בלאט 43 פון 214

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:44 am
דורך פריעד באטשי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פה בארא בארא בארא בארא בארא בארא בארא פארק יצ"ו

פרה אדומה בן תמימה אדומה

לתורא לחרפה ולמעשים טויגן.

העי, די גבאים לאזן נישט צו גיין ברבים! גיי שוין אוועק פון דא! הערסט נישט וואס מען רעדט צו דיר?
די רבי הגה״ק [tag]רשכבהג[/tag] האט אויסדריקליך געזאגט אז ער נעמט אויף נאר ביחידות (אישי).

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:05 pm
דורך אהרן
שלום עליכם

א גוטן טאג אייך מיינע טייערע אחים וואס אפרישיעטען דעה א ספעציעלע מתנה וואס מיר האבן באקומען פון גאט ב"ה.

ווי באקאנט איז ביי אונער סאסייעטי אנגענומען דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב ווי א חק וואס האט אפילו א חיוב ערבות וואס אויב דער דעת באטראפענער שפירט נישט די מכאוב אליין גיהט מען אים עס צו שפירן, במילא פריידט מיר זייער אז איך האב אהער געוואנדערט וואס ווי איך זע איז די באנעמונג  זייער א ידידותדיגער ווי מען גלייכט און מען איז מחשיב א צווייטן, און מען פארשטייט דעם ו׳מותר האדם מן הבהמה׳ אז ער האט א פארשטאנד צו זאגן ׳אין' -ווי עס פעלט אויס-.

איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער, הגם איך גלייך מחשבה, געדאנקען וכדומה האב איך נישט קיין סאך געדולד צו שרייבן, און ווי אויך בין איך א שטיקעל פערפעקשעניסט און איך האב מורא אז איך וועל שרייבן עפעס אויף וואס איך וועל חרטה האבן אויף דער אופן ווי אזוי איך האב עס ארויסגעברענגט סא לכאורה גיי איך זיין מער א ליינער ווי א שרייבער.

אבער בעפארן ענדיגען מיינע ערשטע ווערטער וויל איך מיך באדאנקען פאר די חברים דא, דאס וואס איך האב שוין געלייענט ביז אהער איז הערליך שיין, מלא תוכן אזוי אינטעלעקשועל, זאל דער בוכ"ע ענק געבן כוח און מוט אנצוגיין ווייטער און אויף אייביג הנאה האבן פון זיין שיינע אינהאלטסרייכע וועלט!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:54 pm
דורך אדנירם
לפי שהיה [tag]אהרן[/tag] בוש...

רבי אהרן, איר האט א פעדער פון גאלד, אייער געדאנקענסגאנג איז שיין געפלאכטן, און 'איר' זענט דער וואס איז חושש אז איר וועט נישט שרייבן גוט און אויסנעמען גוט ביים ציבור?!

רבי'ניו, נעמט ארויס אייער ווירטואלע פענע, און נעמט פארגיסן טינט אז ס'זאל גיין א רויעך! אייער שרייבסקראפט דערווייל זעט אויס באצויבערנד!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:28 pm
דורך אהרן
א גרויסן שכוח ר׳ @אדנירם פאר די שיינע אויפנאמע און דברי חיזוק, עס האט ספעציעלע חשיבות איבערהויפט ווען דאס קומט פון אזא הדרת פנים.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:22 pm
דורך מאנסי אינגערמאן
קאווע שטיבעל אי ז א געוואלדיגע גוטע זאך האב איך געוואולט ווערען א מעמבער איך פארשטיי צי קאמפיוטערס זייער גוט און איך גלייך צי הערען וואס אנדערע אהבען צי זאגען דא אונעם קאווע שטיבעל

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:25 pm
דורך Moses
I used to live in Williamsburg new York then I went to live in england in an English speaking community and my only connection with the old world and my old friends is the site called kave shteeble so I want to be a member and be connected with the Yiddish speaking community

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:13 pm
דורך רעינבאו דעש
Moses האט געשריבן:I used to live in Williamsburg new York then I went to live in england in an English speaking community and my only connection with the old world and my old friends is the site called kave shteeble so I want to be a member and be connected with the Yiddish speaking community

..Welcome! Interesting background

.(Rainbow Dash = רעינבאו דעש (דאש) ,BTW)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 6:32 pm
דורך יונגע דור
מיין ניק איז יונגע דור לאו דוקא ווייל איך בין פונעם יונגען דור אבער איך האלט אז מען דארף זיך פארשטיין מיטן יונגען דור ווייל זיי זענען אונזער צוקנופט. מיין נאמען און פריוואטע אינפארמאציע האלט איך אין געהיים צוליב פאארשטענדליכע סיבות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:01 am
דורך הצעיר
איך ליין שוין ק"ש כמה וכמה שנים, קיינמאל נישט עספייעט זיך אנצושרייבן צו דעם געוואלדיגען רינגעל פון אינפארמאציע מיט געזעלשאפט, אבער לדעתי איז שוין העכסט צייט צו דעם מתי אעשה גם אנכי לביתי - בית הקאווע - לאמיר האפן מען וועט טרעפן די פנאי מיטצוטיילן אונזערע געדאנקען להגדיל השטיבל ולהאדירה, ווי האט איינער אמאל געזאגט: איך וואלט צוגעלייגט נאך אפאר שעה צו מיין טאג, אבער איך האב מורא עס וועט קומען א צייט וואס איך וועל נישט קענען צוריקדרייען.
ואקוה שמלאתי חובתי בזו השורות ולהצטרף לחברים יקרים, שלום עליכם!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:14 am
דורך הר הבית
איך גלייך שטארק מוזיק און ספעציעהל שמועסן אין דעם נושא,
אבער אין יעדן נושא גלייך איך צוצילייגן מיין צוויי צענט.

מיין תפקיד איז צו דערגרייכן צו די אמת׳דיגע ׳יודישקייט׳, אנשטאט די היינטיגע סיסטעם וואס איז ווייט פון דארט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:16 am
דורך ירא שמים
זעט אויס קענסט מאכן א שותפות מיט קאווע טרינקער צוריקצוברענגען די אריגענעלע אידישקייט… , נו פתח פיך ויאירו דבריך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 12:27 am
דורך דער געוואגטער יונגעל
הצעיר האט געשריבן:איך ליין שוין ק"ש כמה וכמה שנים, קיינמאל נישט עספייעט זיך אנצושרייבן צו דעם געוואלדיגען רינגעל פון אינפארמאציע מיט געזעלשאפט, אבער לדעתי איז שוין העכסט צייט צו דעם מתי אעשה גם אנכי לביתי - בית הקאווע - לאמיר האפן מען וועט טרעפן די פנאי מיטצוטיילן אונזערע געדאנקען להגדיל השטיבל ולהאדירה, ווי האט איינער אמאל געזאגט: איך וואלט צוגעלייגט נאך אפאר שעה צו מיין טאג, אבער איך האב מורא עס וועט קומען א צייט וואס איך וועל נישט קענען צוריקדרייען.
ואקוה שמלאתי חובתי בזו השורות ולהצטרף לחברים יקרים, שלום עליכם!

ואקוה= און איך וועל קאווע'נען...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 8:45 pm
דורך ידיד נפש
איך ליין שוין דא אין שטיבל פאר כמעט א יאר, און יעצט מיין איך אז ס׳איז געקומען די צייט פאר מיין התגלות, און איך האף צו קענען צושטעלן געשמאקע סחורה, להרמת קרן השטיבל ויושביה... (און כדי עס זאל זיין 40 ווערטער האב איך דאס געדארפט צולייגן)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 8:55 pm
דורך ליפא
התגלות דורך עפענען א ניק? נגלה דורך נסתר?...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:02 pm
דורך אדנירם
מהיכי תיתי אז מ'האט אים נישט א נאמען געגעבן ביים ברית 'ידיד נפש'...?
כידוע הייסט דאך שלמה קארליבאך'ס טאכטער 'נשמה טהורה שנולדה ערב שבת בין השמשות' [עפעס אזוי... נישט נאר 'נשמה'].

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:38 pm
דורך mr.pirken
איך בין א פשוטע יוד ווי אלע דא , איך בין אהער געקומען דווקא דא ווייל איך ליג אין ליינען אסאך, און אין די שטיבל קען מען ליינען און זאגן דעות אויף אסאך נושאים ממילא האלט איך אז דא איז מיין פלאץ

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:53 pm
דורך קמץ אלף
ב"ה
אין "קאווע שטיבל" שרייבן גאר טאלאנטפולע קאמענטירער און אנאלאזירער. בטבע איז מיין חוש השמיעה שטערקער פון מיין חוש הדיבור, איך בין א גוטע "אויסהערער", פארדעם איז מיר געשמאק צו ליינען און הערן וואס זייער מיינונגען זענען ביי ענינים העומדים על הפרק בכלל און ידיעות, תורה'דיגע און אלגעמיינע, בפרט. ווי א וויידל פון א לייב וויל איך זיך מצטרף זיין כדי צו קענען אנפרעגן און שרייבן, און צו קענען באדאנקען פאר די וואס זענען מיך מחיה שוין פאר לענגערע תקופה.
די סיבה פארוואס איך רוף זיך דא "קמץ אלף" וועל איך אי"ה מסביר זיין אין מיין ערשטען אשכול.
הודעה #1

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:55 am
דורך אדנירם
[tag]קמץ אלף[/tag],
כ'ווייס נישט צו דו ביזט א זנב לאריות, אדער גאר אן ארי שבחבורה, אבער דיין שפראך איז מעיד אז מ'האנדלט דא פון א לייב...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:24 am
דורך מבקר
אדנירם האט געשריבן:מהיכי תיתי אז מ'האט אים נישט א נאמען געגעבן ביים ברית 'ידיד נפש'...?
כידוע הייסט דאך שלמה קארליבאך'ס טאכטער 'נשמה טהורה שנולדה ערב שבת בין השמשות' [עפעס אזוי... נישט נאר 'נשמה'].

נשמה קרליבך (נולדה בשם נשמה טהורה שלוחה אסתר ב-1974 בניו יורק) Wikipedia

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:26 pm
דורך monseybulletin
I'M very concerned about issues that are affecting our monsey residents &would like to get the voice of the people heard loud & clear we are trying to give out a bulletin every while for the people & by tthe people 

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:44 am
דורך אדנירם
איך בין יעצט איבערגעגאנגען אלע בלעטער פון ווען איך בין אנגעקומען דא אין שטיבל [כמעט א האלבע יאר צוריק], מיין באגריסונג מודעה געפונט זיך אויף בלאט 22, זייט דעמאלס האבן זיך פילצאליגע ניק'ס איינגעשריבן דא, אבער געבליבן אקטיוו איז כמעט קיינער נישט.

סך הכל די לעצטע האלבע יאר איז צוגעקומען ארום 4 אקטיווע ניק'ס, און נאך 5 קנאפ-אקטיווע ניק'ס.


די מצב איז נישט אזוי בע'טעמ'ט, נאכדערצו נעמענדיג אין באטראכט אז אסאך אלטע לייבן האבן מער-ווייניגער פארלאזט דעם פלאץ. און קיין סאך זענען נישט צוגעקומען. וואס קען מען טון דערצו? [כ'מיין אז גארנישט] :? .

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:16 am
דורך סביב העולם
איך בין אויף דיין ליסט?

.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 12:11 pm
דורך רעינבאו דעש
העלא, און וועלקאם צו קאווע שטיבל!