בלאט 44 פון 213

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:16 am
דורך אבגד
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
אבגד האט געשריבן:קול מבשר איז געווען פארנומען פאריגע וואך מיט די גוי וואס האט געשאסן די שומרים וואלונטירן, ער זאגט אז די שומרים האבן געהאט רעכט ווייל די גוי האט זיך אויפגעפירט אומלעגאל, וואס זענען די אומלעגאלע זאכן וואס דער גוי האט געטוהן?

האט ער געמאלדן די תוצאה פונעם טרייעל אדער ער מעלדט נאר גוטע נייעס?

איך בין נישט קיין שומע קבוע, אבער פאריגע וואך האט ער געזאגט אז מהייבט אהן נאכאמאל וועגן מ׳האט געטראפען פרישע קלאגעס, גיי ווייס!
אפשר האט ער מגלה געווען מער ווי איין ניק דא? איך ווייס נישט, פרעגטס ״יין שרף״....

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:45 am
דורך אביגדור
קאמענטירער האט געשריבן:וואס מיינט אזיל רעכט?

אידיש'ער אפטייטש פון asylum

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:16 am
דורך אבגד
Um... Um.....
איך הער דיין שפעקולאציע...

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:28 am
דורך אביגדור
.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:29 am
דורך boxcover
אריין אין טערמינאלאגיע אשכול

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:30 am
דורך שמעקעדיג
אנא בכח גדולת

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:03 am
דורך ונבנתה העיר
ווער איז רעבעצין צפורה העלער פון המודיע'ס קנין?

די וואך האט זי א מאמר בנוגע וואס אנדערע טראכטן אויף מיר מיט'ן קעפל 'they think, therefore i am?', א שפיל אויפן פילאזאפישן ווארט I think, therefore I am, גאנץ שיין פאר א היימישע פרוי, ניין?

אז מען רעדט שוין, [tag]געפילטע פיש[/tag] [ס'איז מיר גוט, אויף צו קענען טעגן מוז מען ארויסשרייבן די גאנצע נאמען?...], קענסט שוין אפ-שטויבן די ניין-טעג'דיגע חתימה...

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:14 am
דורך boxcover
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווער איז רעבעצין צפורה העלער פון המודיע'ס קנין?

די וואך האט זי א מאמר בנוגע וואס אנדערע טראכטן אויף מיר מיט'ן קעפל 'they think, therefore i am?', א שפיל אויפן פילאזאפישן ווארט I think, therefore I am, גאנץ שיין פאר א היימישע פרוי, ניין?

אז מען רעדט שוין, [tag]געפילטע פיש[/tag] [ס'איז מיר גוט, אויף צו קענען טעגן מוז מען ארויסשרייבן די גאנצע נאמען?...], קענסט שוין אפ-שטויבן די ניין-טעג'דיגע חתימה...

א שרייבערין פון אסאך ליטעראטור.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 8:03 am
דורך יואב
צו טוהן אויך די גוים ברומען אזא לאמיר דאס רופן "ניגון" צווישן זיך וואשן די הענט און מאכן דעם מוציא?
אקעי, זיי וואשן זיך נישט די הענט, און מאכן נישט קיין מוציא. תיובתא.
איז אבער דא א פאל, אדער עקזעסטירט בכלל די באגריף פון זיך אונטערברימען?
אויב נישט, ווען האט זיך דאס אנגעפאנגן ביי אידן?
ואם תמצי לומר 'אין סענז סטריט', איכא למפרך ס'איז דאך פארהאן הייליגע לייט וועלעכע ברומען,
און אידענטיפעצירן זיך דווקא מיט קרייזן וועלעכע דעמאניסטריט הארטטנאקיגע שטאלצע אפאזיציע צו סאטמאר.

יעצט, דארף דאס ברומען זיין דווקא דורכן נאז?
די צד צו זאגן אז יא, איז ווייל מ'זעהט דאך די חברה ברומען ברוח אפם, בלתי הרמת קול.
דאס איז אבער פארשטענדליך, וויבאלד פארן מאכן המוציא טאר מען דאך נישט אויסרעדן.
(און דא קומען די לטאים אריין אין בילד. הייסט דאס אויסגערעדט אדער נישט).
הא תינח עמך אידן וועלעכע ברומען בלויז פאר המוציא, קען מען אזוי אריינזעצן.
אויבן אן אידן אבער, ברומען דאך א גאנצן צייט חוץ ווען זיי שאקלן לולב מיט א צווייטנס האנט, און מיט דעם אלעם ברומען זיי מיט די נאז.
ועוד, אפילו סתם אידן, שרייען דאך און פיסקעווען "נא נו נו נאא נעה" פארן המוציא, און דאס טוהן זיי דאך יא מיטן מויל.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 8:51 am
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:
רפדוני בתפוחים האט געשריבן:איך וויל אויך וויסן פשט אין אייער ניק, אבגד. א ב ג פארשטיי איך, ס'דאך ראשי תיבות אנא בכח גדולת, אבער וואס איז דער דל"ת?

אנא בכח גדולת

לכאורה איז זיין ברית נאמען אברהם ברוך, וזהו:
א'ברהם ב'רוך ג'דול ד'עה...

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:00 am
דורך אביגדור
תפלה עושה מחצה.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:02 am
דורך קאווע טרינקער
נקמה? :roll: :lol:
ניטאמאל ברכת התורה געזאגט...
ס'איז זונטאג!

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:26 am
דורך boxcover
יואב האט געשריבן:צו טוהן אויך די גוים ברומען אזא לאמיר דאס רופן "ניגון" צווישן זיך וואשן די הענט און מאכן דעם מוציא?
אקעי, זיי וואשן זיך נישט די הענט, און מאכן נישט קיין מוציא. תיובתא.
איז אבער דא א פאל, אדער עקזעסטירט בכלל די באגריף פון זיך אונטערברימען?
אויב נישט, ווען האט זיך דאס אנגעפאנגן ביי אידן?
ואם תמצי לומר 'אין סענז סטריט', איכא למפרך ס'איז דאך פארהאן הייליגע לייט וועלעכע ברומען,
און אידענטיפעצירן זיך דווקא מיט קרייזן וועלעכע דעמאניסטריט הארטטנאקיגע שטאלצע אפאזיציע צו סאטמאר.

יעצט, דארף דאס ברומען זיין דווקא דורכן נאז?
די צד צו זאגן אז יא, איז ווייל מ'זעהט דאך די חברה ברומען ברוח אפם, בלתי הרמת קול.
דאס איז אבער פארשטענדליך, וויבאלד פארן מאכן המוציא טאר מען דאך נישט אויסרעדן.
(און דא קומען די לטאים אריין אין בילד. הייסט דאס אויסגערעדט אדער נישט).
הא תינח עמך אידן וועלעכע ברומען בלויז פאר המוציא, קען מען אזוי אריינזעצן.
אויבן אן אידן אבער, ברומען דאך א גאנצן צייט חוץ ווען זיי שאקלן לולב מיט א צווייטנס האנט, און מיט דעם אלעם ברומען זיי מיט די נאז.
ועוד, אפילו סתם אידן, שרייען דאך און פיסקעווען "נא נו נו נאא נעה" פארן המוציא, און דאס טוהן זיי דאך יא מיטן מויל.

די גוים וויסלען (wheesling) אל דע טיים. די פאנדעמענטאלע אונטערשייד איז אז די ברומעריי ברענגט שמחה (די סארט וואס איז מותר אין די דריי ואכען) און די גוי׳ס פייפעריי ברענג הולולות (קיינמאל קיין ערגערס). זיי וואשן זיך נישט אבער די ערל אין חדר פלעגט זיך אונטערפייפן בעת ער האט געוואשן די ערד.

בנוגע די שאלה פון הפסק ברכה, איז דאך עס לצורך סעודה. ניין?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:11 pm
דורך געפילטע פיש
פארשער זאגן אז ברומען במקורו שטאמט פון קוהען.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:32 pm
דורך אבגד
קאווע טרינקער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
רב החובל האט געשריבן:איך וויל אויך וויסן פשט אין אייער ניק, אבגד. א ב ג פארשטיי איך, ס'דאך ראשי תיבות אנא בכח גדולת, אבער וואס איז דער דל"ת?

אנא בכח גדולת

לכאורה איז זיין ברית נאמען אברהם ברוך, וזהו:
א'ברהם ב'רוך ג'דול ד'עה...

האט עטס נישט געזעהן וואס "יין שרף" פסק'נט?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:44 pm
דורך יין שרף
שטייט און גמרא מער צום סוף פון מסכת יומא (כ'געדענק נישט פונקליך וואו) אז זינגען א ניגון איז נישט קיין הפסק, וועגען דעם האבן געוויסע צדיקים זיך אונטער געזינגען א לידל נאכן זיך וואשן כדאי עס זאל נישט זיין א לאנגע הפסק, ווי אויך זענען דא רבנים וואס ברומען נאכ'ן גיסן מים אחרונים ביזן בענטשען.
ווען איך גיי אין ביסקיס צווישן גאל ישראל און שמו"ע זינג איך אויך (בקול רם) אין ביה"כ כדאי עס זאל נישט זיין קיין הפסק... :lol:

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 4:29 pm
דורך berlbalaguleh
אההה... דעיס אי געוועין דער ניגון וואס ס'האטצעך מיר געדאכט אז כ'האב געהערט. ווען כ'בין אריבערגעגאנגען דעם ביהכ"ס. ס'איז געוועןין אזא מתיקות'דיגער ניגון אויף לא-ל אשר שבת מכל המעשים ביום השביעי.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 6:30 pm
דורך קאמענטירער
אין די נייעס פון די פראצעס פין דשארש זימערמאן איז געווען באריכטעט אז זיין אדוואקדאט האט אנגעפאנגען מיט א ניק-נאק וויץ.
וואס מיינט ניק-נאק?
און איך בין אויך זייער נייגעריג וואס איז געווען די מורא׳דיגע וויץ וואס דער לויער האט עס געמוזט זאגען (אפילו סאיז געווען) אין די אומריכטיגע צייט?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 7:27 pm
דורך boxcover
קאמענטירער האט געשריבן:אין די נייעס פון די פראצעס פין דשארש זימערמאן איז געווען באריכטעט אז זיין אדוואקדאט האט אנגעפאנגען מיט א ניק-נאק וויץ.
וואס מיינט ניק-נאק?
און איך בין אויך זייער נייגעריג וואס איז געווען די מורא׳דיגע וויץ וואס דער לויער האט עס געמוזט זאגען (אפילו סאיז געווען) אין די אומריכטיגע צייט?

היינו הך. די וויי איז א נאק-נאק וויץ.

א נאק-נאק וויץ גייט געווענדליך אזוי:
איך זאג דיר נאק נאק (אזוי ווי איינער קלאפט אויף די טיר)
דו ענטפערס מיר (אויב דו קאפארירסט מיט מיין לצנות) האו איז? (ווער איז דארט?)
און איך ווען ענטפערן - לאמיר זאגען - הוא יפתח לבינו

און דער לויער (?) מאכט דארט זיין וויץ וואס פירט אויס א חוזק אויף זיך זעלבסט. מען זאל נישט וויסן פון קיין צער.

ביי דע ביי, דיר לץ האט אריינגעפירט זאגענדיג אז ס׳איז נישטא קיין בעסערע געלעגענהייט צו מאכן אזא סארט וויץ, ווי ביי א מערדער משפט. עס איז שוין גארנישט קיין וויץ.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:05 pm
דורך קאמענטירער
איך אנטשולדיג מיך אויב איך עס נערווירט איינעם די מיינע קשיות אבער די קשיא איז מיר שוין שווער א לענגערע צייט און נישט אלעמאל האב איך די געלעגנהייט עס צו פרעגן ממילא וועל איך יעצט אויס נוצען די געלעגנהייט און איך וועל עס פרעגן:
וואס מיינט
רעכטע\לינקע קאנסערטיווע\ליבעראלע רעפובליקען\דעמעקראטן ?
און וואס איז דער חילוק צווישען זיי?
מען קען זיין א רעכט-קאנסערטיוו-רעפובליקען?
און וואס איז פשט אז א מענטש דערקלערט זיך אז ער איז א דעמאקראט אויף אגאנץ לעבן? די פארטיי שטימט טאקע אלעמאל לויט זיינע אינטרעסן?
די קשיות שטערט מיר אין די עולם זאל זיך נישט שעמען צו ענטפערן, האלבע תירוצים ווערן אויך אנגענומען....

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:10 pm
דורך קאמענטירער
איך אנטשולדיג מיך אויב איך עס נערווירט איינעם מיינע קשיות אבער די קשיא איז מיר שוין שווער א לענגערע צייט און נישט אלעמאל האב איך די געלעגנהייט עס צו פרעגן ממילא וועל איך יעצט אויס נוצען די געלעגנהייט און איך וועל עס פרעגן:
וואס מיינט
רעכטע\לינקע קאנסערטיווע\ליבעראלע רעפובליקען\דעמעקראטן ?
און וואס איז דער חילוק צווישען זיי?
מען קען זיין א רעכט-קאנסערטיוו-רעפובליקען אאוו?
און וואס איז פשט אז א מענטש דערקלערט זיך אז ער איז א דעמאקראט אויף אגאנץ לעבן [?] (וויפיל מאל האסטו געהערט אז א פאליטישען האט געטוישט פארטיי)די פארטיי שטימט טאקע אלעמאל לויט זיינע אינטרעסן?
די קשיות שטערט מיר אין די עולם זאל זיך נישט שעמען צו ענטפערן, האלבע תירוצים ווערן אויך אנגענומען....

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 11:26 pm
דורך boxcover
קאמענטירער האט געשריבן:איך אנטשולדיג מיך אויב איך עס נערווירט איינעם די מיינע קשיות אבער די קשיא איז מיר שוין שווער א לענגערע צייט און נישט אלעמאל האב איך די געלעגנהייט עס צו פרעגן ממילא וועל איך יעצט אויס נוצען די געלעגנהייט און איך וועל עס פרעגן:
וואס מיינט
רעכטע\לינקע קאנסערטיווע\ליבעראלע רעפובליקען\דעמעקראטן ?
און וואס איז דער חילוק צווישען זיי?
מען קען זיין א רעכט-קאנסערטיוו-רעפובליקען?
און וואס איז פשט אז א מענטש דערקלערט זיך אז ער איז א דעמאקראט אויף אגאנץ לעבן? די פארטיי שטימט טאקע אלעמאל לויט זיינע אינטרעסן?
די קשיות שטערט מיר אין די עולם זאל זיך נישט שעמען צו ענטפערן, האלבע תירוצים ווערן אויך אנגענומען....


עס איז דא א רייע אישוס, וואס ווערט גרופירט אין קאטעגאריעס, וואס, געוואנדן צו וועליכער חדר איר געהערט, וועט איר נעמען א געוויסע צד. איך וועל אויך מקדים זיין אז עס געשענט אסאך - ספיציעל לעצטענס - אז איין פארטיי נעמט צו (היידזשעקט) אן אישו וואס די אנדערע איז דער ריכטיגער אדוואקאט פאר די אישו.

איך גיי שרייבן נאר אויף די שפיץ פונעם שפיץ, ווייל יעדע אישו האט צווייגען עד אין סוף. שפעטער, ווער דער עולם וועט אינגעידזשן אין א שמועס, וועט מען מעריך זיין דארט ווי דער נייגער שטייגט.

אויך, אין יעדער אישו, ווי עס איז פארהאן א רעכטע און לינקע מהלך, קען זיך יעדער אינדיווידועל קלויבען א דרך ממוצע וואס איז אביסל מער רעכטס אדער אביסל מער לינקס, און מוז נישט דוקא קיין צו קיין איין עקסטרעם, אפילו פאר סיי-וועליכער אישו. דער פראבלעם איז אבער אז פאליטיק (אפילו אידישע) איז אלץ אויך געווען א ספארט, ווי די צד, די פארטיי, די חסידות איז הייליג. איינמאל מען פאלט אריין אין אזא מצב, ווערט מען אלס מער און מער אומ-זעלבסשטענדיג, ווייל מער דארף גיין מיט די פארטיי און שוואנג.

די קאטעגאריעס

פיסקעל
די רעכטע לאגער וועט האלטען צוויי וויכטיגע כללים פאר די אויגען. (א) מען דארף לעבען מיט א חשבון, און (ב) מיינס איז מיינס, און אן קיין גאר-וויכטיגע סיבה קענסטו עס נישט אוועקנעמען. דערפאר וועלען געווענליך די רעכטע פארלאנגען ווייניגער שטייער און א באלאנסירטן בודזשעט (לא כן היה בימי בוש השני יר"ה, בל זהו כללו של דבר). אויך וועלען געווענליך די רעכטע אלץ אויסקוקען ווי זיי נעמען זיך מער אן פאר די רייכע (אדער ווי זיי האבען עס חיעב אנצורופען: די מיטעל-קלאס).
די לינקע לאגער וועט האלטען אז סאסייעטי (דער עולם) איז מחיוב זיך צו זארגען פאר די נויטבאגערפטיגע. ממילא איז יושר אז מען נעמט פון די רייכע און מען געט פאר די ארעמע; ווי מער, אלץ בעסער. דערפאר וועלען געווענליך די לינקע פארלאנגען צו העכערן די שטייער אויף די רייכע כדי צו קענען גיבן פרישע הילף פאר די ארימערע (און זיי לייגן צו: די מיטעל-קלאס). אויך וועלען געווענליך די לינקע אלץ אויסקוקען ווי זיי נעמען זיך מער אן פאר די ארבייט קלאס.
דער אמת איז אבער אז בייטע זייטן שלעפען וויפיעל געלד זיי קענען נאר פאר זייערע פערזענליכע נגיעות. ווייניג מאל וועט מען זעהן א קאנסערוואטיווער זאל נישט כאפען א מוציא פאר זיין דיסטריקט\סטעיט כדי צו העלפן באלאנסירטן די בודזשעט. עס איז אויך פארהאן א דערהער אז די לינקע גייען אין הויקער אריין וואס די ארימע האבען צו עסן; זיי ווילען נאר אז די ארימע זאלן אויפשטעלן זייערע לייפסטיילס געבויעט אויל הילף פון די רעגירונג (לייען: ליבעראלע רעגירונג), כדי יבוא יום הדין און מען שטימט אין די וואלען, וועט דער עני וואוטען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאט.

סאשעל
די רעכטע זענען אין אלגעמיין פאר מאָראַלישקייט, טראַדיציע (זעה קאנסטיטוציע) און טראַדיציאָנאלע דרך החיים. די רעכטע וועלען דערפאר זיין קעגן די השגה אז די רעגירונג זאל אנערקענען תואבה שידוכים.
די לינקע זענען אין אלגעמיין אויפגעקלערט און קילער. די לינקע וועלען דערפאר זיין אפען פאר אלע קראנקע השגות (און אפילו אינסעסט).
דער אמת איז אבער אז די רעכטע שטערט נישט-נאר אז די רעגירונג זאל אנערקענט תואבה, האר עס שטערט זיי סתם ווען די LGBT מיינדען זייער אייגענע ביזנעס, אבער דאס איז א חלק פון די פאליטיק.

גרויסע רעגירונג און פעדעראליזם
די רעכטע זענען אין אלגעמיין פאר א מינימאלע רעגירונג בכלל, און א גאר-קליינטשיקער פעדעראלע רעגירונג (וואשינגטאן) בפרט. הכל מודים אז עפעס א רעגירונג דארף זיין אין וואשינגטאן, א שטייגער ווי אויסער מיניסטאריעם (Department of State), אבער ווי מער מען שטעלט ארויף אלס א פעדעראלע פליכט, אלץ מער ווערט די קאנסערטיווער (און עווענטועל אויך די מאדערעיט רעפאבליקען) אומבאקוועם. לויט די רעכטע, האבען זיי ענדערשט הנאה ווען אפילו די מיליטער איז לאקעלייזד פער שטאַט כשנים קדמוניות (נאכאמאל טראַדיציאָנאל) מיט די קאוסט גארד. ער וויל וואס-ווייניגער געזעצן פון אויבן.
די לינקע האבען הנאה פון א גרויסע צענטעראלע רעגירונג.

געזעץ און לאו אינפארסמענט
דער רעכטער איז דאך טראַדיציאָנאל און ער איז אויך שטרענג. איף יו דא די קריים, דא די טיים - אויב דו זינדיגסט, וועסטו ליידן, פארפאלען. ווען עס פאסירט אן עקסידענט אדער טעראר אקציע, וועט ער פארשטיין אז מען דארף נעמען די געזעץ אין די האנט אריין.
דער רעכטער איז דער אפען-מיינדעד, פרא-ארעמאן (טיפישער פארברעכער) און פארזארגער פאר די נויטבאדארפטיגער. ער זעהט א קרימינאלער אלס א רחמנות וואס איז דורכגעפאלען (און וועט אפילו אנרופען א מאלעסטאר, א קראנקער וואס דארף הילף), און וועט פארלאנגען א גרינגערע ארטייל אין געריכט. ווען עס פאסירט אן עקסידענט, וועט ער פארשטיין אז מען דארף מאכען פרישע גזירות אז עס זאל מער נישט פאסירן.

קאנסטיטוציע
(געהערט עכט צו געזעץ און לאו אינפארסמענט)
וויבאלד די קאנסטיטוציע איז געשריבען געווארען א לאנגע צייט צוריק, און האט א שפראך וואס איז מער ניחה פאר די רעכטע, וועלען די רעכטע אלץ שרייען אז מען דארף מדקדק זיין נישט צו טוישן די מסורה, ווייל אזוי קומט אים בעסער אויס. די לינקער שרייט אז די קאנסטיטוציע איז אוט אוו דעיט און עס איז צייט עס צו טוישן. די רעכטע שרייען צוריק "נו לאמיר זעהן, טויש". (איז איז היפש קאמפליצירט צו טוישן א הלכה אין די קאנסטיטוציע, און איוואלווד נישט נאר ביידע הייזער פון קאנגרעס, נאר אויך אלע 50 שטאטען. פרעג נישט.)

פרייהייט און גלייכבארקייט
(געהערט עכט צו סאשעל)
ווייניג אמעריקאנער ווייסן דאס, אבער די רעפאבליקאנער האבען - מכח זייער מאראלישע געוויסען - אנגעהויבן די מערכה אז מען זאל באפרייען די שווארצע קנעכט אין אמעריקע. און שפעטער אויך, אין די בראשית יאהרן פאר דיסעגריגאציע, האבען די רעפאבליקאנער געשטופט די פרייערע אגענדע.

ועוד

פאראדאקסן

פאראדאקס - מינאריטיס: כאטש (ווי געשריבען אין פרייהייט און גלייכבארקייט) די רעפאבליקאנער האבען געשטופט די פאר פרייהייט פאר די שווארצע, האבען די שווארצע שפעטער זיך אנגעקלעבט מיט די דעמאקראטן, ווייל זיי האבען א הויכע ארמקייט ראטע, און די פארגראמען האבען פארבלענדט זייער אויגען.

פאראדאקס - לאו אינפארסמענט: כאטש וואס די רעפאבליקאנער זענען פרא-לאו אינפארסמענט (ווי געשריבן אין געזעץ און לאו אינפארסמענט), האבען זיי דאך נישט ליעב דער גרויסע ברידער. און זיי וועלען אייביג האבען א געמישטע פילינג אין זייער הארץ איבער די עף. בי. איי..

אבזערוואציע
די מיטעל-קלאס איז באמת ווי די בני יואל פון קרית יואל. נעמליך יעדער הארגעט זיך היינט אז זיי זאלען געהערן צו זיך, אז ער נעמט זיך אן פאר זיי, און זיי בלייבן אבער אפגעשמיסען משני הצדדים. (סארי פאר די אומסענסיוויטיווע רייד)

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:00 am
דורך קינות גירושין
כגדענק סאיז דא א תשובה פון די מנח״י צו די פריערדיגע סקלונע רבי וואס האט עם גפרעגט, צו ממעג זיך אונטער זינגען צעווישען ברכת המוציא אין עסן די ברויט, ער פסקנט אז ממעג נישט ווייל סהייסט א הפסק אזוי ווי דיבור