בלאט 44 פון 110
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:21 pm
דורך יאכנע
עס גייט דא ווידער ווערען א מעכעליסטישע פראפעדגאנדע סייט?
ווי זענען די אידישע געפילען?
א טאטע גייט אוועק אזוי פלוצלונג לא עלינו א טאג נאך זיין קינד'ס שבע ברכות און קומען מעכעליסטן ווען זיין קערפער איז נאך ווארים און מען גייט בארעדען דעם פארצייטישן איד און עם באשמירן מיט שקרים וכזבים? ווי איז אביסל אידיש הארץ?
איך פון האב אייביג אן געוויסט אז דער ניקלשבורגער רבי זאגט ביי יעדע תורה זיינער אז מען טאר נישט וויי טאן קיינעם און מען דארף רודף זיין אחר השלום מען טאר נישט נקמה נעמען
אויב מיינט דאס גאנצל'ס רבי ערנסט פארוואס טוט ער דאס נאכדערצו צו א איד וואס האט טאקע נישט געהאט א יד דערין? און נאכדערצו אין א צייט וואס זיינע יתומים באוויינען דעם פאטער א איש צדיק א מלמד מומחה א ערליכער איד וואס איז נישט געזיצען אויף אינטערנעט און ניטאמאל געוואוסט וואס איז דאס אינטערנעט, שעמט מען זיך נישט און מען גייט באשמיצען אזא איד? דאס האט מען ענק געלערנט?
אדער הערסטו נישט אויס די תורה פון דיין רבי אדער מיינט עס דיין רבי אזוי ערנסט ווי ער מיינט זיין גאנצע רעביסטעווע
אפגערעדט ווי עס געפעלט מיר ווי עס קומען ניקס וואס הייבן נישט אן צו וויסן בחייכון וביומיכון פון די גאנצע פרשה, ווייסן נאר די צד וואס די כלומרשטע נדרפים פארקויפן און מען נעמט א גאנצע משפחה מיוחסת און מען שטעלט זיי אוועק ברבים ווי כאילו זיי זענען רודפים און נידעריגע רוצחים? ווער עס קען די משפחה ווייסט אז מען רעדט פון א גאר חשובע משפחה בעלי חסד נפלאים און מרביצי תורה מופלגים
גיב א קוק ווי אפילו דער זון פון וועמען גאנצל רעדט דא אפילו דער זון וואס קען "ניקלשבורג" דורך און א דורך זייענדיג א חסיד פאר 30 יאר דער זעלבער זון שרייט יעצט (ווען ער איז שוין אביסל עלטער געווארן און אנערקענט זאכן וואס א ווילדער יונגערמאן זעהט נישט איין) דער זון שרייט יעצט אז דער רודף איז נישט דער טאטע זצ"ל נאר טאקע דער אזוי גערופענע נרדף ער טאקע איז געווען דער רודף, דער זון איז אריבער וויינען ביים טאטענ'ס קבר בעטען א מחילה אז ער זעט יעצט איין ווער עס האט באמת געפייניגט און ווער איז באמת געפיינגיט געווארן
וואס קען זיין מער א ראיה אז די גאנצע פרשה האט קיין הענט און קיין פוס?
ווי קען א א ניק וואס הייבט נישט אן צו וויסן די אמת צו נעמען די גאטס און גיין לייקען אזא שמוציגע תגובה וואס פארשעמט א משפחה על לא עוול בכפם
מישט אייך נישט אין א מחלוקה וואס איר ווייסט נישט די אלע צדדים, עס זענען דא צוויי צדדים צו די מעשה
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:22 pm
דורך יאכנע
גאנצל איך זאג צו דיר די זעלבע
גאנצל האט געשריבן:נישט קיין שום תי' צו פייניגן א משפחה און אפטון אזויפיל פעולות רשע רוצחים
דער טאטע זייערע איז יעצט אוועק!
זיי זיצן שבעה און קענען נישט צו זיך קומען פון אזא פלוצלומדיגער פטירה
קומסטו זיי גיסן זאלץ?
שעם דיר!
אויב ביסטו א מעכעליסט צייגסטו יעדעם ווער ענק זענען און וואס ענק זענען!
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:24 pm
דורך יאכנע
מ גפני האט געשריבן:זיי האבן "פארלוירן" א ברידער צו די מכיל'יסטען, קען זיין דערפאר האט ער עס געטוהן
זיי וויסן אז דער ברודער פון וועמען מען רעדט פון דעם ברודער רעד איך אין צוויי תגובות צוריק
און דאס שיקט אסאך ליכט און קלארט אויס זייער אסאך מיסטריעיזע מעשיות אין די מחלוקה
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:25 pm
דורך יאכנע
עפל סיידער האט געשריבן:ער האט אסאך אריינגעלייגט אין די תשב''ר ווי מען קען זעהן זיינע קונטרסים דערויף.
בפרט בעניית אמן בקול רם ותפלה בקול און וואס זיין שיל האט זיך אויסגעצייכענט.
יהא זכרו ברוך.
איך בין געווען זיין תלמיד
א טייערע איד
עיני עיני יורדה מים
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:44 pm
דורך שמעקעדיג
גאנצל האט דאך אים גאר פארענטפערט, אז אויב עפעס איז עס געווען מחמת תמימות
אויף וועמען בייזערסטו זיך?
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:47 pm
דורך יאכנע
ער פארענפערט עס נישט אין ערגעץ
עס איז דא א ציטיר קנעפל ב"ה
איך האב ציטירט זיין תגובה
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 4:53 pm
דורך שמעקעדיג
ער האט נאר גערעדט פון דעם ברודער אברהם, נישט אויפן נפטר ע"ה, קוק ווי איך האב ציטירט
elter-zeide האט געשריבן:מודה אני האט געשריבן:בעמח"ס מתי שוא
........... יהא זכרו
זיין ברידער אברהם לויפער איז דער בעל מחבר פון מתי שוא
מודה אני האט געשריבן:elter-zeide האט געשריבן:מודה אני האט געשריבן:בעמח"ס מתי שוא
........... יהא זכרו
זיין ברידער אברהם לויפער איז דער בעל מחבר פון מתי שוא
געווען א שותפות
גאנצל האט געשריבן:ס'איז שטארק מסתבר צו זאגן אז ר' בעריש ע"ה האט עס געטון מחמת תמימות (נישט ווייל ער איז יעצט אוועק נאר ווייל אזא מענטש איז ער געווען ) אבער דער אברהם איז דאך סתם א ריש שין עיין
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 7:30 pm
דורך מודה אני
עס קוקט אויס אז קיין איינער האט נישט דורך געליינט דעם קונטרס!!!!!!!!!!!!!!!
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 10:49 pm
דורך elter-zeide
אוואדי האב איך נישט אדארעך געליינט דעם בוך, מ'טאר דאס נישט אין דע האנט נעמען, אבער איך בין געווען ביים דריקער ווען אברהם לויפער איז געווען פארנימען מיט ארויסגעבען דעם בוך,
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 11:19 pm
דורך מודה אני
דעמאלטס איז איס געליגען אין ספרים שאנק
יעדער האט דאס דורך געלערענט בעיון
אוי השם הטוב יכפר..
וויפיל רציחה שפיכות דמים......
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 5:31 pm
דורך פיינע קאווע
איז דער בעל מחבר מתי שוא דער זעלבער וואס גיבט ארויס יערליך א בוך קעגען די אריזאנא ווייץ? אויב יא איז גיטע נייעס
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 10:28 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 12:26 pm
דורך Yossy
באקומען א txt פון סאטמאר בפ 53
BDH: R' Avrum Shmiel ben R' Usher Zvi Kahan U"h Levaya at Bihm"d Hg' 53 at
1:00 pm on way to Blha"c D'Khiluseiny in NJ
נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 1:26 pm
דורך אויסלייזער
יאכנע האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:נישט קיין שום תי' צו פייניגן א משפחה און אפטון אזויפיל פעולות רשע רוצחים
דער טאטע זייערע איז יעצט אוועק!
זיי זיצן שבעה און קענען נישט צו זיך קומען פון אזא פלוצלומדיגער פטירה
קומסטו זיי גיסן זאלץ?
שעם דיר!
אויב ביסטו א מעכעליסט צייגסטו יעדעם ווער ענק זענען און וואס ענק זענען!
יאכנע האלט אז באמת איז דער נפטר באגאנגען אן עולה, און געטוהן רשעות פאר חסידי ניקלשבורג בכלל און משפחת לעבאוויטש בפרט, נאר וויבאלד ער איז ממש יעצט נפטר געווארן, איז נישט פאסיג צו רעדן פון דעם. אויב האלסטו אז דער נפטר האט געפירט א מלחמת קודש לשם שמים, וואסזשע באדערט אייך אז מען ברענגט יעצט ארויף זכרונות? אדרבה, טאקע ביים שבעה פירט מען זיך צו רעדן וועגן נפטר און זיינע מעשים טובים.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:11 am
דורך הרב_שלום
פאר די ארונים איז ר' אברהם שמואל א גרויסע פארלוסט ער האט איבערגעלאזט איין טאכטער די איידעם זיינע איז א זאלי מן הסתם וועט ער זיך אסאך לאזען קאסטען פאר מהרז"ל מוסדות אין בארא פארק
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:46 am
דורך דריידל
די האסט טאקע נישט קיין בעסערע דאגות ווי צו דיסקאסירן איבער זיין געלט, און אריינמישן פארשטינקענע סאטמאר מחלוקת?! הרבה דרכים למקום, און ווער עס עס דארף באקומען דאס געלט, וועט עס באקומען וואן וועי אר ענאדער
ר' אברהם שמואל איז געווען אן אויסגערופענער איידלער איד און האט נעבך מיטגעמאכט שרעקליכע יסורים די לעצטע פאר יאר רח"ל. האבענדיג נאר איין קינד, האט ער אדאפטעט צוויי מיידלעך (איינער דערפין איז שוין א כלה ב"ה) פון א צעפארענע שטוב און זיך אפגעגעבן מיט זיי ווי אן אייגן קינד מיט א מורה'דיג געטריישאפט
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 8:32 am
דורך ברעט מענינג
דריידל אז דו ביסט אן א ארויני דארף קיינער נישט ליידן
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 10:56 am
דורך דריידל
ברעט,
די האלטסט אז די תגובה פון הרב שלום באלאנגט אהער?
און אגב, פאריגע וואך האט איינער מיר דא באשולדיגט אז איך בין א זאלי. איטס עבאוט טיים אז דער עולם וואקסט אויף און זעהט איין אז די וועלט באשטייט נישט נאר פון ארוני'ס אדער זאלי'ס. איך דריי מיך אביסול אין סאטמאר קען איך מיך אביסול אויס דארט, אבער דעטס איט.
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:17 am
דורך בר דעת
א מענטש איז געשטארבן. א מענטש מיט געפילן און חלומות, האפנונגען און רצונות, א מענטש האט איבערגעלאזט א ווייב און קינדער. איז דאס א אישו פאר ארונים זלונים? איז אזא זאך נאך עפעס וואס קען אפגעוואויגן ווערן אויפן וואגשאל פון נצחון-דורכפאל פאר ארונים-זלונים? דריידל איז כשר גערעכט
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:53 am
דורך ישמעאל הכהן
בר דעת, ביזט נישט געווען צום געפינען ווען הרב לויפער איז אוועק
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 12:00 pm
דורך דער שכן
בר דעת האט געשריבן:א מענטש איז געשטארבן. א מענטש מיט געפילן און חלומות, האפנונגען און רצונות, א מענטש האט איבערגעלאזט א ווייב און קינדער. איז דאס א אישו פאר ארונים זלונים? איז אזא זאך נאך עפעס וואס קען אפגעוואויגן ווערן אויפן וואגשאל פון נצחון-דורכפאל פאר ארונים-זלונים? דריידל איז כשר גערעכט
נאר ווען א מענטש שטארבט טאר מען נישט בארעדן ווייל די משפחה איז בצער און נאך אללע אנדערע סיבות?? און וואס איז ווען מענטשן לעבן יא איז אקעי זיי וואשן און ליפטערן דא אדער אין וועלעכע אימער בלאג און שווארץ קאפעל וועבסייט?? פארשעמען און בארעדן מענטשן אזוי ברבים איז פייער פון א tortch!
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 3:33 pm
דורך גאנצל
ישמעל ער זאגט נאר איבער וואס [tag][/tag]פלעין אידיש האט געשריבן אפאר בלעטער צוריק ביי די פטירה פון הר' סטראלאוויטש וואס דו האסט געלייקט מיט אזא ערענסקייט עיין שם ותמצא נחת
נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 4:31 pm
דורך דער שכן
גאנצל האט געשריבן:ישמעל ער זאגט נאר איבער וואס [tag][/tag]פלעין אידיש האט געשריבן אפאר בלעטער צוריק ביי די פטירה פון הר' סטראלאוויטש וואס דו האסט געלייקט מיט אזא ערענסקייט עיין שם ותמצא נחת
איך ווייס נישט צו איינער האט שוין דא געשריבן וואס מיר איז אליין בייגעפאלן צו שרייבן. זעיט אויס אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס ווייסט פון די גמרא אז ליבערשט זאל זיך א מענטש אריין ווארפן אין א ברענעדיגע קאלעך אויווען אבער נישט פארשעמען א איד. די גמרא דערציילט אויך וועגען אשת איש vs. הלבנת פנים. ווייל מען איז דא און מען ווייסט נישט ווער איז ווער קען מען שוין טון וואס מען וויל? דער רבונו של עולם ווייסט נישט נאר דעם I. P. דיינעם, ער ווייסט דיין גאנצן DNA און וואס נישט!