בלאט 43 פון 46
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 1:16 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 2:14 pm
דורך ישעיה
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אז פון די איינציגסטע בעלי חיים וואס זענען מקיים מצוות עונה כסדר-לשם תאווה, נישט נאר כדי פרי' ורבי' איז דער חיה וואס הייסט חזיר...
אינטערסאנט, וויפיל יארן ווייסט מען דאס שוין?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 2:40 pm
דורך מנחם ציון
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אז פון די איינציגסטע בעלי חיים וואס זענען מקיים מצוות עונה כסדר-לשם תאווה, נישט נאר כדי פרי' ורבי' איז דער חיה וואס הייסט חזיר...
האסט זיי געפרעגט?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:17 pm
דורך יעקב מעקסוועל
עס איז נישט דווקא ריכטיג. ווען מען קוקט אויף די אויפפירונג פון פארשידענע בעלי חיים זעט מען אז זיי טוען עס אפילו ווען עס קען נישט זיין פרוכטבאר. אזוי אויך די תנועת הגוף, און די פנים אויסדרוקן, ווייזן אויף הנאה.
חוץ מזה זעט מען אסאך בעלי חיים זענען גרייט צו ארבעטן שווער צוצוקומען צום אקט, דאס קומט בפשטות ווייל עס איז פארבינדען מיט א פאזיטיווע עקספיריענס.
אויב ווילסטו מחלק זיין צווישן אונז און בעלי חיים, איז די שאלה וויאזוי שפירן זיי געפילן בכלל. האבן זיי צער ווי אונז? האבן זיי הנאה ווי אונז? אבער איך זע נישט פארוואס מען זאל זאגן חזירים זענען מער (קאגניטיוו) ווי אנדערע.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 2:28 pm
דורך מנחם ציון
אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 10:44 pm
דורך פאליטיקאנט
מנחם ציון האט געשריבן:אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"
וואו! ביטע לינק צו א מקור.
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 12:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
מנחם ציון האט געשריבן:אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"
אויב אזוי מעג מען שוין לערנען דף היומי, אדער איז ער אויך געווען אן אגודיסט פוי?
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 12:57 pm
דורך מנחם ציון
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"
אויב אזוי מעג מען שוין לערנען דף היומי, אדער איז ער אויך געווען אן אגודיסט פוי?
ער איז געווען א פרי וואר אמעריקאנער. מה דאך די שטיינער זענען געווען טריפה כש"כ די מענטשן.....
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 1:05 pm
דורך מנחם ציון
פאליטיקאנט האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:אז אין יאר תר"ע, 13 יאר בעפאר ר' מאיר שפירא'ס פראקלעמאציע פונעם רעיון דף היומי, האט ר' יחזקאל פרייזר (א רב אין אמעריקא) גערופן, אז " אלע חברה ש"ס'ן ארום דער וועלט זאלן זיך פאראייניגן צו לערנען איין דף גמרא יעדער טאג. די סדר זאל זיך אנהייבן אויף חול המועד סוכות מוצאי שמיטה, אזוי אז מקץ שבע שנים, במועד שנת השמיטה - בחג הסוכות, וועט מען פארענדיגן גאנץ ש"ס אין א בחינה פון מצות הקהל"
וואו! ביטע לינק צו א מקור.
איך האב עס געזעהן אין א ספר דעם פארגאנגענעם שבת. "ספר מה אהבתי תורתך" ערשינען לכבוד דער סיום דף היומי מחזור 12 אין תשע"ב, דארט איז דא א מדור פון אונטערעסאנטע אנעקדאטן, ציטאטן פון גדולים, און באשרייבונגען ארום דעם לימוד הדף און די סיומים. האב איך געזעהן דארט דאס אויבנדערמאנטע..
נאכן סוירטשן פאר דער נאמעם " יחזקאל פרייזר" האט מיר גוגל דערלאנט אט
די רעזולטאט איך האב אבער נישט קיין צוטריט צו די ספרייה לאומית, איז אדרבה, אויב איינער קען ארויפשטעלן דא
וואס זיי האבן צו זאגן וואלט איך געווען שטארק דאנקבאר
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 1:19 pm
דורך פאליטיקאנט
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 2:22 pm
דורך Blindspot
אז מצות עונה איז אפיציעל זיך אויסצוגעבן
נאר די משוגעים מאכן דיר פילן א סאיז א נבירה
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 3:14 pm
דורך לייבל שטילער
פאר בחורים איז עס טאקע א נבירה.
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 4:54 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
לייבל שטילער האט געשריבן:פאר בחורים איז עס טאקע א נבירה.
בחור/בחור איז אויך א נבירה?
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 10:07 am
דורך [NAMELESS]
ביסט א בחור ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 12:34 pm
דורך מ גפני
Blindspot האט געשריבן:אז מצות עונה איז אפיציעל זיך אויסצוגעבן
נאר די משוגעים מאכן דיר פילן א סאיז א נבירה
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
און וויאזוי / וואס ווייסטו יעצט אנדערש?
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:16 pm
דורך קאך_לעפל
איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...
פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 2:42 pm
דורך לבי ובשרי
מקור צום אויסדרוק: ממזר קאפ
ראה במסכת סופרים סוף פט"ו: רוב ממזרים פקחים
נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 11:20 pm
דורך תרמב
קיינמאל נישט געהערט פון אזא אויסדרוק, אפשר העל איך אנהייבן עס צו נוצן.
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 5:00 am
דורך א חסיד פון ווילנא
קאך_לעפל האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...
פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".
זייער גוט, קיינמאל נישט געוויסט
עפעס זאגט מען נאך דאס ווארט פון ראפשיצער רב זצ"ל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 5:01 am
דורך א חסיד פון ווילנא
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:ביסט א בחור ?
פארוואס פרעגסטו
דו ביסט?
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 8:33 am
דורך אישתישבי
לבי ובשרי האט געשריבן:מקור צום אויסדרוק: ממזר קאפ
ראה במסכת סופרים סוף פט"ו: רוב ממזרים פקחים
יעצט בלייבט נאר אריין צו קלערן וואס איז שענער, ממזר קאפ אדער פאטעטא קאפ אדער קאפ ווי א רעטעך.
א ספרדי זאגט אמאהל, אז אויב מען האט א גוטע רבינו אשר, מיינענדיג דערביי, וואס די ר"ת איז רא"ש.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 9:36 am
דורך קאך_לעפל
קאך_לעפל האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...
פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".
כ'האב געהערט דאס ווארט פון הרב שמואל ניימאן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 1:21 pm
דורך תפארת
לבי ובשרי האט געשריבן:מקור צום אויסדרוק: ממזר קאפ
ראה במסכת סופרים סוף פט"ו: רוב ממזרים פקחים
געהערט פון א חשובער רב שהסיבה שממזרים פקחים הוא משום שיש אהבה גדול בין האב והאם וכשיש אהבה גדול נולד עי"ז זה בנים מחוכמים....