בלאט 44 פון 66
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 1:37 am
דורך שמעון וואלף
מפיל קינד האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.
וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס
אזעלכע שקרים. קיין איין ווארט שטימט נישט.
וויזניץ ענדיגט מעריב אסאך נאכן 72. די איינציגסטע פראבלעם איז די לעכט ביים טיש פאר די תורה וואס מ'לייגט ביים 60...
די ווילסט הערן די מעשה אדער ווילסטי פרעגן קשיות? בי טעם דריי נישט קיין קאפ מיט פאקטן, די מעשה איז געדריקט שווארץ אויף ווייס
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 6:15 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!
נאר אין מיליאנער'ס (אדער מפיל קינד'ס) תגובה זענען פארהאן א פאר אומפונקטליכקייטן. ס'זענען נישט דא 2 מרא דאתרא'ס. איינער דער פשוט'ער און איינער דער אמת'ער. פונקט אדוי ווי ס'קען נישט זיין קיין 2 חד בדרא'ס...!
נאר איך האב געוואלט מעורר זיין אן אנדערע נקודה. לכאורה וואלט מהר"א שליט"א געדארפט צו וויסן אז מ'דארף זיך נישט מישן אין יענעם'ס געשעפטן. ווייל ער שפירט נאך גאנץ גוט דעם טעם פון די סאך מישערייען און מחאות ביים סקול דיסטריקט. (וואס דארט איז ער 100% גערעכט.) וואלט ער געדארפט לאזן דעם וויזשניצער רבי'ן פיהרן זיין קהילה וויאזוי ער פארשטייט. און ער זאלל נישט קומען מיט קיין פאלשע טענות. ווייל האלטן שיטת ר"ת איז בבחינת מנהג. און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס איינגעפיהרט. ווער ס'האלט זיך צו דעם. ספעציעל סאטמאר'ע תלמידים וחסידים. אשרי להם. אבער ס'הייסט נישט חילול שבת פאר ווער ס'האט געהאט אן אנ'אנדער רבי'ן און אנדערע מנהגים. נאר ער (מהר"א) האט א טענה אז..."ישראל ערבים זה לזה"...! מעג ער זיך מישן און זאגן דיעות פאר א צווייטע קהילה. אבער דאמאלס פאללן אוועק זיינע טענות אויף די וועלכע האבן זיך געמישט ביי זיינע עניינים. אזוי ווי דער סקול דיסטריקט...!
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 10:02 am
דורך מיליאנער
קודם כל אויף מפיל קינד'ס קשיא, מהר''א האט נישט גערעדט פון ויזניצע רבי'ס שלש סעודות אליינס, ער האט גערעדט פון דעם וואס חסידי וויזניץ פאר זיך דאווענען ביי די פערציג און טוען מלאכות בפרהסיא און א פלאץ וואס איז דא א שטאטישע קהילה און א רב וואס ביי זיי איז נאך הויעך שבת אזש די עולם גייט נאך זאגאר צו מנחה און דא זעט מען שוין אידן מיט טעלעפאנען און קארס.
וואס בעצם האט דעי פראבלעם געשטיפט רביה''ק צו פאררופן די אסיפת הרבנים און מאכן איין זמן הדה''נ און זמן מוצ''ש צוליב די גרויסע זלזול שבת און מכשולות וואס איז עלול ארויסצוקומען פון דעם.
און יעצט בערל, איך פארשטיי נישט ווי דו זעסט אין מיינע ווערטער עפעס וועגן ערבות אדער זיך זארגן פאר יענעמ'ס עבירות, דאס אלעס וואלט גוט געווען ווען ער רופט ווען אן וויזניצע רבי מוחה זיין פארוואס ביי אים אין 6 לי דאווענט מען פרי, דא איז דאך נישט געוען אזוי די מעשה בכלל, וויזניץ איז געקומען אין א פלאץ וואס איז אינטער די אויטאריטעט פון א קהילה וואס הונדערט פראצענט מענטשן דערפון האלטן נאך שבת און דא קומען אידן און זענען מחלל שבת לשיטתם (וואס איז מעגליך אפילו א פראבלעם עפ''י הלכה) און מהר''א וועלכע טראגט די אחריות פון שטאט האט פארלאנגט פון וויזניצע רבי צו פארלאנגען פון זיינע חסידים נישט צו טון קיין מלאכות בפרהסיא ביזן זמן מוצ''ש פון די גאנצע שטאט! ביי זיך אין ביהמ''ד קענען זיי טון וואס זיי ווילן אבער נישט אין גאס! וואס וויזניצע רבי האט אינגאנצן פארשטאנען.
גראדע פאר זיך האלט מהר''א זייער שטארק נישט פון די וויזניצע זמן לגבי שב''ק וואס איז א דאורייתא און מ'פארלאזט זיך אויפן גרעסטן מקיל און די צייט וואס מ'שטרענגט זיך אזוי אן אפילו אויף חומרות און מנהגים, אבער ווי געזאגט נישט דעיס איז געווען די מדובר דא.
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 10:03 am
דורך מצפצף
מפיל קינד האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.
וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס
אזעלכע שקרים. קיין איין ווארט שטימט נישט.
וויזניץ ענדיגט מעריב אסאך נאכן 72. די איינציגסטע פראבלעם איז די לעכט ביים טיש פאר די תורה וואס מ'לייגט ביים 60...
עס איז אמת אז מהר"א האט געשיקט א שליחות צו ר' יצחק יוחנן, אבער דער לעצטער האט נישט געהעריג געענטפערט, ער האט בלויז געזאגט אז ער וועט מיר זיך 'איבערטראכטן'.
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
מיליאנער: מיט דעם זעלבן ארגומענט קענמען זאגן אז די אידן (און אפילו הרה"צ מ'וויזשניץ מאנסי זצ"ל) וועלכע האבן זיך געמישט ביי די פרשה פון סקול דיסטריקט האבן געהאט קינדער וועלכע זענען געגאנגען דארט. און זיי זענען נישט געווען צופרידן מיט געוויסע זאכן פון די הנהגה...!
ס'איז דא נאך א סאך צו זאגן וועגן אט די פרשה. ואכמ"ל...!
נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 11:57 pm
דורך מפיל קינד
ס'איז דא חסידי וויזניץ וואס וואוינען עמטליך אין בלומינגראוו? נישט געוואוסט.
דאכט זיך אז די וויזניצע האלטן נישט 40 פאר זמן מוצאי שבת, נאר 58 אלס תוס' שבת. דאס מיינט אז ביז מ'ענדיגט מעריב איז שוין נאכן 72.
עס איז אויך א פלא אז מהר"א איז מרא דאתרא אין בלומינגראוו. מתחילה האט ער נישט געלאזט אהינגיין וואוינען ווייל ס'דא דארט אפענע סווימינג פולס (און ער קען פארלירן וויילער אין די מאנראו וואלן...), אבער נאכדעם וואס ס'איז מצליח און מ'מופט אהין אין די מאסן, איז ער גאר מרא דאתרא דארט.... ויהי לפלא.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:18 am
דורך שבעים לשון
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!
נאר אין מיליאנער'ס (אדער מפיל קינד'ס) תגובה זענען פארהאן א פאר אומפונקטליכקייטן. ס'זענען נישט דא 2 מרא דאתרא'ס. איינער דער פשוט'ער און איינער דער אמת'ער. פונקט אדוי ווי ס'קען נישט זיין קיין 2 חד בדרא'ס...!
נאר איך האב געוואלט מעורר זיין אן אנדערע נקודה. לכאורה וואלט מהר"א שליט"א געדארפט צו וויסן אז מ'דארף זיך נישט מישן אין יענעם'ס געשעפטן. ווייל ער שפירט נאך גאנץ גוט דעם טעם פון די סאך מישערייען און מחאות ביים סקול דיסטריקט. (וואס דארט איז ער 100% גערעכט.) וואלט ער געדארפט לאזן דעם וויזשניצער רבי'ן פיהרן זיין קהילה וויאזוי ער פארשטייט. און ער זאלל נישט קומען מיט קיין פאלשע טענות. ווייל האלטן שיטת ר"ת איז בבחינת מנהג. און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס איינגעפיהרט. ווער ס'האלט זיך צו דעם. ספעציעל סאטמאר'ע תלמידים וחסידים. אשרי להם. אבער ס'הייסט נישט חילול שבת פאר ווער ס'האט געהאט אן אנ'אנדער רבי'ן און אנדערע מנהגים. נאר ער (מהר"א) האט א טענה אז..."ישראל ערבים זה לזה"...! מעג ער זיך מישן און זאגן דיעות פאר א צווייטע קהילה. אבער דאמאלס פאללן אוועק זיינע טענות אויף די וועלכע האבן זיך געמישט ביי זיינע עניינים. אזוי ווי דער סקול דיסטריקט...!
האלטן שיטת ר"ת איז א מנהג? און גאר א מנהג וואס סאטמאר רב האט איינגעפירט? זאגט ר' בערל איר האט שוין אמאל געעפענט א גמרא? א שו"ע? א חידוש צו קענען שרייבן אזאנס. דער וויזניצער גאנג איז א גאנג וואס בעלי תריסין בהלכה האבן געשטוינט אויפן עקשנות פונעם אמרי חיים ז"ל אין יענע יארן.
לאז אפ דעם סאטמארער רב זי"ע, איר ווייסט אפשר די מיינונג פון ויחי יוסף מפאפא, דברי יציב מקלויזנבורג, צו פון מהרי"י מסקווירא, מהר"ש מבאבוב, וכו' וכו' וכו' רבנים מובהקים פוסקים מגדולי הדור הקודם זכר כולם לברכה איבער דעם ענין?
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:58 am
דורך שושן פורים
שבעים לשון האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!

ווייל אסאך גרויסע רבנים האבן אנגענומען די פסק פונעם ר"ת מיינט נאך נישט אז די גאונים אדער אלע אנדערע שיטות זענען אין די וועלט אריין, יעדע רב קען איינפירן ביי זיך אין קהילה וויאזוי ער וויל.
סטעגעהערטאמאסע
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 1:20 am
דורך [NAMELESS]

האלטן שיטת ר"ת איז א מנהג? און גאר א מנהג וואס סאטמאר רב האט איינגעפירט? זאגט ר' בערל איר האט שוין אמאל געעפענט א גמרא? א שו"ע? א חידוש צו קענען שרייבן אזאנס
במח"כ, עס זעהט נישט אויס ווי דו האסט יא געעפנט... . דער וויזניצער גאנג איז א גאנג וואס בעלי תריסין בהלכה האבן געשטוינט אויפן עקשנות פונעם אמרי חיים ז"ל אין יענע יארן.
אמרי חיים גאר??? דו ווייסט אפשר וויפיהל אידן אין בני ברק האלטן 72 אויסער סאטמאר?? ס'האט גארנישט מיטן אמרי חיים, דעם וויזניצע זמן אין אמעריקע איז ר' מאטעלע'ס שיטה און האט גארנישט מיט זיין טאטןלאז אפ דעם סאטמארער רב זי"ע, איר ווייסט אפשר די מיינונג פון ויחי יוסף מפאפא
מעיקר הדין נישט געהאלטן 72 נאר לחומרא, אפיציעל טאר מען נישט דאווענען מנחה אין פאפא נאך 20 מינוט פון די שקיעה (אפשר נישט 20, כאפ מיר נישט ביים ווארט. עכ"פ זיכער פריער ווי 58) אין פאפא מקוה לאזט מען גיין בעפאר 72 , דברי יציב מקלויזנבורג
72 , צו פון מהרי"י מסקווירא
האט אנגענומען 72 פון בעלזא, אינדערהיים אין סקווירא איז געווען אן אנדערע זמן , מהר"ש מבאבוב, וכו' וכו' וכו' רבנים מובהקים פוסקים מגדולי הדור הקודם זכר כולם לברכה איבער דעם ענין?
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 6:33 am
דורך berlbalaguleh
ריכטיג: איך וועלל נישט אריינגיין אין א ויכוח בהלכה מיט דיר צוליעב דעם וואולגארן וועג ווי דו פיהרסט א דעבאטע. אבער אזויפיהל קען איך דיר יא זאגן אז דאהי, אין נ.י. האט דער סאטמאר'ע רב איינגעפיהרט צו האלטן דעם שיעור פון 72מינוט נאך די שקיעה. ואפשר להרחיב את הדיבור יותר. נאר אזוי ווי כ'האב פריער געזאגט. צוליעב דיין אוממענטשליכע אויפפיהרונג (כבר ידעתי מזמן. ועכשיו ביותר.) ווילל איך אפהאקן דעם שמועס מיט דיר טאקע דא...!
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 6:57 am
דורך מפיל קינד
ריכטיג האט געשריבן: דו ווייסט אפשר וויפיהל אידן אין בני ברק האלטן 72 אויסער סאטמאר??
מער ווי אין ירושלים לכאו'. טויזנטער פרומע ליטווישע וואס זענען מחמיר כשיטת הבריסקער רב, ועוד גדול"י, מרן הגר"ח, הגראי"ל שטיינמאן, הגרי"ש אלישב, ועוד.
איך האב אמאל געדאווענט אלס בחור אין סאטמאר אין ירושלים (עזרת תורה), האט מיר איינער געוויזן אויף א הויכער ליטוואק אז דאס איז א זון פון הרב שטיינמאן. ער איז מקפיד אויף שי' רבינו תם, און נאר אין סאטמאר האט ער א מנין אזוי שפעט...
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 8:19 am
דורך [NAMELESS]
ר' בערל, איני יודע על מה יצא הקצף און וואו דו האסט געזעהן וואולגאר אין מיינע ווערטער. שבעים לשון האט דיר באשולדיגט אז דו האסט נישט קיין אהנונג אין די פוסקים, בס"ה האב איך געשריבן אז שבעים לשון אליין האט נישט קיין אהנונג.
מפיל קינד, די בריסקע חומרא איז 72 דקות "זמניות", וכמובן איז דאס בלויז לחומרא אפילו לשיטתם. א ליטוואק וועט זיך נישט דערוואגן צו דאווענען מנחה נאכן שקיעה הנראית.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 9:39 am
דורך שבעים לשון
טענו לו בחטין והודו לזכר קדשו
מרעדט פון ניו יארק און ער ווארפט אריין ירושלים בני ברק. קודם מיין איך אז די נושא פון זמן באלאנגט אין אן אשכול פאר זיך עס האט מיט סידור קידושין גארנישט.
ריכטיג איך בין נישט דא אויף א פארהער, איך האף אזוי, אבער שיטת ר"ת איז נישט קיין מנהג פון סאטמאר רבי זצ"ל ווי ר' בערל האט געשריבן.
וועגן אמרי חיים איז דא א מעשה אז דער דברי יציב האט זיך פארהערט איבער די נושא מיט אים און עס איז געווען א שארפער שמועס וואס איך וויל נישט איבערשרייבן מחמת כבודו פון אמרי חיים.
אוודאי איז דא אזוינע וואס זענען געקומען פון מקומות מיט אנדערע זמנים, אבער בשעתם האבן די פוסקים פארשטאנען אז ממוז איינפירן א מנהג המקום מחמת התקלה, און כדי לשמור על קדושת השבת זאל נישט זיין נראה כשתי תורות, און נאר דער וויזניצער רבי" ז"ל האט געשטעלט אן עקשנות אין ניו יארק, נגד רוב דעות של רבנים ופוסקים מובהקים ביי יענע אסיפה. און עס איז שווער צו פארשטיין על מה ולמה.
דער פרשה פון נישט וועלן איינפירן א זמן פאר שמירת שב"ק ותוספת שבת איז חרוט לדורות אויף די מצבה פון וויזניצער רבי ז"ל? איך גלייב אז נישט.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 10:10 am
דורך מיליאנער
מפיל קינד האט געשריבן:ס'איז דא חסידי וויזניץ וואס וואוינען עמטליך אין בלומינגראוו? נישט געוואוסט.
דאכט זיך אז די וויזניצע האלטן נישט 40 פאר זמן מוצאי שבת, נאר 58 אלס תוס' שבת. דאס מיינט אז ביז מ'ענדיגט מעריב איז שוין נאכן 72.
עס איז אויך א פלא אז מהר"א איז מרא דאתרא אין בלומינגראוו. מתחילה האט ער נישט געלאזט אהינגיין וואוינען ווייל ס'דא דארט אפענע סווימינג פולס (און ער קען פארלירן וויילער אין די מאנראו וואלן...), אבער נאכדעם וואס ס'איז מצליח און מ'מופט אהין אין די מאסן, איז ער גאר מרא דאתרא דארט.... ויהי לפלא.
אינטרעסאנט פארוואס עס איז נישט בייגעפאלן פאר וויזניצע רבי צו ענטפערן די צוויי פשוטע תירוצים פאר מהר''א, איינס ס'איז בכלל נישט דא קיין וויזניצע אידן אין בלומינגראוו, און נאמבער צוויי קיינער טוט נישט קיין מלאכה פאר די 72, דער עולם זיצט איבער א שעה צייט ביי שלש סעודות...
זעט אויס מפיל קינד אז דו ביסט יעצט געוואר געוארן צוויי חידושים אין איין שאס....
און לגבי דיין צווייטע ליצנות, זייט וויסן אז מהר''א האט שוין באקומען פונעם ערשטן טאג נאכן הכתרה די טיטל (און פליכט) אב''ד ור''מ קרית יואל ''והגלילות'', אזויווי אלע שטאטישע רבנים אין די אלטע היים, און ער האט שוין פון די ערשטע טאג אינפארסירט תקנות דארט ובתוכם די אפענע סווימינג פאלס און איך כאפ באמת נישט פשט פון דעי ליצנות אז קודם האט ער צוריקגעהאלטן מענטשן פון גיין וואוינען דארט און יעצט זאגט ער אז ער איז מרא דאתרא, וואס האט הודו מיט כוש? ווי זעסטו פון דעם וואס ער האט צוריקגעהאלטן מענטשן פון גיין וואוינען דארט אז ער האט האט אויפגעגעבן די רבנות?
ער האט צוריקגעהאלטן מענטשן פון אהינגיין וואוינען עטליכע יאר צוריק ווען ס'איז נאכנישט געווען אזוי אנגענומען זיך ארויסצוציען פון די אלטגעזעסענע געגענטער און מהר''א האט מורא געהאט אז די אידן וואס ציען זיך ארויס דארט זוכן בלויז אראפציווארפן פון זיך די קרית יואלע עול און ס'עט זיין דארט א הפקר וועלט.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 10:11 am
דורך מיליאנער
שושן פורים האט געשריבן:שבעים לשון האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!
נאר אין מיליאנער'ס (אדער מפיל קינד'ס) תגובה זענען פארהאן א פאר אומפונקטליכקייטן. ס'זענען נישט דא 2 מרא דאתרא'ס. איינער דער פשוט'ער און איינער דער אמת'ער. פונקט אדוי ווי ס'קען נישט זיין קיין 2 חד בדרא'ס...!
נאר איך האב געוואלט מעורר זיין אן אנדערע נקודה. לכאורה וואלט מהר"א שליט"א געדארפט צו וויסן אז מ'דארף זיך נישט מישן אין יענעם'ס געשעפטן. ווייל ער שפירט נאך גאנץ גוט דעם טעם פון די סאך מישערייען און מחאות ביים סקול דיסטריקט. (וואס דארט איז ער 100% גערעכט.) וואלט ער געדארפט לאזן דעם וויזשניצער רבי'ן פיהרן זיין קהילה וויאזוי ער פארשטייט. און ער זאלל נישט קומען מיט קיין פאלשע טענות. ווייל האלטן שיטת ר"ת איז בבחינת מנהג. און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס איינגעפיהרט. ווער ס'האלט זיך צו דעם. ספעציעל סאטמאר'ע תלמידים וחסידים. אשרי להם. אבער ס'הייסט נישט חילול שבת פאר ווער ס'האט געהאט אן אנ'אנדער רבי'ן און אנדערע מנהגים. נאר ער (מהר"א) האט א טענה אז..."ישראל ערבים זה לזה"...! מעג ער זיך מישן און זאגן דיעות פאר א צווייטע קהילה. אבער דאמאלס פאללן אוועק זיינע טענות אויף די וועלכע האבן זיך געמישט ביי זיינע עניינים. אזוי ווי דער סקול דיסטריקט...!
האלטן שיטת ר"ת איז א מנהג? און גאר א מנהג וואס סאטמאר רב האט איינגעפירט? זאגט ר' בערל איר האט שוין אמאל געעפענט א גמרא? א שו"ע? א חידוש צו קענען שרייבן אזאנס. דער וויזניצער גאנג איז א גאנג וואס בעלי תריסין בהלכה האבן געשטוינט אויפן עקשנות פונעם אמרי חיים ז"ל אין יענע יארן.
לאז אפ דעם סאטמארער רב זי"ע, איר ווייסט אפשר די מיינונג פון ויחי יוסף מפאפא, דברי יציב מקלויזנבורג, צו פון מהרי"י מסקווירא, מהר"ש מבאבוב, וכו' וכו' וכו' רבנים מובהקים פוסקים מגדולי הדור הקודם זכר כולם לברכה איבער דעם ענין?
ווייל אסאך גרויסע רבנים האבן אנגענומען די פסק פונעם ר"ת מיינט נאך נישט אז די גאונים אדער אלע אנדערע שיטות זענען אין די וועלט אריין, יעדע רב קען איינפירן ביי זיך אין קהילה וויאזוי ער וויל.
סטעגעהערטאמאסע
יעדער איינער האט אלע רעכטן, ס'איז בלויז א חידוש נפלא אז אין די צייט וואס אידן זענען אזוי מקפיד אויף מנהגים אדער קבלות, און מ'לאזט זיך אפילו קאסטן אויף דעם ממון ודמים, און דא ביי שבת קודש וואס ס'איז דא אזעלכע אנגענומענע פוסקים וואס האלטן אז מ'דארף האלטן שבת ס''ה נאך צען צו צוואנציג מינוט זאל מען זיך פארלאזן אויף די מקילים סתם אזוי.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 10:34 am
דורך מפיל קינד
מיליאנער, הייסט אז ביז מ'איז אהינגעגאנגען וואוינען איז ער געווען מרא דאתרא אויף די גויים און גויטעס פון די סווימינג פולס. און אויף די קאטשקעס דארט.
יעצט ווערט אויטאמאטיש נתברר למפרע אז די אידן וואס האבן זיך אהינגעצויגן שלא בהסכמתו, זענען אלע אונטער זיינע לאפעס...
אגב, ביז וואו ציט זיך די גלילות? אויב גייט מען איין טאג וואוינען ביז מאנסי גייט מאנסי והגלילות אויטאמאטיש זיין אונטער אים? וואס גייט דעמאלטס זיין מיט אלע חתונות וואס מ'האט געמאכט אין מאנסי איידער די גלילות האט זיך אויסגעצויגן?
קום אריין קלאר מיט א שיעור כללי אין הלכות גלילות.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:17 pm
דורך מיליאנער
מפיל קינד האט געשריבן:מיליאנער, הייסט אז ביז מ'איז אהינגעגאנגען וואוינען איז ער געווען מרא דאתרא אויף די גויים און גויטעס פון די סווימינג פולס. און אויף די קאטשקעס דארט.
יעצט ווערט אויטאמאטיש נתברר למפרע אז די אידן וואס האבן זיך אהינגעצויגן שלא בהסכמתו, זענען אלע אונטער זיינע לאפעס...
אגב, ביז וואו ציט זיך די גלילות? אויב גייט מען איין טאג וואוינען ביז מאנסי גייט מאנסי והגלילות אויטאמאטיש זיין אונטער אים? וואס גייט דעמאלטס זיין מיט אלע חתונות וואס מ'האט געמאכט אין מאנסי איידער די גלילות האט זיך אויסגעצויגן?
קום אריין קלאר מיט א שיעור כללי אין הלכות גלילות.
און וואס איז געווען ביז אידן זענען געקומען וואוינען אין קרית יואל איז רביה''ק געווען מרא דאתרא פאר די מויקאשלעך?
הא? איך הער נישט רעד העכער.. אהא! זאגסט אז מרא דאתרא איז נאר שייך פאר אידישע קינדער און נישט פאר גוים אין שרצים וואס דארפן זיך נישט פירן עפ''י שולחן ערוך... זאגסט דאך גוט, איז די זעלבע זאך איז געווען ביפאר אידן האבן ארויסגעמופט אין בלומינגראוו.
איך האף אז דו מאכסט זיך נאר ווי דו פארשטייסט נישט....
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:28 pm
דורך [NAMELESS]
שבעים לשון האט געשריבן:טענו לו בחטין והודו לזכר קדשו
מרעדט פון ניו יארק און ער ווארפט אריין ירושלים בני ברק. קודם מיין איך אז די נושא פון זמן באלאנגט אין אן אשכול פאר זיך עס האט מיט סידור קידושין גארנישט.
ריכטיג איך בין נישט דא אויף א פארהער, איך האף אזוי, אבער שיטת ר"ת איז נישט קיין מנהג פון סאטמאר רבי זצ"ל ווי ר' בערל האט געשריבן.
וועגן אמרי חיים איז דא א מעשה אז דער דברי יציב האט זיך פארהערט איבער די נושא מיט אים און עס איז געווען א שארפער שמועס וואס איך וויל נישט איבערשרייבן מחמת כבודו פון אמרי חיים.
אוודאי איז דא אזוינע וואס זענען געקומען פון מקומות מיט אנדערע זמנים, אבער בשעתם האבן די פוסקים פארשטאנען אז ממוז איינפירן א מנהג המקום מחמת התקלה, און כדי לשמור על קדושת השבת זאל נישט זיין נראה כשתי תורות, און נאר דער וויזניצער רבי" ז"ל האט געשטעלט אן עקשנות אין ניו יארק, נגד רוב דעות של רבנים ופוסקים מובהקים ביי יענע אסיפה. און עס איז שווער צו פארשטיין על מה ולמה.
דער פרשה פון נישט וועלן איינפירן א זמן פאר שמירת שב"ק ותוספת שבת איז חרוט לדורות אויף די מצבה פון וויזניצער רבי ז"ל? איך גלייב אז נישט.
קלויזענבורגע רב האט געטראפן דעם אמרי חיים אין מקוה ממחרת יום הכיפורים און ער האט איהם געזאגט אז ער איז חייב כרת, דער אמרי חיים האט זיך געמאכט תמ'וואטע און געזאגט אז ער האט געבלאזן שופר לויט די זמן אויף א הענגעדיג צעטל. כך שמעתי כעת פון א וויזניצער אינגערמאן. אז דו ווייסט מער א זאפטיגערע גירסא קום אריין דערמיט.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:43 pm
דורך גאנצל
מ'נעמט די מאסט סימפל סאבזשעקט און מ'פארדרייט עס מיט קושיות
אלזא סאטמאר רב שליטא דער מרא דאתרא קרית יואל והגלילות האט געבעטן וויזניץ ווימ"ס רבי זאל אין גלילות פון א סאטמאר שטעיטל זיך אפהאלטן פון טון מלאכות שבת ביז'ן זמן ר"ת און וויזניץ רבי האט אנגענומען די בקשה פון סאטמאר רב אלס כח פון מרא דאתרא העיר והגלילות
נישטא מער קען דיטעילס און די סימפל עפיזאד דאס איז וואס עס איז פארגעקומען צווישן די צוויי הויפט שפילער און די מעשה
א זייטיגע באנוס פאר די כח פון סאטמאר רב און א קיצל און געדערם פון אנטי סאטמאר רב
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:53 pm
דורך מפיל קינד
גאנצל האט געשריבן:און א קיצל און געדערם פון אנטי סאטמאר רב
די חברה זענען שוין אינגאנצן צוקיצלט פון עטרת פעסל לאה, מ'שפירט שוין נישט...
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 1:04 pm
דורך גאנצל
מפיל קינד האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:און א קיצל און געדערם פון אנטי סאטמאר רב
די חברה זענען שוין אינגאנצן צוקיצלט פון עטרת פעסל לאה, מ'שפירט שוין נישט...
ריכטיג
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 2:26 pm
דורך מצפצף
ער האט נישט אנגענומען, ער האט זיך דיפלאמאטיש ארויס געדרייט.
נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 3:19 pm
דורך מיליאנער
מצפצף האט געשריבן:ער האט נישט אנגענומען, ער האט זיך דיפלאמאטיש ארויס געדרייט.
ער האט געזאגט אז ער וועט זען וויאזוי מ'קען עס אויסארבעטן.
יעדער קען עס אויסטייטשן וויאזוי ער וויל, ס'איז אבער שווער צו גלייבן אז ר' יצחק יוחנן טראכט אז מיטן זיך יעצט ארויסדרייען איז די פראבלעם געסאלווט, ער איז אביסל קלוגער...