בלאט 44 פון 179
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 9:07 am
דורך outspoken
א ברסלב'ער מיט א חבד'ניקער זענען געשטארבען און זענען פארשיקט געווארן אין גיהנם ר''ל, ביידע שרייען 'רבי' ראטעוועט, ר' נחמן קומט און שלעפט ארויס זיין חסיד ביי די פיאות און די ליבאוויטשער באקומט א בריוו פונם רבין ' הצלחה אויף זיין נייע שליחות דארטען...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:00 pm
דורך outspoken
די 'ווייט הויז'' האט נעכטען גערופען יענקל מיללער אויפצוהייבען די פרעזידענט אויפן פארלוסט פון די וואלען, זאגט אים די פרעזידענט, דו קענסט אפשר זאגען די בעסטע 'דזשאקס'
אבער איך בין די גרעסטע 'דזשאק' אליין...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:13 pm
דורך מ גפני
זיי האבן אים אויך געזאגט אז פאר יעדען אפגעוועטשטע אלטע דזשאוק וואס ער וועט זאגן וועט מען אראפרעכענען פונעם אפגעשמועסטן פרייז, ער קען נאר זאגן נייע
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:44 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך האב לעצטענס געהערט א גוטס......
א טייטעלבוים... אויב ער לערענט - קען ער...
א האלבערשטאם... אפילו אויב ער לערענט נישט - קען ער...
א הגר... אפילו אויב ער לערענט - קען ער נישט...
א טווערסקי... נישט ער לערענט און נישט ער קען...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:32 pm
דורך Yossy
א אינגערמאן האט געהערט ווי מען זאגט אויף איינעם פון די ארחי פרחי וואס איז לעצטענס געשטארבען אין אחרי מות קדושים האט מען אנגעהויבען פארציילען אותות ומופתים כידוע לעצטענס, האט ער באשלאסען אויפציזיכען אלע ל"ו צדיקים , האט ער זיך געזעצט ציילען די חברה אין שומר שבת. איין פראבלעם איז נאר , ער האלט שוין איבער פערציג אין איז נאכנישט פארטיג
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:40 am
דורך outspoken
ליהודי עני אחד היו שמונה בנות, שארבע מהן הגיעו לפרקן ולא היה לו כסף להשיא אותן. כתב העני מכתב לאחיו העשיר וביקש את עזרתו. בסוף המכתב כתב: "קצתי בחיי מפני בנות חי"ת! ואם מאן אתה לשלח - הנני מביא מחר ארבע בגבולך!"
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:44 am
דורך קאפקעיק
עס שטייט אין פסוק די וואך ווען אליעזר איז געגאנגען זיכן א שידוך פאר רבקה "ויבא האיש הביתה ויפתח הגמלים"
זאגט רש"י התיר הזמיר שלהם,
אז ווען אליעזר איז אנעקימען קיין חרן האט ער געפענט די מויל שלאס
שהיה סותם את פיהם שלא ירעו בשדות של אחרים
ער האט זיי פארמאכט דאס מויל אז זיי זאלן ח"ו נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער
שטעלט זיך א קשיא וואס האבן די בהמות געדארפט א מויל שלאס
די בהמות פין אברהם אבינו וועלן דען פאשען אין פרעמדע פעלדער ????
דער תירוץ איז "ווען א מענטש גייט טוען א שידוך דארף מען זיכער מאכן אז אלע בהמות האבן א פארמאכט מויל"
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:55 am
דורך ישמעאל הכהן
א אלטע איד איז אומגעפאלן אויפן גאס און געשריגן פאר הילף. קיינער איז פונקט נישט דורך געגאנגען חוץ אפאר קליינע קינדער וואס האבן זיך פונקט געשפילט זענען אים דורכגעלאפן אהין און צוריק און זיך נישט צוגעהערט צו זיינע יללות נאר געלאכט פונעם אלטן איד'ס אומבאהאלפענקייט. פרעגט זיי דער אלטער איד: פארוואס לאכן ענק וואס איז די דזשאוק?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:33 am
דורך ברסלבער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:א אלטע איד איז אומגעפאלן אויפן גאס און געשריגן פאר הילף. קיינער איז פונקט נישט דורך געגאנגען חוץ אפאר קליינע קינדער וואס האבן זיך פונקט געשפילט זענען אים דורכגעלאפן אהין און צוריק און זיך נישט צוגעהערט צו זיינע יללות נאר געלאכט פונעם אלטן איד'ס אומבאהאלפענקייט. פרעגט זיי דער אלטער איד: פארוואס לאכן ענק וואס איז די דזשאוק?
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואס איז די דזשאוק?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:51 am
דורך Kool man
קאפקעיק האט געשריבן:
דער תירוץ איז "ווען א מענטש גייט טוען א שידוך דארף מען זיכער מאכן אז אלע בהמות האבן א פארמאכט מויל"
עמוק עמוק!!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:37 pm
דורך outspoken
די מאמע בעט די גרויסע מיידל צו העלפן לייגען די קליינע קינדער שלאפען, שרייט זי צירוק איך קען נישט העלפן ווייל כ'האב מארגען א גרויסע 'טעסט' אויף הלכות כיבוד אב ואם...
(קרעדיט פון א בריוו אין 'די צייטונג')
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:38 pm
דורך ישמעאל הכהן
ברסלבער האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:א אלטע איד איז אומגעפאלן אויפן גאס און געשריגן פאר הילף. קיינער איז פונקט נישט דורך געגאנגען חוץ אפאר קליינע קינדער וואס האבן זיך פונקט געשפילט זענען אים דורכגעלאפן אהין און צוריק און זיך נישט צוגעהערט צו זיינע יללות נאר געלאכט פונעם אלטן איד'ס אומבאהאלפענקייט. פרעגט זיי דער אלטער איד: פארוואס לאכן ענק וואס איז די דזשאוק?
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואס איז די דזשאוק?
יעדער פרעגט דאס, אנגעהויבן פון דעם אלטן איד. וואס איז די דזשאוק??
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:58 am
דורך דריידל
מרת לעפקאוויטש שפאצירט אריין אין באנק אין וויל עפענען אן אקאונט.
באנקיר: ?what's your name
מרת ל.: Iefkowitz
באנקיר: ?what's your maiden name
מרת ל.: lefkowitz
באנקיר: ?what's your mother's maiden name
מרת ל.: lefkowitz
באנקיר: looks like you don't understand what a maiden name is
מרת ל.: looks like you don't understand what a lepke is
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:59 am
דורך איך אויך
קומט במקורו אויף טווערסקי פון סקווירא.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:44 pm
דורך דריידל
איך אויך,
וואס פינקטליך ווילסטי דא? ווילסטי פשוט מודיע זיין אז די האסט שוין אמאל געהערט די דזאוק אויף טווערסקי? הא קעירס וואס די העק די האסט געהערט?! אז א צווייטער איז זיך מטריח עס אפצושרייבן וויאזוי ער האט עס געהערט, גיב א קאמפלימענט אדער שווייג שטיל.
חוץ מזה, ווער זאגט אז דיין "מקור" איז דער ערשטער? אפשר האט ער עס געהערט פון אן אנדערע "מקור" און עס פארדרייט? ובכלל, שטימט עס דען אויף א טווערסקי, צו עפענען א באנק אקאונט?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:59 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:קומט במקורו אויף טווערסקי פון סקווירא.
אויף די טווערסקי'ס פיט עס זייער גוט. נאר מ'קען עס צו לייגן צו די לעפקעס אויכעט...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:53 pm
דורך ישמעאל הכהן
איינער קאלט זיין דאקטער אינמיטן די נאכט און זאגט 'דאקטער מיין ווייב קוקט נישט אויס גוט', זאגט אים דער דאקטער 'מיין ווייב אויך נישט, אבער איך וועק נישט אויף קיינעם אינמיטן די נאכט פאר דעם'.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:40 pm
דורך ציבעלע-קיגל
outspoken האט געשריבן:פ. פארוואס רעדן די רוסישע מיט א חית ווצ''ב חהאלא ?
ע. די באשעפער האט באשאפען די וועלט מיט אות 'ה' און יענע וועלט מיט אות 'י', רוסלאנד איז אויבן פונם כדור הארץ, קומט אויס אז די מענטשען דארט דרייען זיך ציוושיען דער וועלט און יענער וועלט, האט זיי די באשעפער באשאפען מיטן אות 'ח' וואס איז ציווישען אות 'ה' און אות 'י'...
יעצט באמערקט אז מ'האלט שוין דא ביים 1000טער תגובה, מזל טוב ק''ש.
און וואס איז מיט די אונגארישע?
זיי זאגען א ח' א ה' און א ה' א ח'
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:45 pm
דורך ציבעלע-קיגל
געהערט ווי 3 אלטע איד'ן זיצען און שמועס'ן.
פרעגט איינער. ווער האט געבויעט דעם וואנט וואס האט אזוי מצער געוועהן ררבייני האקאאדעש.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:39 pm
דורך לית דין בר נש
גיהערט פון א"ה פון מאנסי
איך בין גיזעצן ביי א שבע ברכות און א בעל דרשן האט גירעדט שוין איבער א האלבע שעה און ממש נישט גירעדט צוס זאך
רוף איך זין אהן צו מיין שכן ביסט א מבין? א איד רעדט שטותים מיט הבלים ער מאלט ממש וואסער און ער הערט נישט אויף אפילו נאך א האלבע שעה
די שכן גיבט א שאקל מיטן קאפ און ענטפערט גארנישט
עס גייט דוירך נאך א פופצן מינוט און איך פלאץ שוין אוועק דריי איך זיך נאכאמאל אויס צום שכן און זאג אים דאס איז ממש נישט נארמאל דער צודרייטע רעדט און רעדט און האלט נישט ביים אויפהערן און נאך אזעלכע שטותים
זאגט מיר די שכן די ווייסט ווער איך בין?
זאג איך אים ניין
זאגט ער מיר איך בין א זוהן פון דער בעל דרשן!
פרעג איך אים צריק די ווייסט ווער איך בין?
זאגט ער מיר ניין
האב איך מיר אויפגעהויבן און געמאכט פליטה!!!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:43 pm
דורך לית דין בר נש
גיהערט פון א"ה פון מאנסי
איך בין אמאל געפארן אויף די באס פון מאנסי קיין בארא פארק עס איז דוירט גיזעצן א בחור די גאנצע וועג מיט די אויגן אראפ נישט אויפגעהויבן אף פעם אחד
ווען מען איז אנגעקומען קיין ב"פ פרעג איך דעם בחור, בחורל ווי קומט היינט צו א בחור אזאנע ריינע אויגן אז קיין איינמאל האסטו נישט אפילו אויפגעהויבן די אויגן
ענטפערט די בחור עס איז נישט ריינע אויגן עס איז א ריינע הארץ איך קען נישט צוקוקן ווי א אלטע איד שטייט די גאנצע וועג פון מאנסי ביז ב"פ!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 1:22 pm
דורך סאשי פיש
צו אלע סאטמערע אידן: די רעגירונג אין ארץ ישראל איז טאקע ציזאמגעפאלן.
אבער די מדינות הציונית שטייט ווייטער חי וקיים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:49 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש האט געשריבן:צו אלע סאטמערע אידן: די רעגירונג אין ארץ ישראל איז טאקע ציזאמגעפאלן.
אבער די מדינות הציונית שטייט ווייטער חי וקיים
אבער מסתמא מתוך רחמים וחסדים...
