בלאט 44 פון 57

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:49 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
עמרם האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:17 pm
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:45 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:13 pm דער ספרינגוועליער שליט"א האט די שענסטע הדרת פנים פון אלע רבי'ס!
מיין מיינונג
עפנסט גאר אן אינטערסאנטן נושא ! יש ידון בזה מכמה צדדים. מצד אחד ־רוחני ־ אמשינוב (בײדע) מצד שני אפשר גאר פרעמישלאן..אבער װאס מן הסתם איז א first choice בײ רובא דעלמא איז מהרבצ מבאבוב שליטא !
איך האב פארשטאנען אז ער מיינט אלע ראחמיסטריווקא רבי'ס, (נישט די אלגעמיינע)
האסט גוט פארשטאנען!

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:50 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:45 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:13 pm דער ספרינגוועליער שליט"א האט די שענסטע הדרת פנים פון אלע רבי'ס!
מיין מיינונג
עפנסט גאר אן אינטערסאנטן נושא ! יש ידון בזה מכמה צדדים. מצד אחד ־רוחני ־ אמשינוב (בײדע) מצד שני אפשר גאר פרעמישלאן..אבער װאס מן הסתם איז א first choice בײ רובא דעלמא איז מהרבצ מבאבוב שליטא !
אויב שוין דן זיין אלע רבי'ס מצד רוחני, איז נישט דער טשערנאבלער דער געווינער?

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 7:13 pm
דורך אמאהלגעקעננט
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:50 pm
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:45 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:13 pm דער ספרינגוועליער שליט"א האט די שענסטע הדרת פנים פון אלע רבי'ס!
מיין מיינונג
עפנסט גאר אן אינטערסאנטן נושא ! יש ידון בזה מכמה צדדים. מצד אחד ־רוחני ־ אמשינוב (בײדע) מצד שני אפשר גאר פרעמישלאן..אבער װאס מן הסתם איז א first choice בײ רובא דעלמא איז מהרבצ מבאבוב שליטא !
אויב שוין דן זיין אלע רבי'ס מצד רוחני, איז נישט דער טשערנאבלער דער געווינער?
איך צי שױן צוריק. דאס איז שױן האקעלע סחורה..

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:48 pm
דורך אמאהלגעקעננט
עמרם האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:17 pm
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:45 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:13 pm דער ספרינגוועליער שליט"א האט די שענסטע הדרת פנים פון אלע רבי'ס!
מיין מיינונג
עפנסט גאר אן אינטערסאנטן נושא ! יש ידון בזה מכמה צדדים. מצד אחד ־רוחני ־ אמשינוב (בײדע) מצד שני אפשר גאר פרעמישלאן..אבער װאס מן הסתם איז א first choice בײ רובא דעלמא איז מהרבצ מבאבוב שליטא !
איך האב פארשטאנען אז ער מיינט אלע ראחמיסטריווקא רבי'ס, (נישט די אלגעמיינע)
:lol:
Sorry איך האב נישט פארשאנען. אבער דאך איז עס די זעלבע נפקמ לכאו׳..

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 3:08 am
דורך צפור בודד
וואו איז ער געבוירן און אויפגעצויגן געווארן? ער האט מער אזא ירושלימ'ער\ליטוויש אקצענט

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 3:12 am
דורך עמרם
ירושלים

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 4:41 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
קען מיר איינער מסביר זיין און אהערשטעלן די בעקראונד פון אויסטוהן די שטיוול אין ראחמיסטריווקא?
עפטער אלל, איז דאך דער רבי געווען א פייערדיגער חסיד פון זיין שווער, און דער שווער האט איהם געהייסן דאס אנטוהן, וויאזוי און וואס איז געשען אז ער און זיינע קינדער האבן זיך דאס אויסגעטוהן?
איז געווען א אינפעקשאן אויף די פוס וכדומה?
אויב יא, וואס איז דער תירוץ פאר די קינדער?

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 4:54 pm
דורך עמרם
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 4:41 pm קען מיר איינער מסביר זיין און אהערשטעלן די בעקראונד פון אויסטוהן די שטיוול אין ראחמיסטריווקא?
עפטער אלל, איז דאך דער רבי געווען א פייערדיגער חסיד פון זיין שווער, און דער שווער האט איהם געהייסן דאס אנטוהן, וויאזוי און וואס איז געשען אז ער און זיינע קינדער האבן זיך דאס אויסגעטוהן?
איז געווען א אינפעקשאן אויף די פוס וכדומה?
אויב יא, וואס איז דער תירוץ פאר די קינדער?
@מיסטעריע וועט וויסן מער פונקטליך
(איך בין נישט זיכער אז זיין שווער האט אים געהייסן אנטוהן)

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 5:36 pm
דורך היימלינד
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 4:41 pm קען מיר איינער מסביר זיין און אהערשטעלן די בעקראונד פון אויסטוהן די שטיוול אין ראחמיסטריווקא?
עפטער אלל, איז דאך דער רבי געווען א פייערדיגער חסיד פון זיין שווער, און דער שווער האט איהם געהייסן דאס אנטוהן, וויאזוי און וואס איז געשען אז ער און זיינע קינדער האבן זיך דאס אויסגעטוהן?
איז געווען א אינפעקשאן אויף די פוס וכדומה?
אויב יא, וואס איז דער תירוץ פאר די קינדער?
ער האט געהאט צו טון מיט די פוס האט די דוקטער געהייסען אויסטוען
לויט ווי איך פארשטיי האט ער נישט געגאנגען גלייך פון די חתונה
ראי"ה גייט נאכאלץ וואוינענדיג אין סקווירא, רד"מ איז אויך געגאנגען ביז ער האט זיך געצויגען קיין ב"פ, רצ"א ה"ש בארניבער רבי איז אויך געגאנגען אבער נאר אין שיכון סקווירא ביז ער האט זיך געצויגען קיין מונסי.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:53 pm
דורך מיסטעריע
קודם כל, ס'קומט מיר באמת אהן שווער צו שרייבן, אבער איך גיי טוהן פון יעצט און ווייטער אנדערש, אז מ'פרעגט א פראגע וועל איך בל"נ ענטפערן, עניטינג בנוגע סקווירא ראחמיסטריווקא.

געווען איז דאס א שבת נאכן דאווענען, איז ער אריינגעקומען צום שווער זאגן גוט שבת אויף 571, אינדרויסן איז געגאנגען א שווערע זאווערוכע (בליזאר"ד בלע"ז) די שווער קוקט אהן דעם איידעם, און זעהט ער איז אדורך גענעצט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, און זיין גאנצע שיך איז אדורך געווייקט זיין זאקן אין הויזן א שטיק אייז, האט ער זיך אנגערופן, אונז האב מיר נישט דעם פראבלעם..... זייענדיג א גרויסע חסיד פונעם שווער, האט ער פארשטאנען און דאס אויסגעטייטשט אז דאס איז דער אמת'ער רצון זיינער, און ער האט יענע וואך אנגעטוהן שטיוול.

ווינטער תשנ"ב האט ער אויסגעטוהן, נאך וואס דער דאקטער האט איהם געעצה'ט

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 8:48 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:53 pm קודם כל, ס'קומט מיר באמת אהן שווער צו שרייבן, אבער איך גיי טוהן פון יעצט און ווייטער אנדערש, אז מ'פרעגט א פראגע וועל איך בל"נ ענטפערן, עניטינג בנוגע סקווירא ראחמיסטריווקא.

יישר כח, אבער נאכאלץ איז דאס עפעס נישט מעשה חסיד... אזוי אויסצוטוהן אינדערוואכן און אויך שבת ויו"ט? זומער און אויך ווינטער?? ער מיט די קינדער וכו'?
עס איז עפעס א סטעיטמענט!
קענסט זיך פארשטעלן זיין שוואגער אדער זיינע קינדער זאלן טוהן אזעלכעס?

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 10:13 pm
דורך לאכעדיג
ווער ס'קען זיך אביסל אויס אין מנהגים ווייסט אז די מנהג פון גיין מיט שטיוול אין קאלעראש - סקווירא איז א זאך וואס האט נישט קיין שום מקור און איז פון די מאדנעסטע זאכן אויפן פלאנעט איינס נאכן לייגן א נייע בעבי אין א לעדיל.

און ב"ה אז די ראחמיסטריווקא אדמורי"ם זענען באפרייט געווארן פון די שטיוול משוגעת.

איך בין זייער נייגעריג וועלעכע קאליר זאקן די ניי סקווירא רבי גייט אונטער די שטיוול, לכאורה איין גרינע און אין רויטע...

אגב, מאנכע האלטן אז די שוואנצונעס רבי האט זיך געלערנט ביים שוואגער פון סקווירא וויאזוי צו פירן א חסידות מיט משוגעתן און טעראר, אבער ער האט עס גענומען צו די נעקסטע לעוועל.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 10:54 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
לאכעדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 10:13 pm ווער ס'קען זיך אביסל אויס אין מנהגים ווייסט אז די מנהג פון גיין מיט שטיוול אין קאלעראש - סקווירא איז א זאך וואס האט נישט קיין שום מקור און איז פון די מאדנעסטע זאכן אויפן פלאנעט איינס נאכן לייגן א נייע בעבי אין א לעדיל.

און ב"ה אז די ראחמיסטריווקא אדמורי"ם זענען באפרייט געווארן פון די שטיוול משוגעת.

איך בין זייער נייגעריג וועלעכע קאליר זאקן די ניי סקווירא רבי גייט אונטער די שטיוול, לכאורה איין גרינע און אין רויטע...

אגב, מאנכע האלטן אז די שוואנצונעס רבי האט זיך געלערנט ביים שוואגער פון סקווירא וויאזוי צו פירן א חסידות מיט משוגעתן און טעראר, אבער ער האט עס גענומען צו די נעקסטע לעוועל.
אוודאי געוויס.

אבער אויסדרייען דעם הוט אויף רעכטס כמנהג וויזניץ האט אויך אזא זעלבן מקור, און קיין וויזניצער גייט עס נישט טוישן, בפרט נישט דעם רבי'נס איידעם וואס איז אנגעבליך א גרויסער חסיד פונעם שווער.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:06 pm
דורך לאכעדיג
גראדע די סיבה פארוואס די הוט גייט מען אויף רעכטס איז ווייל אין די שטאט וויזניץ איז די גלח געגיינגען די הוט אויף לינקס האבן די חסידים געטאן פארקערט און געלייגט די הוט אויף רעכטס.

בערך די זעלבע סיבה פארוואס אין באבוב (וועלעכע?) לייגט מען די טיש בעקטישע גארטל צו די זייט און די זעלבע סיבה פארוואס אין סאטמאר גייט מען נישט מיט א ווייסע שאליג.

ווידעראום די סיבה פון גיין מיט שטיוול איז וויבאלד אין די שטאט קאלעראש איז זייער קאלט אין הרב יעקב יוסף מ'קאלעראש ז"ל איז געגיינגען דערמיט אז די פוס זאל נישט פארפרוירען ווערן.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:38 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
לאכעדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:06 pm גראדע די סיבה פארוואס די הוט גייט מען אויף רעכטס איז ווייל אין די שטאט וויזניץ איז די גלח געגיינגען די הוט אויף לינקס האבן די חסידים געטאן פארקערט און געלייגט די הוט אויף רעכטס.

בערך די זעלבע סיבה פארוואס אין באבוב (וועלעכע?) לייגט מען די טיש בעקטישע גארטל צו די זייט און די זעלבע סיבה פארוואס אין סאטמאר גייט מען נישט מיט א ווייסע שאליג.

ווידעראום די סיבה פון גיין מיט שטיוול איז וויבאלד אין די שטאט קאלעראש איז זייער קאלט אין הרב יעקב יוסף מ'קאלעראש ז"ל איז געגיינגען דערמיט אז די פוס זאל נישט פארפרוירען ווערן.
נישט אמת.
די סיבה איז ווייל ער האט נישט געוואלט טראגן ווייסע זאקן אין בעלזא.
בד"וו וואס איז די סיבה פון באבוב מיט די גארטל און אין סאטמאר מיט די שאל?

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:52 pm
דורך לאכעדיג
ווייל די גלח אין באבוב איז געגיינגען מיט די גארטל גראד און די גלח אין סיגוט איז געגיינגען מיט א ווייסע שאליג.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:54 pm
דורך לאכעדיג
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:38 pm די סיבה איז ווייל ער האט נישט געוואלט טראגן ווייסע זאקן אין בעלזא.
ווען איז רבי יעקב יוסף מ'קאלעראש געווען אין בעלזא?

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:07 am
דורך עמרם
לאכעדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:52 pm ווייל די גלח אין באבוב איז געגיינגען מיט די גארטל גראד און די גלח אין סיגוט איז געגיינגען מיט א ווייסע שאליג.
נישט געוויסט אז ס'איז געווען א גלח אין באבוב
(ס'האט א מקור, אדער די שרייבסט פון זכרון ?)

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:11 am
דורך לאכעדיג
עמרם האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:07 am נישט געוויסט אז ס'איז געווען א גלח אין באבוב
אין וועלכע שטעט ווייסטו יא אז ס'איז געווען א גלח??

אין באבוב ווייסט דאס יעדער חדר אינגעל און אין זייער קולטור איז נישט דא די אונגערישע אויבער חכמים וואס פרעגן א מקור אויף יעדע זאך וואס מ'זאגט זיי.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:11 am
דורך שמעון וואלף
לאכעדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:54 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:38 pm די סיבה איז ווייל ער האט נישט געוואלט טראגן ווייסע זאקן אין בעלזא.
ווען איז רבי יעקב יוסף מ'קאלעראש געווען אין בעלזא?
זיין שווער איז געווען אן איידעם ביים פריערדיגע רב (ר' ישכר בער).

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:16 am
דורך עמרם
לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:11 am
עמרם האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:07 am נישט געוויסט אז ס'איז געווען א גלח אין באבוב
אין וועלכע שטעט ווייסטו יא אז ס'איז געווען א גלח??

אין באבוב ווייסט דאס יעדער חדר אינגעל און אין זייער קולטור איז נישט דא די אונגערישע אויבער חכמים וואס פרעגן א מקור אויף יעדע זאך וואס מ'זאגט זיי.
שוין געליינט אסאך איבער די באבובע היסטאריע און זייער מנהגים, איך געדענק נישט שטיין עפעס וועגן א גלח אין שטאט באבוב,
אויב די ווייסט איינע פון די ספרים און ביכער וואס די באבובע געבן ארויס, אז ס'שטייט דארט די מעשה, ביטע ציצייכענן ווי
יישר כח

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:19 am
דורך לאכעדיג
נאכאמאל. איך האב געזען אז אין באבוב גייט מען מיט די טיש בעקטישע גארטל צו די זייט, האב איך אנגעפרעגט ביי עטליכע פון זיי מה פשט, האבן זיי מיר דאס געענטפערט. פארטיג.

אויב ווילסטו וויסן א מקור דערצו מאך דיין היים ארבעט.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:33 am
דורך מיסטעריע
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 8:48 pm
מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 7:53 pm קודם כל, ס'קומט מיר באמת אהן שווער צו שרייבן, אבער איך גיי טוהן פון יעצט און ווייטער אנדערש, אז מ'פרעגט א פראגע וועל איך בל"נ ענטפערן, עניטינג בנוגע סקווירא ראחמיסטריווקא.

געווען איז דאס א שבת נאכן דאווענען, איז ער אריינגעקומען צום שווער זאגן גוט שבת אויף 571, אינדרויסן איז געגאנגען א שווערע זאווערוכע (בליזאר"ד בלע"ז) די שווער קוקט אהן דעם איידעם, און זעהט ער איז אדורך גענעצט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, און זיין גאנצע שיך איז אדורך געווייקט זיין זאקן אין הויזן א שטיק אייז, האט ער זיך אנגערופן, אונז האב מיר נישט דעם פראבלעם..... זייענדיג א גרויסע חסיד פונעם שווער, האט ער פארשטאנען און דאס אויסגעטייטשט אז דאס איז דער אמת'ער רצון זיינער, און ער האט יענע וואך אנגעטוהן שטיוול.

ווינטער תשנ"ב האט ער אויסגעטוהן, נאך וואס דער דאקטער האט איהם געעצה'ט
יישר כח, אבער נאכאלץ איז דאס עפעס נישט מעשה חסיד... אזוי אויסצוטוהן אינדערוואכן און אויך שבת ויו"ט? זומער און אויך ווינטער?? ער מיט די קינדער וכו'?
עס איז עפעס א סטעיטמענט!
קענסט זיך פארשטעלן זיין שוואגער אדער זיינע קינדער זאלן טוהן אזעלכעס?
אין הכי נמי ס'איז טאקע א קראנקע זאך פון היינטיגן סקווערן פארן נישט אויסטוהן די שטיוול, גראדע האלט איך דאס האט אסאך צו טוהן מיט די פארטייאישיקייט, החסיד רבי מאניע ז"ל (קיינמאל נישט אנגעקומען צו שרייבן וועגן איהם, און דייקא וועגן דעם לבוש... וד"ל) האט אמאל געזאגט פארן אלטן סקווערן רבין זצ"ל, דער טאטע (דאס מיינט רבי דוד'ל סקווערער זצ"ל) איז געגאנגען אלע קאלירן בעקיטשעס נאר נישט שווארץ.... דער סקווערער רבי האט זיך צושמייכעלט... בקיצור, לדעתי וואלט דער סקווערער רבי ז"ל געהאט מיט די פוס אזעלכע פראבלעמען דער זעלבע ווי זיין זוהן דער היינטיגע מנהיג, (וואס ווי באקאנט האט דער היינטיגער געליטן אויף די קניען און ליידט נאך ביז היינט אנדערע שווערע פוס ווייטאג,) וואלט ער שוין לאנג אויסגעטוהן, קוק עס אהן מיט די פערספעקטיוו, אין סקווירא אינדערהיים דאס הייסט זיין אייגענע טאטע איז געגאנגען ווייסע זאקן, קאלירטע בעקיטשעס, די גאנצע רבישע ניין-יארד'ס.... זיין גאנצע אנטוהן די שטיוול אלס א לבוש איז געווען אלס א כבוד פון זיין ברודער רבי איציקל קעשאנובער, וועם ער האט געהאלטן אלס זיין גרויסע און עלסטער ברודער, (הגם ער איז נישט געווען זיין עכטע עלטסטער ברודער, נאר צוליב זיין עלסטער ברודער פון איין טאטע מאמע) וואס ער האט איהם חתונה געמאכט, איז געגאנגן לאנגע הויזן מיט נאר שווארצע בעקיטשעס, מ'איז דאך אנטלאפן צוליב די גרויזאמע שרעקליכע פאגראמען פןו סקווירא קיין קיעוו, רבי דוד'ל איז נסתלק געווארן אלס גלות איד זייענדיג אין קיעוו, פון דארט האט מען ווייטער אלס יתומים גענומען די וואנדער שטעקן אנטלאפן פון אוקריינע קיין רומעניא, מ'האט זיך קווארטירט אין קעשינוב, רבי יעקב יוסף האט נישט געוואלט פוגע זיין אין זיין ברודער וואס איז געגאנגען דעמאלס לאנגע הויזן, האט ער נישט אנגעטוהן קיין ווייסע זאקן, ווייטער האט ער נישט געוואלט גיין לאנגע הויזן, האט ער זיך אנגעטוהן שטיוול, עפעס אזא מין פשרה, נישט קיין לאנגע הויזן אבער אויך נישט קיין ווייסע זאקן.

איז געקומען די היינטיגע רבי און געמאכט דערפון ערגעץ אין די סוף מ"ם אנפאנג נו"ן יארן א שטיוול-דרייוו, אוודאי איז געוען עטליכע חסידים וואס האבן אנגעטוהן, הגם רבי יעקב יוסף האט עס דייקא נישט געשטיפט פאר די חסידים, ס'געווען כמה חסידים וואס האבן געוואלט אנטוהן, און ער האט נישט געלאזט, אבער דער זוהן האט שוין אריינגעטייטשט גאנצע דיוקים פארוואס דער טאטע האט "דעמאלס" נישט געוואלט, אבער "היינט" וואלט ער שוין אויכעט געוואלט, אונטערשטע שורה, האט ער עס געמאכט ווי א שטאלץ פאר די חסידות, בשעת די גאנצע וועלט לאכט פון זיי וואספארא קראנקע לבוש, זענען די סקוויראים אין זייערע (פארמאכטע) קעפ שטאלץ צו וואקן מיט טריט ווי דער קאזאק, און האבן א צורה ווי די דזשאנדארן, עכ"פ א אידישע חן האט עס זיכער נישט.

קומט אויס אז דער ראחמיסטריווקא רבי ז"ל וואס די דאקטער האט איהם מייעץ געווען צו אויסטוהן, האט ער עס באלד געטוהן, און ער האט אויכעט נישט געוואלט גיין קיין לאנגע הויזן, און קיין ווייסע אויך נישט , האט ער אנגעטוהן שווארצע, דאגעגן דער שוואגער פון ניי סקווער, גייט גיין מיט די בוטצעס עד כלות הנפש, ווייל דאס איז היינט תורה למשה מסיני, דאס איז דער סימבאל פאר די קאמפעני