בלאט 44 פון 66

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:50 pm
דורך מפיל קינד
והאיש משה האט געשריבן:כ'האב מורא אז ס'קומט אן affaire מיט אנה'לע (חנה'לע)...

מ'רעדט דא פון שטיסל, נישט פון אוטנמיה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:22 pm
דורך והאיש משה
מפיל קינד האט געשריבן:
והאיש משה האט געשריבן:כ'האב מורא אז ס'קומט אן affaire מיט אנה'לע (חנה'לע)...

מ'רעדט דא פון שטיסל, נישט פון אוטנמיה.

חתם סופר האט געשריבן:אט אט......

https://youtu.be/RYK4sr-dzNc


ע"ש ותמצא נחת, אויב נאכ'ן קוקן דאס פריוויו האט איר נאך אלס נישט פארשטאנען וואס איך מיין, קוקט עס איבער נאכאמאל, טאמער נאך אלס נישט דארפט איר איבער קוקן אוטונומיה'ס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:28 pm
דורך כוכב
חצי צלחת פון דער רביצין וואס עסט מער נישט קיין סאך, דערמאנט מיך פון יארמע רב'ס ווערטער איבער דעם משולח וואס האט געזאגט, נאכ'ן אריינרוקן א גאנצע סעודה, א טיי? דאס יא!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:29 pm
דורך כוכב
דער בחור ביים באשוי איז פארכאפט אין דער סעלף-העלפ מאטיוועישענעל מיינדפולנעס באבל וואס מאכט זיין וועג אריין אין דער חרדישער וועלט...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:30 pm
דורך והאיש משה
כוכב האט געשריבן:חצי צלחת פון דער רביצין וואס עסט מער נישט קיין סאך, דערמאנט מיך פון יארמע רב'ס ווערטער איבער דעם משולח וואס האט געזאגט, נאכ'ן אריינרוקן א גאנצע סעודה, א טיי? דאס יא!


וואס פאר א רביצין? דאס איז דאך מנוחה! קניגסברג'ס אלמנה, און אפגעלאזטער שידוך פון שלום...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:50 pm
דורך מנחם ציון
והאיש משה האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:חצי צלחת פון דער רביצין וואס עסט מער נישט קיין סאך, דערמאנט מיך פון יארמע רב'ס ווערטער איבער דעם משולח וואס האט געזאגט, נאכ'ן אריינרוקן א גאנצע סעודה, א טיי? דאס יא!


וואס פאר א רביצין? דאס איז דאך מנוחה! קניגסברג'ס אלמנה, און אפגעלאזטער שידוך פון שלום...

נא נא
איז זי דען נישט קיין רעביצין? זי האט דאך פארלאנגט אז שולעם זאל אפזאגן זיין סעקרעטארשע ווייל ס'פאסט נישט
שולעם שעפט חשיבות נאר ווייל ער גייט חתונה האבן מיט א רעביצין ווי איר

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:05 am
דורך כלבאשבוע
סקומט אריין די אומגינסטיגע נייעס אז שטיסל (די רעסטעראנט) האט זיך פארמאכט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:23 pm
דורך איך אויך
אבער זעהסט פון די סיין אז זיי זוכן עס צו פארקויפן אלס א Going concern.

לעצם הגעשעפט, די בעלי בתים האבען שוין יארן נישט משקיע געווען דערין און אזוי האט עס טאקע אויסגעזעהן, די איינציגסטע מעלה איז געווען די 'היימישקייט' אבער היינטיגע קונים זוכן מער פון דעם.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:27 pm
דורך מנחם ציון
חבל חבל
אסאך פארברענגט דארט דאס איז געווען איינע פון מיינע פעיווארעט רעסטוראנטן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:20 pm
דורך טובה
מנחם ציון האט געשריבן:חבל חבל
אסאך פארברענגט דארט דאס איז געווען איינע פון מיינע פעיווארעט רעסטוראנטן


באמת?

דאס מערסטע וואס כ'בין דארט געווען איז בלויז וואס כהאב געזעהן אויפן סקרין...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:25 pm
דורך מנחם ציון
דארט פלעגט עסן א יעדן טאג א גאר אלטע פארפאלק, זיכער איבער די 85, ווען איך פלעג דארט זיין זענען זיי דארט געווען.

איך האב אמאל געפרעגט דעם אינגערמאן דארט ווער זיי זענען, האט ער מיר געזאגט אז זיי האבן גאר חשוב'ע קינדער ראשי ישיבות, זיי וואוינען אין די ארומיגע געגנטער נישט ממש דארט אין גאולה.
זיי קומען "יעדן טאג" אהין עסן, און דאס איז א שפיל פון א שיינע פאר שעה. מען שלעפט זיך צום באס, מען קומט אן, מען עסט, מען נעמט ווידער דעם באס אהיים, אזוי שטופט מען דורך די יארן...
אבער שלום בית, כבוד הזולת האט מען זיך ביי זיי געקענט לערנען זיי, האבן זיך מכבד געווען איינער דעם צווייטן עד להפליא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 11:27 pm
דורך איך אויך
שטיסל קומט אמאל צוניטץ פאר פרומע אידן אויך.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 11:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך אויך האט געשריבן:שטיסל קומט אמאל צוניטץ פאר פרומע אידן אויך.

:lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 1:54 pm
דורך מנחם ציון
איך כאפ נישט וואס ער וויל ארויסברענגען דא
ווער ווייסט נישט פארוואס טראמפ האט גארנישט געטוען בעפאר די וואלן? דאס וואלט דאך געווען פאליטישע זעלבסטמארד פאר אים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 4:10 pm
דורך אברך משי
איינער ווייסט פון וואנעט יענע קאמיקס בלאט קומט? ס'איז אלעס פון עכטע בילדער, ביטע זייטס מודיע

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 7:03 pm
דורך בת קול
מען קען עס היינט אליין מאכן מיט פילטערס פון אינסטעגרעם און אנדערע programs.

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 11:16 pm
דורך יהושע חיים
וואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:07 pm
דורך רימון
יהושע חיים האט געשריבן:וואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין

לינק?

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:14 pm
דורך יהושע חיים
רימון האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:וואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין

לינק?
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%AA_%D7%94%D7%A9%D7%95%D7%98%D7%A8

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:15 pm
דורך מרדכי מרדכי
יהושע חיים האט געשריבן:וואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין

איך האלט עס אינמיטן קיקן און עס איז זייער פיין
מען זעט א חשובע משפחה וואס די עלטערן זענען זיווג שני און עס שאדט נישט פאר שידוכים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 12:12 am
דורך בת קול
יהושע חיים האט געשריבן:וואס זאגן די חברי השטיבל דא אויף די נייע סדרה "בת השוטר"
טאקע נישט קיין שטיסל אבער נאכאלס גאנץ פיין


שכח פארן אפיר ברענגען.
יעצט געבינדזש וואטשט פון איינס ביז פערצן אין 4.5 שעה...
זייער גוט צוזאם געשטעלט!

ווען קומט ארויס עפיסאוד 15?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 1:41 am
דורך מפיל קינד
די מעשה איז פיין צוזאמגעשטעלט, אבער זייער נישט רעאליסטיש. די מעשה קען נישט מאכן סענס.

די מעלה פון שטיסל איז געווען אז אלעס האט געשטומט אויפן האר. די בת השוטר האט יעדע פרק עטליכע פרטים וואס מאכן נישט קיין סענס במציאות.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 11:50 am
דורך מנחם ציון
רוחמי האט חתונה ביי די פופצן מיט א שטיבל בחור איז רעאליסטיש?