת להפסיק עם זה מיד או לקבל גט.
האשה לא היתה מוכנה להפסיק לכן בעלה כתב לה גט במקום.
למחרת היא שמה מודעה בעיתון.
" אמרתי פרקי שירה 40 יום ונושעתי"
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 8:15 pm
דורך למדן
אשתו כל היום טענה שאשתו כל הלילה יעשה את עבודת הבית
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:26 am
דורך [NAMELESS]
מיין חבר דערציילט מיר א מעשה שהיה (ואם לא היה אזי בחזקת שיכול להיות וכהיה דמי) מיט א איש מפורסם (ר"י, אבד"ק, אדמו"ר וכדומה) וואס איז געפארען פון ירושלים קיין ב"ב, אין דורכפארענדיג א בחור ביים באס סטאפ הייסט ער פאר זיין דרייווער עם מיטנעמען, נאך דעם וואס דער רב האט אים היימיש געמאכט פרעגט דער בחור מיט וועם האב איך די זכות מיטפארען "איך הייס רב פלוני" אנקימענדיג קיין ב"ב הייסט דער רב פארען דרייווער אפפירען דעם בחור אהיים א מרחק פון 10-15 מינוט
פרעגט דער דרייווער פארוואס האט דער בחור אזוי נושא חן געווען? "די זעהסט נישט אז ער האט מיר נישט דערקענט? אז ער קוקט נישט די אלע בלעטלעך קומט עס אים....
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:32 am
דורך [NAMELESS]
געפאוסט מגנזי האימייל מה שהיה כמוס באוצרותי.
מעשה שהיה מיט א בחור א עילוי וואס איז צו מזל א חתן געווארן אין א שטעטל, צו איינע פון די חשוב'ע ראשי הקהלה.
נאך עטליכע טעג, ווערט דער בחור געוואויר אז די מיידל איז א שרעקליכע, מיט געמיינע מדות, און ער וועט מיר איר נישט קענען האבן א חיים טובים. דער חתן האט זיך געוואלט ארויסזעהן פונעם פלאנטער, אבער ווי זאגט די וועלט -- צוריק גייט א קאזע.
דער עילוי האט געטראכט וועלכע מיטל אנצונעמען כדי צו מאכן א "ברוך שפטרני", און איז געפאלן אויף א מאדנע המצאה. ער איז געגאנגען אין ביהמ"ד, און אויסגעליידיגט אלע צדקה פושקעס פון זייער אינהאלט, און עס באהאלטן ביי זיך.
והנה, עס קומט ביי מנחה, און די גבאים הייבן אן מאכן א ויצעקו, א גנב געפינט זיך דא, און האט בארויבט די פושקעס!!
אבער, יעדע זאך מאכט זיך צומאל, מען האט נישט געמאכט צו גרויסע צימעס פון די מעשה, און געגאנגען ווייטער.
אויף צומארגנס, האט דער חתן געטון די זעלבע זאך, און אלעס אויסגעליידיגט. נו דאס מאל האט מען שוין נישט געקענט פארשווייגן, מען האט דאך געזעהן אז עוד ידו נטוי' ח"ו פון דעם גנב, האט מען באשלאסן צו באהאלטן עטליכע חברה אין ווייבער שול איבערן טאג, האלטן אן אויג אויף דעם גנב.
ויהי ביום השלישי, און עודך כי עניתני, דער חתן דנן קומט אריין און ליידיגט אויס די פושקעס. אבער די חברה קומען פלוצים ארויס פון ווייבער שול, און זאגן אים "האלט! מען האט דיר געפאקט ביי די מעשה"!
פארשטייט זיך אז דער ראש הקהל האט זיך אפגעשאקלט פון דעם חתן, און צו זיין גרויס פרייד מבטל געווען דעם שידוך...
קומענדיגן טאג, האט דער בחור צוריקגעלייגט אלע געלט אין די פושקעס, און אריינגעלייגט א צעטעלע: "ומוצא אני את האשה מר ממות - וצדקה תציל ממות".....
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 7:52 am
דורך דריידל
אתא קלילא האט געשריבן:מיין חבר דערציילט מיר א מעשה שהיה (ואם לא היה אזי בחזקת שיכול להיות וכהיה דמי) מיט א איש מפורסם (ר"י, אבד"ק, אדמו"ר וכדומה) וואס איז געפארען פון ירושלים קיין ב"ב, אין דורכפארענדיג א בחור ביים באס סטאפ הייסט ער פאר זיין דרייווער עם מיטנעמען, נאך דעם וואס דער רב האט אים היימיש געמאכט פרעגט דער בחור מיט וועם האב איך די זכות מיטפארען "איך הייס רב פלוני" אנקימענדיג קיין ב"ב הייסט דער רב פארען דרייווער אפפירען דעם בחור אהיים א מרחק פון 10-15 מינוט
פרעגט דער דרייווער פארוואס האט דער בחור אזוי נושא חן געווען? "די זעהסט נישט אז ער האט מיר נישט דערקענט? אז ער קוקט נישט די אלע בלעטלעך קומט עס אים....
איך ווייס אז דאס איז אן אמת'ע מעשה. ס'איז געוועהן מיט רב דושינסקי. כ'האב עס געהערט פון איינעם וואס רב דושינסקי האט אים עס דערציילט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 9:36 am
דורך איך אויך
'רב דושינסקי' עקזיסטירט שוין נישט ,ער הייסט היינט 'אדמו''ר מדושינסקי'.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 8:16 pm
דורך מ גפני
יעצט געווען ביים הארדוועיר סטאר הער איך א אינגעלע בעט דעם מיסטער אויב ער פארקויפט לייטערס. ער פרעגט וואסערע סייז לייטער, זאגט ער אזוי הויך ווי אונזער סוכה, פרעגט ער ווי הויעך איז די סוכה, זאגט די אינגעלע אזוי הויעך ווי מיין טאטע, ווי הויעך איז דיין טאטע? אביסל העכער וווי מיין מאמע, ווי הויעך איז דיין מאמע? זי קימט אן ביז מיין טאטעס בארד, ווי לאנג איז דיין טאטעס בארד? ביז מיין מאמעס שטערן, ביז אהער האב איך מיטגעהאלטן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:יעצט געווען ביים הארדוועיר סטאר הער איך א אינגעלע בעט דעם מיסטער אויב ער פארקויפט לייטערס. ער פרעגט וואסערע סייז לייטער, זאגט ער אזוי הויך ווי אונזער סוכה, פרעגט ער ווי הויעך איז די סוכה, זאגט די אינגעלע אזוי הויעך ווי מיין טאטע, ווי הויעך איז דיין טאטע? אביסל העכער וווי מיין מאמע, ווי הויעך איז דיין מאמע? זי קימט אן ביז מיין טאטעס בארד, ווי לאנג איז דיין טאטעס בארד? ביז מיין מאמעס שטערן, ביז אהער האב איך מיטגעהאלטן
מ. גפני: ס'איז א שיינע מעשה'לע אבער ס'איז לאו דוקא געשעהן אין מציאות.
אפשר מיינסטו צו זאגן אז ס'וואלט געקענט געשעען. ס'איז אן אינטרעסאנטער דיאלאג. לויט ווי איך הער פון א חבר. דער "שטערן/שפאקטיוו" זשורנאל (נישט חלילה מעגעזין?) זוכט א גוטן שרייבער מיט א רייכע פאנטאזיע, א שטארקער בעל דמיון, צו שרייבן א הערליכע מעשה אין פארזעצונגען וואס וועט צוציען ליינערס...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 9:37 pm
דורך יואב
berlbalaguleh האט געשריבן:מ גפני האט געשריבן:יעצט געווען ביים הארדוועיר סטאר הער איך א אינגעלע בעט דעם מיסטער אויב ער פארקויפט לייטערס. ער פרעגט וואסערע סייז לייטער, זאגט ער אזוי הויך ווי אונזער סוכה, פרעגט ער ווי הויעך איז די סוכה, זאגט די אינגעלע אזוי הויעך ווי מיין טאטע, ווי הויעך איז דיין טאטע? אביסל העכער וווי מיין מאמע, ווי הויעך איז דיין מאמע? זי קימט אן ביז מיין טאטעס בארד, ווי לאנג איז דיין טאטעס בארד? ביז מיין מאמעס שטערן, ביז אהער האב איך מיטגעהאלטן
מ. גפני: ס'איז א שיינע מעשה'לע אבער ס'איז לאו דוקא געשעהן אין מציאות.
אפשר מיינסטו צו זאגן אז ס'וואלט געקענט געשעען. ס'איז אן אינטרעסאנטער דיאלאג. לויט ווי איך הער פון א חבר. דער "שטערן/שפאקטיוו" זשורנאל (נישט חלילה מעגעזין?) זוכט א גוטן שרייבער מיט א רייכע פאנטאזיע, א שטארקער בעל דמיון, צו שרייבן א הערליכע מעשה אין פארזעצונגען וואס וועט צוציען ליינערס...!
בערל, וואו האסטו אויפגעפיקט אזא קרירות'דיגן סקעפטיסיזם, צו זאכן וועלכע מאכן דווקא יא סענס, אז ס'זאל האבן פאסירט אין דער ווירקלעכקייט ?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 3:16 am
דורך [NAMELESS]
-
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 3:32 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 3:36 am
דורך [NAMELESS]
אין א פריוואט אימייל פון מוצאי יום כיפור שרייבט מיר איינער וי פאלגענד:
געזעהן אין א RIDDLES בלעטיל
שאלה: ווען מאכט מען ניט קיין שלום זכור
תשובה: ערשטע נאכט פסח שחל ש"ק נאכן אפיקומן קען מען שוין ניט
יוה"כ שחל בש"ק
האט איינער אריינגעשריבען אז ער איז געווען ביי א שלום זכר יוה"כ
מען האט מכבד געווען די געסט מיט בשמים...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 3:49 am
דורך [NAMELESS]
ר׳ בעריל איז א דוב אורב הוא לי בלשון חיבה.
ייש״כ צו דיינע ברכות עמו״ש וכו׳ איך ויל נאר פרעגען צו דיין כוונה איז עד מאה ועשרים שנה צו עד מאה וששים שנה?
אזוי וי מ׳זאגט אין דער נדבורנע׳ר הויף בשם הרה״ק הרבי ר׳ מרדכי׳לה (יארצייט איז ערשטען טאג סוכות)
איי גייסטו פרעגען הלמאי מאך איך זיך נאריש איך גיי נישט לעבען נישט קיין 120 אין אודאי נישט קיין 160 אין אז כוועל צוקומען צו 95 גיזינט אין פריש אין נישט פארקאלעכט וועל איך דען נישט זיין א מסתפק במועט?
נאר וואס איז טאקע פשט?
נאר כהאב גיעהרט נאכזאגען אז ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה אבער האלב צייט שלאפט מען דאך קומט אויס אז מלעבט עכט נאר 40 יאר ממילא כדו צו לעבען 80 יאר דארף מען צוקומען צו 160 יאר.
ממילא איז דער חילוק צוישען 120 אין 160 גאנצע 20 יאר ודו״ק
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 3:53 am
דורך [NAMELESS]
-
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 3:15 pm
דורך [NAMELESS]
-
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:25 am
דורך BAL TSHIVA
סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות
7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:41 am
דורך berlbalaguleh
BAL TSHIVA האט געשריבן:סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות
7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..
נאר איך האב א שכן. (ס'הייסט . ער וואוינט אין אן אנדערע גאס. נאר די בעק יארד איז בשכינות). ער האט א מנהג אז ווען ס'קומט סוכות פירט ער ארויס זיין שאו אויף די גאס. ער רעדט און לאכט הויעך. אלע שכינים האלטן מיט ווען ער עסט די פאטעיטא קוגל און ווען די חלה קוגל. ווען ער גייט זינגען זמירות (נישט ווען ער זינגט ממש.) שפילט זיך מיט די אייניקלעך. און ווען ער רעיגט זיך. געוויינליך טוט ער דאס אין שטוב. ביי די שבת'דיגע סעודה. וואס ער מאכט אן אוירלי שבת. אז ווען איך גיי ארויס אויף מיין פארטש פוצן די שיך לכבוד שבת, קענמען עים הערן שרייען און זיך קריגן מיט די בני בית אינמיטן זיין סעודה...
הבהרה: אויב איינער טראכט אז ער איז אין אן ענליכן מצב, איז עס נישט מער ווי א צופאל...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:46 am
דורך [NAMELESS]
BAL TSHIVA האט געשריבן:סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות
7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..
גוט געזאגט
אבער דער חשבון מיט די % שטימט נישט פונקטלעך ווייל 7+10+13+30+50 איז 110.
איי מסתמא האסטו געוואלט צוקומען צו 100.
אבער וו נישט וי גוט געזאגט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:53 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:BAL TSHIVA האט געשריבן:סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות
7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..
נאר איך האב א שכן. (ס'הייסט . ער וואוינט אין אן אנדערע גאס. נאר די בעק יארד איז בשכינות). ער האט א מנהג אז ווען ס'קומט סוכות פירט ער ארויס זיין שאו אויף די גאס. ער רעדט און לאכט הויעך. אלע שכינים האלטן מיט ווען ער עסט די פאטעיטא קוגל און ווען די חלה קוגל. ווען ער גייט זינגען זמירות (נישט ווען ער זינגט ממש.) שפילט זיך מיט די אייניקלעך. און ווען ער רעיגט זיך. געוויינליך טוט ער דאס אין שטוב. ביי די שבת'דיגע סעודה. וואס ער מאכט אן אוירלי שבת. אז ווען איך גיי ארויס אויף מיין פארטש פוצן די שיך לכבוד שבת, קענמען עים הערן שרייען און זיך קריגן מיט די בני בית אינמיטן זיין סעודה...
הבהרה: אויב איינער טראכט אז ער איז אין אן ענליכן מצב, איז עס נישט מער ווי א צופאל...!

אריין אין אשכול ״בסיפורו של רבי בערל בעל עגלה״.