בלאט 43 פון 179

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:29 am
דורך BAL TSHIVA
אתא קלילא האט געשריבן:
BAL TSHIVA האט געשריבן:סאמערי וואס סהאט זיך ארויס געהערט פין די שכנים'ס סוכות

7% טעלערס גופלעך קלאפען פין עסען
10% הרחמן הוא יקים לנו....
13% שלעיגעריי אין וויינעריי
30% ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה
50% זא שטיל מהערט ארויס יעדע ווארט..

גוט געזאגט :)
אבער דער חשבון מיט די % שטימט נישט פונקטלעך ווייל 7+10+13+30+50 איז 110.
איי מסתמא האסטו געוואלט צוקומען צו 100.
אבער וו נישט וי גוט געזאגט.

מפרעגט נישט קיין קשיות אויף קיין דרוש

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:31 am
דורך איש עברי
די גערודער איז אויך מער ווי הונדערט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:30 pm
דורך יין שרף
א גור׳ע חסיד האט ענדליך אויסגעקליבן זיין אתרוג נאכן זוכן אפאר שעה.
פרעגט אים זיין חבר, אפאר שעה האט דיר גענומען צו אויסוועלן א אתרוג, און דיין ווייב האסטו געקענט אויסוועלן און א האלבע שעה??
אמת, אבער מיט מיין אתרוג גיי איך ארויס אין גאס...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:30 pm
דורך BAL TSHIVA
איך האב געזען א יונגערמאן מיט זיינע קינדער אין פארק, דער יונגערמאן האלט זיין cell אין פלוצלינג שרייט ער אויס "קינדער נאך 21% גייט מען אהיים"

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:18 am
דורך outspoken
די חוה''מ ביי א לאנג ווייליגען דרשה, א איד איז טיף איינגעשלאפען, די בעל דרשן זאגט צום שכן, וועק אים אויף, 'שינה חוץ לסוכה'!!! ענטפערט יענער, רבינו, איר האט אים איינגעשלעפט, מאכט תשובת המשקל און וועקט אים אליין אויף...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 8:28 am
דורך [NAMELESS]
*

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:28 am
דורך outspoken
פארטוישט אשכול 3 מאל באלאנגט דאס שוין דא ביי מילתא דבדיחותא...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:29 am
דורך outspoken
פ. פארוואס רעדן די רוסישע מיט א חית ווצ''ב חהאלא ?

ע. די באשעפער האט באשאפען די וועלט מיט אות 'ה' און יענע וועלט מיט אות 'י', רוסלאנד איז אויבן פונם כדור הארץ, קומט אויס אז די מענטשען דארט דרייען זיך ציוושיען דער וועלט און יענער וועלט, האט זיי די באשעפער באשאפען מיטן אות 'ח' וואס איז ציווישען אות 'ה' און אות 'י'...

יעצט באמערקט אז מ'האלט שוין דא ביים 1000טער תגובה, מזל טוב ק''ש.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:28 am
דורך outspoken
א אינגערמאן איז געשטאנען איין נאכט ביים 'ברידזש' צו כאפן א 'היטש' קיין קר''י, מיטאמאל שטעלט זיך כ"ק אדמו"ר מ'דאבשינא שליט"א אפ, זאגט אים, די פראנט איז אנגעלייגט מיט פאפירען, זעץ זיך אין בעק אויף מיין זייט, ס'דא א סיט.

זיי פארען זיך אזוי געמיטלען אויפן 17 ווי די רבי שליט"א זינגט זיך אונטער די נייע דאבשינא ניגונים, מיט אמאל דערמאנט זיך די אינגערמאן אז אפשר קען ער האבן אויך א 'היטש' אויף צוריק , גיט ער דעם רבין א קלאפ אין פלייצע, מיטאמאל גיט די רבי ארויס אזעליכע משונה'דיגע פחדים'דיגע קולות ,פארלירט דעם רעדל און פליעט אראפ פונם הייוועי אריין אין וואלד, די קאר גיט זיך ב''ה א האסטיגען שטעל אפ פארנט פון א בוים.

נאכן זיך אביסל באריאיגען זאגט אים די רבי, אויפן מינוט האב איך מיר פארגעסען אז איך האב דיר אין קאר און ווען די האסט מיר געגעבען די קלאפ אין פלייצע, האב איך געמיינט אז די 'בר מינן' וואס איז אין קאר קלאפט מיר פאר א תיקון...

מ'דארף שוין נישט דערציילען אז די אינגערמאן איז פון דארט אנטלאפען 'כל בו נשמתו' ווי די גוי ביי די מרור...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:30 am
דורך יין שרף
א גוטע מעשה, אבער איך גלייב אז די בר מינן ציטערט מער פונעם רבי׳ן ווי די רבי פון א בר מינן...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:53 pm
דורך outspoken
מיט גרויס שוועריקייטען האבן די זקני חסידי צוזאמען געברענגט כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א מיט אינגערן ברודער כ"ק אדמו"ר מ'ספייסי פרענטש פרייס שליט"א צום טאטענס צווייטען יארצייט.

כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א נעמט זיך טרינקען איין גלעזעל לחיים דערנאך א צווייטען, א דריטען, א פערטע אא''וו, דערנאך גיט ער די האנט צום ברודער, און שרייט ''איך האב דיר ליב'' ''איך האב דיר ליב אהבת נפש'' פרעגט אים די ברודער, דו רעדסט אדער די ברויפען רעדט?

זאגט אים די רבי שליט''א, 'איך רעדט צום ברויפען'...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:09 pm
דורך יין שרף
!!A man without a woman is like a neck without a pain

מילתא דבדיחותא פאר די וואס פארשטייען פינאנץ שפראך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:09 pm
דורך outspoken
ווי אזוי זעט מען אז נח האט פארשטאנען ביזנעס פינאנץ?

ווייל ער האט פארמערט זיין stock , ווען יעדער איז געווען אין liquidation...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:18 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
טאטע: וויפיהל סעלל פאונס איז געווען אין די תיבה?
קינד: זיבן כשר'ע אין צוויי טריפענע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:23 pm
דורך outspoken
פון מיין 7 יעריג קינד קע''ה, נח האט געקענט עסען סטראבעריס און ראשינקעס ווייל די תיבה האט אריינגענומען 'נאר' 2 ווערעם... ודפח''ח

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 7:43 am
דורך [NAMELESS]
*

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 3:19 pm
דורך outspoken
א אינגערמאן איז אריין צו כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א פאר א ברכה און זאגט אים, כ'האב מיטגעהאלטען דעם רבינ'ס מסיבה פאר נגידים לייוו אין קאווע שטיבל'.

די רבי ווערט אין כעס און שרייט, כ'האב עס געמאכט אין די שיינע 'טערעס אויף די פארק' נישט אין קיין קאווע שטיבל...

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:42 pm
דורך outspoken
א גוט וואך, מיט גרויס צער מעלדען מיר אז בני כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק שליט"א זענען לעצטע וואך אנגעשטעקט געווארען מיט טויטליכע אנשיקענישן ר''ל.

כ''ק מרן הגאב''ד דקהילתינו- קאנאדע מיט ISIS

כ''ק מרן הגאב''ד דקהילתינו- וויליאמבורג מיט EBOLA ...

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:38 pm
דורך גראף
זה קרה ביום ראשון בבוקר, באוטובוס שנסע מבני ברק לירושלים והיה מלא בתלמידי ישיבה חרדים. בתחנה האחרונה בבני ברק
עלתה בחורה בלבוש ״מאוד לא צנוע״ והתיישבה במקום היחיד שהיה פנוי - ליד בחור ישיבה.

הבחור לא איבד את עשתונותיו, הוציא מתיקו תפוח והגיש אותו לבחורה. היא היתה מופתעת מאוד ושאלה אותו מדוע הוא נותן לה
תפוח. השיב הבחור: ״מכיוון שעד שחווה אימנו לא אכלה את הפרי, היא לא ידעה שהיא ערומה!״....

c/p

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:51 pm
דורך מאטי
שלב ב'
חלף שבוע והגיע שוב יום ראשון בבוקר. באותו אוטובוס ובאותה תחנה עלתה אותה בחורה. הפעם היא היתה לבושה ״כמו שצריך״. היא התיישבה ליד אותו בחור חרדי ולאחר כמה רגעים הגישה לו תפוח.
שאל הבחור הנדהם: ״למה?״ ענתה הצעירה: ״כי עד שהאדם הראשון לא אכל את הפרי, הוא לא ידע מהמושג "בזעת אפך תאכל לחם."

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:35 pm
דורך גראף
שוין באקומען חלק ב'..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 3:26 pm
דורך ברוך שאמר
איינער פרעגט א צווייטן זאג נאר די האסט א זייגער אינדערהיים? ענטפערט יענער אז ניין פרעגט ער איהם אין ווי אזוי ווייסט וויפיל א זייגער עס איז ?ענטפערט ער אז ביי טאג פרעגט ער וועמען אימער פרעגט יענער אין ביינאכטוואס טיסטי?ענטפערט יענער אז ער האט ער א שופר אין מיטן דע נאכו בלאזט ער: אין זיין שכן שרייט מעשיגנער עס איז קוואדער צי דריי !

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:38 pm
דורך גאלד
די קורצ'טע רבישע מעשה:

א רבישע אייניקל האט געבארגט פון איינעם געלט.
די ענדע