בלאט 44 פון 214

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 12:30 pm
דורך עבד כנעני
א גוטן איך האב זייער הנאה געהאט פון אייערע ארטיקלעך און פון די שיינע ארבעט וואס ענק לייגן אראפ פאר א יעדע יום טוב און פאר יעדע יומא דפגרא פארדעם האב איך געטראכט אז עס וואלט זיך מיר געלוינט צו ווערן א מעמבער און איך בין א סאטמערער חסיד און איך האף איר וועט הנאה האבן פון מיר
הצלחה רבה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 12:34 pm
דורך געוואלדיג
עבד כנעני האט געשריבן:און איך בין א סאטמערער חסיד
הצלחה רבה


פארשטיי איך שוין פשט אין דיין ניק :lol: :lol:

שלום וברכה, יהי בואך לברכה, יה"ר זאלסט שנעל ווערן אויסגעלייזט פון דיינע קייטן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 10:12 pm
דורך All Right
א גוטן איך וויל מיך באקענענן מיט אייך

וזאת למודעי: איך בין נישט קיין אויפגעקלערטער

איך בין (פרוביר צו זיין) א תורה טרייער איד!

וועלמיר האבן קאמפעני?

אולטרע אורטאדאקסיש

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 1:36 am
דורך געוואלדיג
א גוטן,
נישט סתם, אולטרע אולטרע אולטרע ארטאדאקסיש...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:07 pm
דורך יודישע שרייבער
איך האלט מיר פאר א שטיקל שרייבער און אזוי ווי איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר א שיינע שטיק צייט ווי ווער עס וויל נאר מימין ומשמאל קען שרייבן און ארויסברענגען זיינע געדאנקן און געפילן, אבער איך האב נישט געקענט ווייל איך בין נישט געווען רעגיסטרירט האב איך מחליט געווען צו טון למעשה און זיך רעגיסטרירן.
איך האף אז אונז אלע וועלן הנאה האבן פון מיין רעגיסטראציע און פון מיינע צוויי צענט אויף אלע ענינים ווי איך וועל שרייבן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 5:13 pm
דורך הוגה
All Right האט געשריבן:א גוטן איך וויל מיך באקענענן מיט אייך

וזאת למודעי: איך בין נישט קיין אויפגעקלערטער

איך בין (פרוביר צו זיין) א תורה טרייער איד!

וועלמיר האבן קאמפעני?

אולטרע אורטאדאקסיש


גענוג און נאך קאמפאני.


.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 6:21 pm
דורך סאדאם חוסעין
מיינע חבירים האבן מיר געזאגט אז עס איז זייער אונטערסאנט זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל, ממילא פאלג איך זיי און איך שרייב מיר טאקע איין און איך האף טאקע צו הנאה האבן פון די אלע ניקים וואס זענען איינגעשריבן דא און טרינקען א גלעזל קאווע אין קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 6:22 pm
דורך yoelyboy
נאך א לאנגע צייט וואס איך ברזוך שוין דא האב איך מחליט געוועהן עס איז געקומען די צייט איך זאל זיך איינשרייבען
איך געהער צו די בעלזער קהילה
מיין יאהרגאנג 27
מיינע אינטערעסען חסידות מוזיק פאליטיק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:26 pm
דורך Joseph347
איך קיק שוין קאווע שטיבעל שטיק צייט עס איז דא אסאך מאל וואס איך פיל אז איך האב טו סענס דו עד איך האב יעצט געלייענט עפעס וואס עס פעלט אינפארמעשען וואס איך האב, ובשם השם נעשה ונצליח!!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:21 pm
דורך פארצווייפלטער
כ'פאל זייער אסאך אריין דא, ס'זעט אויס זייער אינטערסאנט, אסאך גוטע שרייבערס, און רייכע טעמעס, און כ'פיל אז כ'האב אסאך וואס צוצוגעבן, כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'דארף שרייבן דווקא 40 ווערטער

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 5:26 pm
דורך הייסע חסיד
איך בין א ווינער, און איך האב געזען באשרייבונגען און שאצונגען אויף ווינער רב שליט"א, אלזא איך האב געהאט א הגה, ממילא שרייב איך מיך איין כדי צו קענען אריין שרייבן אויך מיין הגה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:50 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
yoelyboy האט געשריבן:נאך א לאנגע צייט וואס איך ברזוך שוין דא האב איך מחליט געוועהן עס איז געקומען די צייט איך זאל זיך איינשרייבען
איך געהער צו די בעלזער קהילה
מיין יאהרגאנג 27
מיינע אינטערעסען חסידות מוזיק פאליטיק

א בעלזער ריפט זיך יואלי ??

אה פאר ראש השנה צופארדרייען די שטן ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:10 pm
דורך אוהב שלום
א גוט יאר, שלום וברכה פאר איעדעם, איך זעה אז סאיז דא אסאך וואס האבן אסאך פראבלאמען דא איך האף דא ארויסצוהעלפען מיט פראבלעמען וואס מענטשן ספראווען זיך, ובשם ה' נעשה ונצליח.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:33 pm
דורך אהרן
אוהב שלום האט געשריבן:א גוט יאר, שלום וברכה פאר איעדעם, איך זעה אז סאיז דא אסאך וואס האבן אסאך פראבלאמען דא איך האף דא ארויסצוהעלפען מיט פראבלעמען וואס מענטשן ספראווען זיך, ובשם ה' נעשה ונצליח.

שלום צו אייך, געוואלדיג שיין פון דיך זיך צו מאכן עוועיליבעל צו העלפן, אויב מעג איך פרעגן, און וואספארא תחום האסטו עקפעריענס?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:51 pm
דורך לאשיצער
איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל ווייל איך בין שוין לאנג א לייענער פון די אשכולות און וויל מיך באטייליגן אין זיי.
איך בין נישט אויפגעוואקסן אין קיין חסידישע משפחה אבער א איד בין איך יא און א איד ברויך רעדן אידיש! האב איך מיך אויסגעלערנט דאס לשון. איך האף אז מ'עט זיך פארשטענדיגן.
איך וווין יעצט אין ניו יארק און לערן זיך אין מאנהעטן. יארגאנג 25.
די באבע ע"ה האט געשטאמט אויף ביידע צדדים פון לאשיצער אידן – דאס שטעטל געפינט זיך אין מזרח פוילן. אין איר זכות האב איך אויסגעקליבן די ניק לאשיצער.
איך שפיל פידל און האב שטארק ליב מוזיק מכל המינים.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 12:17 am
דורך אדנירם
לאז דיך הערן. ס'זעט אויס ווי דו וועסט האבן אסאך מוסיף צו זיין.
און נאך עפעס: דיין שפראך איז גאר גוט. כ'וואלט קוים געגלייבט אז דאס איז נישט דיין מאמע-לשון.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 12:42 am
דורך לאשיצער
אדנירם האט געשריבן:כ'וואלט קוים געגלייבט אז דאס איז נישט דיין מאמע-לשון.

א דאנק. אבער פון שרייבן און ליינען ביז רעדן איז פאלג מיך א גאנג. פון מיין הברה דערקענט מען באלד אז ליידער ליידער איז אידיש נישט מיין ערשטע שפראך :|

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 12:42 am
דורך געוואלדיג
דער [tag]לאשיצער[/tag]
דא איז ער
מאכט פון זיך א קליינער בער
סתם אבי ווער
אבער די טאלאטנט שרייט איהם איבער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 12:46 am
דורך אדנירם
לאשיצער האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:כ'וואלט קוים געגלייבט אז דאס איז נישט דיין מאמע-לשון.

א דאנק. אבער פון שרייבן און ליינען ביז רעדן איז פאלג מיך א גאנג. פון מיין הברה דערקענט מען באלד אז ליידער ליידער איז אידיש נישט מיין ערשטע שפראך :|

כ'ווייס באמת נישט וואס דו ווילסט.
פון תגובה צו תגובה גלייב איך דיר ווייניגער... דיין שפראך איז מייסטערהאפט [א מין שפראך: 'פאלג מיר א גאנג'...].

קיפ איט אפ!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:57 am
דורך א בן מלך
די סיבה פארוואס כ'האב מיך איינגעשריבען איז גיט פארשטענדליך ס'איז א רואיג פלאץ צי פארברעינגן בדיבוק חברים
חסידות, כ'בין א וויליאמסבארג סאטמאר חסיד אייערע אינטערעסן, דינען דער בורא כל העולמים
ס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:58 am
דורך מארמאראשער
איך האב זייער ליעב ווען סמאכט זיך א ליידיגע צייט און טאג עס אנצופילן מיט געשמאקע ארטיקלען זאל עס זיין וואס כשרייב אליין צו וואס איך ליין פון א צווייטן די עיקר איז די געשמאק פון א פארברענג און קאווע שטיבל איז דאס וואס איך זוך! איך בין שוין צוויי יאר חתונה געהאט און איך בין א סאטמארע חסיד פון די זאלוינישע פארטיי מיט א שטארקע געפיל פאר וויזניץ און די גאנצע מארמאראשע געגנט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:59 am
דורך להתענג
גאר אינטרעסאנטע ענינים וידיעות שונות הן בתורה הן אין וועלטליכע זאכן, ונהנים עצה ותושיה באהבה ואחוה וריעות אויפן היימישן שטייגער, כרכא דכולא ביה תורה עבודה וגמילות חסדים, מדע, חכמה, און וואס דען נישט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:28 pm
דורך כפרה
איך בין אין די מיד-דרייסיגערס און איך האב ליב צו הערן דעם דעת הקהל און צו לאזן הערן מיין דעת פאר'ן קהל. אמאל זע איך ווי מען שרייבט אזוי און אזוי, און איך האלט דווקא אנדערש. וויל איך זיך לאזן הערן. איך האב ליב מוזיק, לייען-מאטריאל, נייעס, און נאך.