בלאט 44 פון 50

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:36 pm
דורך פרישע נייעס
יא עס איז גאנץ א געוואגטע שטעלונג פאר די מאמענט צו שרייבן אזוי אפען ביי ליוזנע רבי

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:48 pm
דורך פרישע נייעס
עס קוקט אויס ווי די מאמענט האט געמאכט א יד אחת מיט די מקובל רבי שמואל ארי עקשטיין אז זיי מאכן 10 פראצענט פין זיינע פארדינסטן ווייל אין די שלח תשע'ו איז ער געווען באשריבען אלס די מעין ארטיקל אין יעצט האבען זיי נאך 3 זייטן פין עם

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 2:52 am
דורך berlbalaguleh
פרישע נייעס: דו מאכסט א טעות. דער מאמענט האט דעם זעלבן אפמאך מיט כולל חצות און תהילים כולל...! אט די אלע תרפ"ט ארגאניזאציעס און מוסדות מוזן דאך האבן ערגעץ וואו אפצולאדענען זייערע באבע מעשיות...!

ווען א איד קען נישט שלאפן ביינאכט, נעמט ער ארויס די גמרא אדער שולחן ערוך. און ער לערנט. צו דעים דארף מען נישט קיין כולל. און ווען א איד שפירט אז ס'דרוקט איהם צום הארצן. אדער ער וויל אפגעבן א שבח והודאה צום הייליגן באשעפער, נעמט ער ארויס דאס תהילימ'ל און זאגט א פאר קאפיטלעך תהילים. און מ'דארף צו דעים נישט האבן קיין תהילים כולל.. אויך א מענטש וואס איז נישט איינגערעדט דארף נישט אנקומען צו דעם איד וואס גיסט בליי אין א פאלאטשינט בעקעלע אום 3 אזייגער פארטאגס. און ער שלעפט ארויס גרויסע סכומים געלט פון אומשולדיגע, פארצווייפלטע מענטשן וועלכע ליידן בעוה"ר אויף פסיכאלאגישע דיסארדערס.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 11:02 pm
דורך קאצקע ציקער
די ארטיקל אויפן ליאזנע רבי איז ממש א וועקער ארטיקל אזוי גראב און אפן לייגן זיי אראפ ווי די מישיחיסטען האבן עים געוואלט הארגענען ועוד

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:06 am
דורך איסר האטלקי
יא, וויאזוי ס'אידישט זיך, אזוי גויאישט זיך...

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:35 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:די ארטיקל אויפן ליאזנע רבי איז ממש א וועקער ארטיקל אזוי גראב און אפן לייגן זיי אראפ ווי די מישיחיסטען האבן עים געוואלט הארגענען ועוד

קאצקע ציקער: ס'איז דא א צווייטע (און אפשר א דריטע) זייט פון די מטבע אויך. דער הייליגער ליאזנא רבי שליט"א איז נישט אזא אומשולדיג יונגעלע ווי ער ווילל זיך דא אהערשטעללן. ס'איז דא יש דורשים לשבח. ויש דורשים אז ער איז א שטיקל ליגנער. א שטיקל פעלשער. און א גוט שטיקל דעמאגאג...! וועלכער ווערט נישט רויט ווען ער זאגט א ליגנט...! (וכבודו במקומו מונח.).

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:38 am
דורך [NAMELESS]
די פאעם אינעם נפשי עמ' 6 איז אויך שטארק געוואגט.
דאכצעך דאס ערשטע מאל ר' מענדל וועכטער ווערט געהעריג דערמאנט אין א נארמאלע קאנטעקסט אין א היימישע אויסגאבע...

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 10:29 am
דורך סקרן
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:די ארטיקל אויפן ליאזנע רבי איז ממש א וועקער ארטיקל אזוי גראב און אפן לייגן זיי אראפ ווי די מישיחיסטען האבן עים געוואלט הארגענען ועוד

קאצקע ציקער: ס'איז דא א צווייטע (און אפשר א דריטע) זייט פון די מטבע אויך. דער הייליגער ליאזנא רבי שליט"א איז נישט אזא אומשולדיג יונגעלע ווי ער ווילל זיך דא אהערשטעללן. ס'איז דא יש דורשים לשבח. ויש דורשים אז ער איז א שטיקל ליגנער. א שטיקל פעלשער. און א גוט שטיקל דעמאגאג...! וועלכער ווערט נישט רויט ווען ער זאגט א ליגנט...! (וכבודו במקומו מונח.).

ס'דא וואס האלטן אנדערש ווי די ויש דורשים? נאך קינמאל נישט באגעגענט איינער וואס קען אים אדער האט געדיעלט מיט אים און האלט ווי די ערשטע יש דורשים

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:39 pm
דורך איסר האטלקי
פיין, שוין דא א נושא פארן נעקסטן וועקער. ווער נעמט זיך אונטער צו באשרייבן די ויש דורשים?

(ארטיקל קען הייסן שקר-מענט, א המשך פון שקר-ליין)

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:38 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג האט געשריבן:די פאעם אינעם נפשי עמ' 6 איז אויך שטארק געוואגט.
דאכצעך דאס ערשטע מאל ר' מענדל וועכטער ווערט געהעריג דערמאנט אין א נארמאלע קאנטעקסט אין א היימישע אויסגאבע...

ריכטיג: לויט די סטענדערדס פון די סאטמאר'ע אויסגאבעס, ווי דער איד, בלאט און אנדערע גליונות איז נאך דער מאמענט גאנץ מעסיג. אמת. ער שטופט אויכעט די סאטמאר'ע פראפאגאנדע. אבער אין די זעלבע צייט ליידט ער נאכנישט (ב"ה) פון די געוויינליכע סאטמאר'ע מחלה אראפצוקלאפן א יעדן איינעם אנדער'ן...! און טאקע דערפאר זענען דא גענוג יושבי חושך. הויפטזעכליך אין וויליאמסבורג עיר הקדשה. וועלכע וויללן איהם אונטערברענגען...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:10 pm
דורך בן נריהו
/

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:44 am
דורך גדליה
די וואך איז דא אן ארטיקעל פון @ונבנתה העיר אין מאמענט
איך בין חושד אז דאס איז די ארטיקל וואס האט געדארפט גיין אין קנקן :P

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:45 am
דורך מיימון
וואס??

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:38 pm
דורך מיימון
אפשר קען איינער מסביר זיין פאר אזא אידיאט ווי מיר וואס דא שטייט? ונבנתה האט טאקע געשריבן עפעס? אויב יא וואו קען מען דאס זען? וואס איז מיט קנקן?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:11 pm
דורך מיימון
יישר כח ליפא פארן קומען צוהילף אין אישי. איך בין יעצט שנעל געלאפן צום איינציגסטן געשעפט אין (דרויסן פון) מיין שטאט וואו מען קען קויפן דעם מאמענט און זיך איינגעהאנדלט איינס. נישט געוואוסט אז דער עולם האט זיך אריבערגעפעקלט צו ריעל לייף.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 7:38 pm
דורך מיימון
אקעי ונבנתה זייער שיין. איך האב געלייקט דארט אונטן פונעם מאמענט, קענסט עס קומען אויפפיקן ביי מיר אינדערהיים. איך וואלט געזאגט אז איך בין באליידיגט אז דו שרייבסט נישט אינעם וועקער וזרים אכלו נחלתינו, אבער איך זאג עס נישט. איך וויל נאר פארשטיין וואס איז די מאטיוואציע פון א מענטש צו שרייבן ווען קיינער קען אים נישט. בשלמא דא האט מען כאטש די ווירטואלע שטיצע און לייקס אבער אינעם מאמענט קומט נישט קיין קאמענטס און לייקס און די שכנים און קרובים ווייסן ניטאמאל וועמען צו קרעדיטירן. דאס זעלבע איז אינעם וועקער ווען מיינע חברים מיינען אז איך מיין אז זיי ווייסן נישט וואס וועקער איז. מה"ט האב איך שטארק הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט כץ וועלכער קומט ארויס קלאר מיטן נאמען (אגב לכאורה א חידוש פונעם מאמענט אראפצונעמען די פארצייטישע סטיגמעס).

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:49 pm
דורך ונבנתה העיר
א דאנק, מיימון.

די הויפט סיבה פארוואס כ'האב עס נישט אריינגעלייגט אינעם וועקער איז ווייל כ'האב דוקא געוואלט קאליר פאר די בילדער וכו'.

ס'טוט מיר וויי אז די כחות וואס איז אריין אין די ריסורטש גייט לטמיון נאך א וואך, פארדעם האביך לכתחילה געפלאנט עס צו שיקן פאר קנקן - אנדערש געשריבען און אסאך פוטנאוטס מיט די ענגלישע יארן...

לגבי קרעדיט, אמת, אבער ס'איז נישט ממש אז קיינער קען מיך נישט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 11:57 pm
דורך נולד מאוחר
איז דו ארטיקל אינעם מאמענט אזא ונבנתה סטייל?
קען איינער ביטע לייגן דא דו ארטיקל?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 10:34 am
דורך berlbalaguleh
אין מאמענט פון פ' לך לך אין די בריוון אפטיילונג, אפקלאנגען ברענגט איינער א ר.ש. א בריוו וואו ער באשרייבט דעם פערזענליכקייט פון ר' ישעי' איצקאוויטש המכונה אליעזר קרויס. צווישן די אנדערע מעלות פון איהם רעכנט ער אויס אז ער באקט אליינס ערב פסח מצות ביי זיך אין שטוב. ער כשר'ט דעם אויוון ..."מיט איזי אףף":...! איז אזוי. הגם אונז האמיר א מסורה פון אונזער העיליגן רעבי'ן הרה"ק מ'יארמא שליט"א אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. איז אבער דאך שווער. אן אויוון וואו מ'באקט חלות און קאקאאש קעיק קענמען נישט כשר'ן מיט איזי אףף. מ'דארף עס גליען. מעגליך אז דער חשוב'ער ר' ר.ש. האט געהאט א טעות. אדער די מעשה איז בכלל נישט געשעהן.

איין זאך בעט איך אייך הרב ר.ש. איהר זאללט בשום אופן נישט צו לייגן אן עיי"ן צו די ר"ת פון אייער נאמען...יישר כח למפרע. הק' בערל בעל עגלה. פה ברוקלין, יצ"ו...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 1:37 pm
דורך [NAMELESS]
ר' בערל, טוט אייך אן די ברילן ביטע. עס שטייט קלאר אז ער מאכט סעלף - קלין (אפשר ווייסט איר נישט וואס דאס איז ווייל אייער אויווען איז נאך פון די תש"כ יארן, איר צינדט מסתמא אן די געז מיט שוועבלעך, פרעגט אייערע חתונה-געהאטע קינדער).

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 3:38 pm
דורך berlbalaguleh
ר' ריכטיג: ייש"כ. איהר האט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך וועלל אי"ה אריינגיין אין שבת קודש באנפין נהירין אין אייער זכות. ולמצוה גדולה ייחשב.!

איז לאמיך אייך פרובירן צו ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט בערל בעל עגלה)...!

ס'איז מעגליך אז איך האב לפום ריהטא פארזעהן די שורה וואו דער בריוו שרייבער דערציילט אז הרה"ק ר' ישעיה איצקאוויטש שליט"א שטעלט איין דעם אויוון אויף סעלף קליענינג. אבער דאס האט נישט צו טון מיט מיינע נייע בריללן ואס איך דארף קויפן. והשלישית. דער אויגן דאקטער האט מיר קלאר געזאגט אז שטערקערע בריללן וועללן מיר נישט העלפן. והשלישית. (כבר אמרנו) איהר דארפט במחילת כבודכם טוישן דעם אימעדזש וואס איהר האט פון בערל בעל עגלה. אמת. לעת עתה דרייוו איך א באס מיט וואס מיין זיידע עליו השלום איז נאך געגאנגען אין חדר. אבער דאך. ס'איז שוין נישט צוגעשפאנט צו 2 סוסים. און דער געז רענטש ביי מיר אין שטוב איז ב"ה אויסגעשטאט מיט די מאדערנסטע טעכנאלאגיע וואס די דזשענעראל עלקטריק קא. שי' קענען באווייזן...!

נ.ב.: אויב וואוינט איהר אדער דרייטציך אין די עיר ה'טעירעה והחסידות בארא פארק. און איהר זעהט א פארצייטישן באס פון די תלמוד תורה --- ---- אריבערפארן. ביטע שטרענגט זיך אן און זאגט א גוטן טאג פאר דעם דרייווער. ווייל דאס ביניך. אני הקטן. בערל בעל עגלה...!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' ריכטיג: ייש"כ. איהר האט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך וועלל אי"ה אריינגיין אין שבת קודש באנפין נהירין אין אייער זכות. ולמצוה גדולה ייחשב.!

איז לאמיך אייך פרובירן צו ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט בערל בעל עגלה)...!

ס'איז מעגליך אז איך האב לפום ריהטא פארזעהן די שורה וואו דער בריוו שרייבער דערציילט אז הרה"ק ר' ישעיה איצקאוויטש שליט"א שטעלט איין דעם אויוון אויף סעלף קליענינג. אבער דאס האט נישט צו טון מיט מיינע נייע בריללן ואס איך דארף קויפן. והשלישית . דער אויגן דאקטער האט מיר קלאר געזאגט אז שטערקערע בריללן וועללן מיר נישט העלפן. והשלישית . (כבר אמרנו) איהר דארפט במחילת כבודכם טוישן דעם אימעדזש וואס איהר האט פון בערל בעל עגלה. אמת. לעת עתה דרייוו איך א באס מיט וואס מיין זיידע עליו השלום איז נאך געגאנגען אין חדר. אבער דאך. ס'איז שוין נישט צוגעשפאנט צו 2 סוסים. און דער געז רענטש ביי מיר אין שטוב איז ב"ה אויסגעשטאט מיט די מאדערנסטע טעכנאלאגיע וואס די דזשענעראל עלקטריק קא. שי' קענען באווייזן...!

נ.ב.: אויב וואוינט איהר אדער דרייטציך אין די עיר ה'טעירעה והחסידות בארא פארק. און איהר זעהט א פארצייטישן באס פון די תלמוד תורה --- ---- אריבערפארן. ביטע שטרענגט זיך אן און זאגט א גוטן טאג פאר דעם דרייווער. ווייל דאס ביניך. אני הקטן. בערל בעל עגלה...!

ר' בערל ס'איז צרות... כ'מוז זיך דינגען מיט אייער דאקטער... איר האט צוויי מאל געשריבן והשלישית...

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:01 am
דורך berlbalaguleh
ר' ריכטיג: איהר טראכט נישט אז איך האב עס בכוונה געשריבן. צו זעהן אויב דער עולם הערט אויס...לאל...!

און צו הרב שמעקעדיג שליט"א...טראץ אייערע פארענטפערונגען...(וועלכע זענען גענצליך איבריג)...ווייזט זיך אויס אז דער חשד וואס האטציך אריינגעגנב'עט ביי מיר איז יא באזירט אויף פאקטן... איהר זענט דא נאר להרע. און נישט להיטיב. במחילת כבודכם...!