בלאט 43 פון 43
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 1:21 pm
דורך קלוגע יודל
יא יא, דערמאנט מיר א מעמד ווי מען אראפגעברענגט אזא סעטעלייט טראק פאר א לייוו הוקאפ, האב איך געכאפט א שמועס מיט די מענטש דארט, זאגט ער מיר עס מען שיקט עס ארויס פון דארט דורך די סעטעלייט, פרעג איך איהם, און ביי יעדן פלאץ וואו מען זעהט עס איז דא אזא טראק בכדי צו באקומען די השפעות פון די סעטעלייט? זאגט ער מיר: "נעה, איינער זיצט ביי מיר אין אפיס, ער נעמט עס אראפ פון די סעטעלייט און סטריעמט עס אנליין" .
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 7:40 pm
דורך שמן למאור
וואט דע העק???
Screenshot_20231217_193945.jpg
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:06 pm
דורך רוני
איינער פון די רבי'ס וואס האט גערעדט א דרשה וועגן אינטערנעט האט אויסגעשריגן,
אז אפילו ווען איינער דארף לצורך גדול אריין גיין צו אינטערנעט, זאל ער כאטש אראפ נעמען די ברילן.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 8:21 am
דורך [NAMELESS]
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:18 pm
דורך זה חלקי
די קינדער זענען נעבעך אזוי צומישט..
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:22 pm
דורך עמרם
שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 7:40 pm
וואט דע העק???
Screenshot_20231217_193945.jpg
און ער נעמט זיי אריין אין די מוסדות !!
סתם א טא פעסער ...
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:29 pm
דורך קליינע צדיק
זה חלקי האט געשריבן: ↑
די קינדער זענען נעבעך אזוי צומישט..
השומרים פירות
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2024 10:09 pm
דורך שמן למאור
אם אין דעת, ניצט מען אן אויסדריק וואס ברענגט ארויס דאס פארקערטע פון וואס דו האסט געוואלט זאגן...
אם אין דעת הבדלה מנין... און וועגן דעם אסר'ן מיר "אלע" סארטן קווין פאונס...
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2024 10:37 pm
דורך מילך טראק
זה חלקי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:18 pm
די קינדער זענען נעבעך אזוי צומישט..
נעבעך מברען וואשט קליינע קינדער
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 1:00 am
דורך עמרם
שמן למאור האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 16, 2024 10:09 pm
אם אין דעת, ניצט מען אן אויסדריק וואס ברענגט ארויס דאס פארקערטע פון וואס דו האסט געוואלט זאגן...
אם אין דעת הבדלה מנין... און וועגן דעם אסר'ן מיר "אלע" סארטן קווין פאונס...
אויך האט די גליון אנגעהויבן די וואך א נייע מערכה
קעגן די וואס מאכן וואך נאכט צעטלעך אנליין...
זיי טענה'ן אז ס'איז נישט לצורך פרנסה
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 3:15 am
דורך גארטל
אין די שטיבל מאגעזין איז געווען א שמועס די וואך מיט דריי אינגערלייט וואס פראדעצירן 'כשרע' סעלפאונס, זאגט דארט איינער אז טאטש סקרין איז א פראבלעם ווייל עס ברענגט נענטער צו א סמארטפאון.. דאס איז איינע פון די ריזענס פארוואס די אויבדערמאנטע קווין פאון איז אסור.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 4:58 am
דורך היום
רוני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:06 pm
איינער פון די רבי'ס וואס האט גערעדט א דרשה וועגן אינטערנעט האט אויסגעשריגן,
אז אפילו ווען איינער דארף לצורך גדול אריין גיין צו אינטערנעט, זאל ער כאטש אראפ נעמען די ברילן.
ווייסט מען דאך פון דער רב (לעבט שוין נישט) וואס האט געפרעגט ביי איינע פון די אינטערנעט אסיפות, אז מען רעדט אזוי אפט פון דיע פילטערס, אויב ווייסט איינער אפשר ווי לאנג עס האלט? ווי אפט מען דארף מען דאס אויפטוישן צו א נייע?
כידוע...
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 7:16 pm
דורך whatever
איך הער לעצטענס אז ס'טוט זיך א מערכה קעגן kiosks, כ'האב געהערט א דרשה פון בערל טויבער ווי ער האקט אויף shopping אנליין אין kisoks, איך פארשטיי עס באמת נישט, בשלמא ער וויל זאגן אז מ'איז פארנומען קוקן ווידיאס וכדו' קען איך הערן, אבער shopping, וואס איז שלעכט מיט דעם?? יענער האט דאך נישט קיין אינטערנעט אינדערהיים, טאר ער זיך נישט מאכן באקוועם און קויפן עפעס פאר ביליג online??
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 10:17 pm
דורך צקון לחש
אויב וואלסטו געליינט השמיעיני את קולך וואלסטו געוואוסט אז באשטעלן דורך פעקס אדער ביפער קומט אויס פיל ביליגער און באקוועמער ווי אונליין, ממילא איז עס דאך אן ענין פון התורה חסה על ממונם של ישראל...
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 7:32 pm
דורך פאסטעך
יעצט געזעהן דאס:
דער פוסק און דיין ר' שמואל וואזנער ע"ה האט אזוי פארציילט (יו"ד חל ביום א' דיו"ט פסח, שבת שובה):
א נשמה איז געקומען צו מיר אין חלום היתכן איך האב גע'פסק'נט שלא לטובתו, איך האב מיך נישט דערשראקן און אים געענטפערט אז וואס מען פסק'נט אויף די וועלט פסק'נט מען אויף יענע וועלט.
ענק מיינען איך וויל דערציילן סתם סיפורים פון מיר? איך וויל ענק נאר זאגן, ווער עס האט אינטערנעט אדער אייפאון אדער אנדערע מכשירים, האט נישט קיין חלק אין עולם הבא!
זיי מיינען איך לאך, איך לאך נישט.
וואס מען פסק'נט אונטען, פסק'נט מען אויבן!
געגאנגען, הייבסט אן קאכן, ווער גייט פתיחה?
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 7:47 pm
דורך צוויי
רבי שמואל וואזנער איז טויזענט פראצענט גערעכט
איי איך האב אינטערנעט אויך שלא לצורך העבודה ממש.., ס'איז א נסיון פאר מיר, ס'איז א תאווה ווי אלע תאוות, און ביזדערווייל האב איך נישט באהערשט דערויף.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
די ערשטע קשיא איז: יום א' ד'פסח פאלט אויס שבת שובה?...!
אויך: ס'זעהט אויס מ'דארף מגיה זיין די גמרא. חז"ל זאגן אז ביים יום הדין וועט מען פרעגן געוויסע שאלות אזוי ווי...עסקת בפו"ר. נשאת ונשאת באמונה. און עסקת בתורה?. מ'דארף צו שרייבן א הגה"ה אין די גמרא. בשנת 2000 למספרם ישאלו בבי"ד של מעלה... עסקת ב'אינטרנט? היה לך סמארטפאון. ועם כבר היה, רח"ל מהאי דעתא. שמת פילטער. של גדר? אז אתה יוצא חייב כי ה'פילטער של ה'אהרונים לא שוה כלום. אם היית שם פילטער של ה'זאלונים היינו פוטרין אותך. עכשיו דנין אותך לשאול תחתית...!
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:54 am
דורך קהל'ס נער
פאסטעך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 7:32 pm
יעצט געזעהן דאס:
דער פוסק און דיין ר' שמואל וואזנער ע"ה האט אזוי פארציילט (יו"ד חל ביום א' דיו"ט פסח, שבת שובה):
א נשמה איז געקומען צו מיר אין חלום היתכן איך האב גע'פסק'נט שלא לטובתו, איך האב מיך נישט דערשראקן און אים געענטפערט אז וואס מען פסק'נט אויף די וועלט פסק'נט מען אויף יענע וועלט.
ענק מיינען איך וויל דערציילן סתם סיפורים פון מיר? איך וויל ענק נאר זאגן, ווער עס האט אינטערנעט אדער אייפאון אדער אנדערע מכשירים, האט נישט קיין חלק אין עולם הבא!
זיי מיינען איך לאך, איך לאך נישט.
וואס מען פסק'נט אונטען, פסק'נט מען אויבן!
געגאנגען, הייבסט אן קאכן, ווער גייט פתיחה?
חלומות שוא ידברו איז א דאורייתה, העמיר עים דן זיין לכף זכות אז ער האט פארגעסן פון דעי פסוק.