בלאט 43 פון 213

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:47 am
דורך געפילטע פיש

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:02 am
דורך זר זהב
וואסי פשט פארוואס איך זעה נישט געוויסע ניקים ביי די ליסטע אונטען פון די וואס זענען דא געווען די לעצטע 24 שעה? כ'רעד פון ניקים וואס זענען נישט באהאלטן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:21 am
דורך געפילטע פיש
קען זיין אז אויף איינער פון די פלעצער פון וואו זיי לאג'ן אריין איז יא אנגעשטעלט צו זיין באהאלטן?
יא, כ'האב עס יעצט געטשעקט, כ'האב געעפענט א פרייוועט ווינדאו אין מיין בראוזער, אריין געלאג'ט באהאלטענערהייט, און מיין נאמען איז פארשוואונדען פון די ליסטע פון ווער ס'איז דא געווען, און אינטערעסאנט אבער אז ס'איז געבליבן אין די ליסטע פון ווער ס'איז יעצט דא.

פאלס

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:57 pm
דורך סאשי פיש
איך בין יעצט אין קאנטרי און איך שטיי און ווינדער זיך איבעראל איז דא עלעקטריק פאלס און וואלד און ווי נישט...
ווער האט עס געלייגט?
ווי אזוי האט מען עס בכלל געקענט לייגען?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:52 pm
דורך געפילטע פיש
די אייבישטער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:58 pm
דורך זר זהב
וויזוי פארשטייט מען דאס ביים ציילן די אידן סיי די וואך און אויך אין במדבר די צאהל קומט אייביג ארויס פאר יעדן שבט א איווען נומער. זיבען הונדערט טויזענט מיט 350. אדער 200 טויזענט מיט 400. קיינמאל נישטא עפעס טשעינדזש?

הא?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:28 pm
דורך סאשי פיש
געפילטע פיש האט געשריבן:די אייבישטער.

[tag]געפילטע פיש[/tag] וואס איז פשט פון די ענטפער???

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:34 pm
דורך קאווע טרינקער
סאשי פיש האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די אייבישטער.

[tag]געפילטע פיש[/tag] וואס איז פשט פון די ענטפער???

ער מיינט צו זאגן אז דער אויברשטער האט געגעבן חכמה פאר די גוים דאס צו מאכן אז אידן זאלן קענען געהעריג רופן קול מבשר פון די קעטסקיל בערג

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:42 pm
דורך ונבנתה העיר
זר זהב האט געשריבן:וויזוי פארשטייט מען דאס ביים ציילן די אידן סיי די וואך און אויך אין במדבר די צאהל קומט אייביג ארויס פאר יעדן שבט א איווען נומער. זיבען הונדערט טויזענט מיט 350. אדער 200 טויזענט מיט 400. קיינמאל נישטא עפעס טשעינדזש?

הא?

חת"ס ד"ה אשר פקד.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:48 pm
דורך זר זהב
ונבנתה!!!!!!!!!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:48 pm
דורך געפילטע פיש
סאשי פיש האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די אייבישטער.

[tag]געפילטע פיש[/tag] וואס איז פשט פון די ענטפער???

כ'האב מיך אריינגעלייגט אין די מצב פון א טאטע וואס זיין יונגעל פרעגט עם עפעס וואס ער ווייסט נישט די ענטפער.

טאטי, ווי אזוי פליעט א עראפלאן?
טאטע: ווייל אזוי האט די אייבישטער געמאכט.

טאטי, ווער האט געמאכט אז די לייט זאל ליכטיג מאכן?
די אייבישטער.

(פארשטייט זיך אז בעצם איז עס אמת, די אייבישטער איז דאך דער מי שאמר והיה העולם, אבער די גלאטע תירוץ "די אייבישטער" קומט פון איגנאראנץ, נישט אמונה.)

וואו קומט עס דא אריין? סא'חילוק!?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:13 pm
דורך atmybest
פארוואס האב איך אזוי ווינציג לייקס?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:27 pm
דורך קאווע טרינקער
זעהט אויס אז אין צימעס טיילט מען נישט.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:40 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וויזוי פארשטייט מען דאס ביים ציילן די אידן סיי די וואך און אויך אין במדבר די צאהל קומט אייביג ארויס פאר יעדן שבט א איווען נומער. זיבען הונדערט טויזענט מיט 350. אדער 200 טויזענט מיט 400. קיינמאל נישטא עפעס טשעינדזש?

הא?

חת"ס ד"ה אשר פקד.

איך מיין אז איך האב אמאל געהערט בשם מפורשים אז די תורה האט גע'ראונדעד די נאמבערס

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:39 pm
דורך מאטי
atmybest האט געשריבן:פארוואס האב איך אזוי ווינציג לייקס?

ווען דו וואלסט פארשטאנען פארוואס, וואלסטו מסתם געהאט מער לייקס. Ouch!

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 3:01 pm
דורך קאמענטירער
יעצט איז אין די נייעס איבער די אנטלויף פון סנודען און ער פארלאנגט "אזיל רעכט ״ פון רוסלאנד, וואס מיינט אזיל רעכט? כ׳קען באגיין פאברעכנס און דערנאך בעטן אזיל רעכט? און וואס איז בכלל די מושג פון בירגער? קען איך זיין א בירגער פון עטליכע לענדער?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:01 pm
דורך boxcover
אזיל רעכט (asylum) איז א באגריף אז א מענטש וואס ווערט גע'רודפ'ט פין זיין היימלאנד (ממילא איז נישט דא ווער זאל זיך אננעמען פאר אים\איר), זאל א צווייטער לאנד אים\איר אריין נעמען. אמאל איז דאס אריין-נעמען נאר געווען א באגריף אין די מאדערענע מערב לענדער, אבער היינט זעהט מען שוין די עגיפטישע, גריכישע און איזראעיליס ווי זיי נעמען אריין יענעמס מורד, געווענליך וואס ס'לוינט זיי.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:18 pm
דורך זר זהב
און יא, מ'קען זיין א בירגער פון מערערע לענדער

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:38 pm
דורך אבגד
קול מבשר איז געווען פארנומען פאריגע וואך מיט די גוי וואס האט געשאסן די שומרים וואלונטירן, ער זאגט אז די שומרים האבן געהאט רעכט ווייל די גוי האט זיך אויפגעפירט אומלעגאל, וואס זענען די אומלעגאלע זאכן וואס דער גוי האט געטוהן?

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:47 pm
דורך קאווע טרינקער
גילוי ערוה.

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:56 pm
דורך יין שרף
אפילו ביי אונז אין שטיבל איז גילוי פון די ערגסטע עבירות...

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:09 am
דורך אבגד
האבן א ניק אין קאווע שטיבל איז א ערוה????

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:13 am
דורך משולם שטיינפעלד
אבגד האט געשריבן:קול מבשר איז געווען פארנומען פאריגע וואך מיט די גוי וואס האט געשאסן די שומרים וואלונטירן, ער זאגט אז די שומרים האבן געהאט רעכט ווייל די גוי האט זיך אויפגעפירט אומלעגאל, וואס זענען די אומלעגאלע זאכן וואס דער גוי האט געטוהן?

האט ער געמאלדן די תוצאה פונעם טרייעל אדער ער מעלדט נאר גוטע נייעס?