שי"ר השירים אשר לשלמ"ה [המשכיל הגאון שלמה יהודה ראפאפארט]

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
[NAMELESS]

שי"ר השירים אשר לשלמ"ה [המשכיל הגאון שלמה יהודה ראפאפארט]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]הקדמה.[/center]
איך וויל דא אנהייבן א סעריע קאפיטלען, איבער תולדות חיי החכם השלם, המשכיל הנודע, העילוי נפלא, הגאון החוקר, רבי שלמה יהודה ראפאפארט ז"ל הנודע בשם שי"ר, אב"ד פראג [נאכן נודע ביהודה], וחתן הגאון האדיר בעל קצות החושן.

שלמה יהודה - אדער ווי מיר וועלן אים רופן פון דא און ווייטער: שי"ר - איז געווען א קאנטראווערסיעלע פיגור ביי זיין לעבן, און עד היום הזה איז ער געבליבן היבש קאנטראווערסיעל.

ער איז געווען גענוג משכיל, אז דער ישועות יעקב פון לעמבערג האט אים מחרים געווען, אבער ער איז געווען גענוג פרום אז דער חת"ס האט געשטיצט זיין קאנדידאטור פארן פראגער רבנות.

ער איז געווען גענוג לינק, אז ער איז פארבליבן צווישן רוב היימישע אידן פאראייביגט אלס שי"ר שר"י [שם רשעים ירקב], אבער איז געווען גענוג רעכט, אז דער קיצוניות'דיגער קנאי רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל האט אים גאר שטארק אויסגערימט מיט טיטלען.

ער איז געווען גענוג באנדיט, אז מ'האט אים פשוט ארויסגע'זרק'עט פון שטאט טארנאפאל וואו ער איז געווען שטאטס רב, אבער איז געווען גענוג גדול, אז מ'האט אים אויפגענומען צום גאר פרעסטידזשפולן אמט פון זיין רב אין עיר הבירה פראג.

ער איז געווען גענוג אנערקענט, אז אלע משכילים און אפילו רבנים האבן זיך מתייחס געווען צו אים אדער גאר זיך געקלאמערט צו אים, אבער ער איז געווען גענוג פראבלעמאטיש אז ער האט זיך צוקריגט מיט כמעט אלע אנדערע אריות שבחבורה.

ער איז געווען גענוג גאון, אז ביי די איין און צוואנציג האט ער געשריבן חידושים וואס זענען נדפס געווארן אין שווער'ס ספר 'קצות', אבער ער איז געווען גענוג משכיל אז שפעטער האט ער נישט געשריבן אדער לפחות מפרסם געווען רעגולערע חידו"ת.

אלזא, לאמיר זיך ארויסלאזן אויפן רייזע, און זיך אפשטעלן דורכאויס מסעות חייו.

--------
וזאת למודעי: איך גיי אי"ה שרייבן פון צייט צו צייט נאך אביסל איבער זיין תולדות חיים, אבער נישט קיין לענגערע קאפיטלען ווי אין אמשינאוו. סך הכל, א שטיקל דא א שטיקל דארט. דאס וועט אי"ה אנגיין ווילאנג כ'זע אינטערעסע ביים ציבור.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אדנירם האט געשריבן:אבער איז געווען גענוג גדול, אז מ'האט אים אויפגענומען צום גאר פרעסטידזשפולן אמט פון זיין רב אין עיר הבירה פראג.


צו דעם האט מען נישט געדארפט זיין דער גרויסער גדול וויבאלד אז אין יענע יארן איז פראג שוין געווען היבש היבש שוואך אין אידישקייט כידוע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

Where does Reb Akiva Yosef write with admiration of Shi"r
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: שי"ר השירים אשר לשלמ"ה [המשכיל הגאון שלמה יהודה ראפאפארט

שליחה דורך טמיר »

זעהט אויס זייער אונטערעסאנט, כ'ווארט מיט שפאנונג. די אלע זאכן איז פארגעקומען אין די זעלבע תקופה, אדער די פאזיטיווע קודם און די נעגאטיווע שפערע ווען ער איז נחמץ געווארן?
איי געס כ'על דארפן אויסווארטן מיט געדולט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שי"ר השירים אשר לשלמ"ה [המשכיל הגאון שלמה יהודה ראפאפארט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך גלויב נישט אז גלייך נאכ'ן פטירה פונ'ם נוב"י איז שוין געווארען שוואך. מ'האט נאך נישט אנגעהויבען די משכילים עפאכע, דער האמבורגער מרידה איז נאך נישט געשען און פראנקפורט האט נאך געהאט א הפלאה מיט א ר' נתן אדלר (און רוו"ה) ווי אויך נאך גרויסע רבנים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך גלויב נישט אז גלייך נאכ'ן פטירה פונ'ם נוב"י איז שוין געווארען שוואך. מ'האט נאך נישט אנגעהויבען די משכילים עפאכע, דער האמבורגער מרידה איז נאך נישט געשען און פראנקפורט האט נאך געהאט א הפלאה מיט א ר' נתן אדלר (און רוו"ה) ווי אויך נאך גרויסע רבנים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


ער איז געווארן דארט רב נישט גלייך נאכן נוב"י נאר בערך 50 יאר נאך דעם נוב"י'ס פטירה, אין די יארן איז געשעהן די טויש אז ער האט געקענט ווערן דארט רב.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: איך גיי דא שרייבן א קורצע, כלליות'דיגע תגובה איבער דיין הקדמה. והנה:
דאס ווארט..."משכיל" האט נישט אייביג געטראגן מיט זיך א נעגאטיווע קאננאטאציע. מ'געפונט א סאך אין די קארעספאנדענץ פון די גדולי האחרונים אז זיי רופן איינעם ..."החכם המשכיל"...דאס איז נאר געווארן אויטאמאטיש נעגאטיוו ווען א טייל פון די געלערנטע צווישן אידן און די וועלכע האבן געוואלט רעפארמירן דעם אידישן חינוך האבן זיך ארויסגעוויזן צו זיין נישט ערליך. און זיי האבן געציהלט אפצולאזן שמירת התורה ומצוות. אבער דאס ווארט אליינס איז א שבח, ווען סיווערט געזאגט אויף איינעם...!
די צוויי גדולי ישראל וועלכע דו האסט דערמאנט אז זיי האבן געשטיצט ...שי"ר...זענען געווען גענוג קנאות'דיג און קאנטראווערסיאל אין זייערע אייגענע רעכטן. אזוי אז קיינער קען נישט מסופק זיין אין זייער ערליכקייט.
איבער דעם חת"ס' קנאות ווייסט דאך א יעדער. זיין קאמף קעגן די רעפארמער איז דאך א טייל פון די אידישע היסטאריע.
און ר' עקיבא יוסף שלעזינגער'ס קנאות און פרומקייט איז דאך געווען באוואוסט אין די גאנצע געגנט וואו ער האט געוואוינט. און ער איז געווען זייער פעסט אין זיינע מיינונגען. ער האט נישט געזוכט צו זיין פאפולאר. נאר ער האט געטון וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג.
ס'איז באוואוסט דער פאל ווען ער האט איינגעזאמלט א בי"ד און לויט זייער פסק האט ער געבלאזן שופר אום ר"ה שחל להיות בשבת. כאטש זייער א סאך רבנים האבן איהם פארדאמט און ער האט געליטן רדיפות.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: שי"ר השירים אשר לשלמ"ה [המשכיל הגאון שלמה יהודה ראפאפארט

שליחה דורך יהושע חיים »

מער געוואגט איז געווען ווען ר עקיבה יוסף איז ארויס קעגן דער אונגארישע כולל (און אלע כוללים בכלל)
ער האט דאנסמאל געדארפט (פאר זיין אייגענע סעפטי וד"ל) ארויס גיין פון די אידישע פערטל אין אלט שטאט און גיין זיך באזעצן ציווישן זיינע אראבישע געשוויסטער קינדער

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

Litvak, you lump together Rabbi Wolf Heidenheim with Rabbi Nathan Adler and Rabbi Pinchas Horowitz, as if Reb wolf was a conservative Rabbi, an old-time rov. The fact is that Reb wolf was already a modern scholar, he wasn't a rov at all, I'm not sure if he identified himself with the Hascalah, but he was certainly not one who fought against them, nevertheless Rabbi Mosha Sofer spoke highly of him.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נהורא נפישא האט געשריבן:Litvak, you lump together Rabbi Wolf Heidenheim with Rabbi Nathan Adler and Rabbi Pinchas Horowitz, as if Reb wolf was a conservative Rabbi, an old-time rov. The fact is that Reb wolf was already a modern scholar, he wasn't a rov at all, I'm not sure if he identified himself with the Hascalah, but he was certainly not one who fought against them, nevertheless Rabbi Mosha Sofer spoke highly of him.

N.N.: I have no first hand historical knowledge of the personality of Reb Wolf Heidenheimer. But if Reb Moshe Sofer, the Rav of Pressburg and the author of many books spoke highly of him, Reb W.H. did not belong to the Reform or Conservative movement...!
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

berlbalaguleh האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:Litvak, you lump together Rabbi Wolf Heidenheim with Rabbi Nathan Adler and Rabbi Pinchas Horowitz, as if Reb wolf was a conservative Rabbi, an old-time rov. The fact is that Reb wolf was already a modern scholar, he wasn't a rov at all, I'm not sure if he identified himself with the Hascalah, but he was certainly not one who fought against them, nevertheless Rabbi Mosha Sofer spoke highly of him.

N.N.: I have no first hand historical knowledge of the personality of Reb Wolf Heidenheimer. But if Reb Moshe Sofer, the Rav of Pressburg and the author of many books spoke highly of him, Reb W.H. did not belong to the Reform or Conservative movement...!

האט מיר געקאסט א לאך.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

אדנירם האט געשריבן:[center]הקדמה.[/center]
איך וויל דא אנהייבן א סעריע קאפיטלען, איבער תולדות חיי החכם השלם, המשכיל הנודע, העילוי נפלא, הגאון החוקר, רבי שלמה יהודה ראפאפארט ז"ל הנודע בשם שי"ר, אב"ד פראג [נאכן נודע ביהודה], וחתן הגאון האדיר בעל קצות החושן.

ווי אויבען דערמאנט איז ער נישט געווארען רב אין פראג גלייך נאכ'ן נודע ביהודה. מען קען אויך צולייגען אז ער איז געווען גענוג לינק אז אין געוויסע ענינים (ישעיה ב) האבען אפילו משכילי הדור נרתע געווארען פון זיין השכלה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שי"ר השירים אשר לשלמ"ה [המשכיל הגאון שלמה יהודה ראפאפארט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

If we have degenerated to English, far be it from me to ignore the zeitgeist.
I understand that rabbi heidenheim was more 'with it' than the staunchly conservative Sofer (of the many seforim fame), yet if we are to consider the haskalah of frankfurt society through the lens of Heidenheim, we are far from any real haskalah, and even further from that of Rappaport. The fight against Adler (the private teacher of him of seforim fame), that was principally run by Heidenheim was along the lines of community hegemony, with Heidenheim denouncing 'innovations' of Adler with the stridency of the anti-reform voices.
That being said, I did place his name in brackets to hint at a possible erosion of classic orthodoxy in the Frankfort society, with the barriers far from that of the Hamburg total collapse of any Jewish religious standards.
בערעלע איז געליידענט צו טייטשען אויף אידיש

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרק א': דער יונגער עילוי.[/center]
דער גאון נפלא און משכיל מפורסם, רבי שלמה יהודה ראפאפארט, איז געבוירן אום י"ט סיון תק"נ [1790] אין שטאט לעמבערג, צו זיין טאטן רבי אהרן חיים, מגזע גדולי היחס משפחת הרבנים ראפאפארט. זיין טאטע איז געווען א ת"ח און האט געלערנט מיט זיין זון, וואס איז שנעל אנערקענט געווארן אלס עילוי נפלא און אויפגייענדער שטערן. ער האט אריינגעהארעוועט אין ש"ס ופוסקים ביז זיין נאמען איז געגאנגען ווייט מרוב ידיעותיו בכל מקצועות התורה.

ביי די צוואנציג איז ער געווען א שיינע ת"ח, אזש דער גאון אדיר רבי אריה לייב העלער זצ"ל, דער בעל 'קצות החושן' האט אים גענומען פאר אן איידעם. ער האט קוים געהאט צייט קענען צו לערנען זיין גרויסן שווער, ווען דער קצות איז אוועק קנאפע צוויי יאר שפעטער, ביום י"ט טבת תקע"ג. פארט האט ער געשריבן הערות אויפן שווער'ס ספר 'אבני מילואים' וואס איז ערשט ארויסגעקומען נאכן פטירה פונעם שווער, און אזוי אויך האט ער מסדר געווען די מפתחות. דאס ווייזט ווי גרויס ער איז געווען אין ידיעות בתורה. זיינע חידושים זענען ארויסגעקומען ווען ער איז נאך געווען א יונגערמאנטשיק פון זעקס און צוואנציג יאר, וואס ביי אים האט דאס געמיינט די זעלבע יאר וואס דער ישועות יעקב פון לעמבערג האט אים מחרים געווען, ווי דערמאנט שפעטער.

ער איז פארבליבן ביים טאטן וואס האט אים אויסגעהאלטן נאך אפאר יאר, און ער האט זיך אנגעהויבן אריינטון אין ספרי חקירה, א שטייגער ווי מורה נבוכים, און פון דארט האט ער זיך גענומען צו וועלטליכע חכמות וידיעות, זיך לערנענדיג די שפראכן דויטש און פראנצויזיש [וואס האט דעמאלס געהייסן דער שפראך פון אריסטאקראטיע], און ליינענדיג גוי'אישע ביכער מלאי חכמה ומדע. אין יענע תקופה האט ער זיך פארבינדן מיטן שוין באקאנטן משכיל ר' נחמן קראכמאל, באקאנט מיט זיין ר"ת - דער רנ"ק, וואס האט געוואוינט אין זשאלקאווע [וואו דער מהר"ץ חיות האט שפעטער געפירט זיין רבנות, ווערנדיג נאנט מיטן משכיל פון שטאט, דער רנ"ק], וואס איז א שטעטל נעבן לעמבערג. ער האט זיך אנגעקעלעבט אינעם רנ"ק וואס האט אים מדריך געווען, און ער איז געווארן זיין תלמיד חבר. שפעטער גייט שי"ר'ס שווערע מהות, אים צוקריגן מיט זיין יוגנט-רבי, דער רנ"ק.

שי"ר האט פארמאגט אן אייזערנעם קאפ און א גאלדענע פעדער. שלינגענדיג ספרים עד אין סוף, האט ער זיך ערווארבן ידיעות שונות ומשונות אין אידישע היסטאריע אזויווי אין וועלטליכע היסטאריע, ער האט זיך געלערנט די מאפע און קולטורן פון פעלקער, אזויווי דאס אויסזען פון לענדער און שטעט. און האבנדיג די מעגליכקייט צו פארשפרייטן זיינע ידיעות, האט ער אין יונגן עלטער פון פיר און צוואנציג שוין ארויסגעגעבן זיין ערשטן ביכל, מיטן נאמען 'תכונת העיר פריז והאי עלבא'. אבער ער האט דאס ארויסגעגעבן בעילום שמו, ווארשיינליך וויבאלד ס'איז געווען א שטיקל בושה ארויסצוגעבן א ביכל אן קיין שייכות מיט תורה, ווען ער האט זיך נאכנישט אוועקגעשטעלט אין לעבן, זייענדיג א יונגערמאנטשיק א ת"ח און איידעם פונעם קצות.

ווייניג וואס האט ער געוואוסט אז אין קנאפע צוויי יאר וועט ער זיין אזא גרויסע משכיל, אז דער ישועות יעקב פון לעמבערג - וואו ער זעלבסט האט אויך געוואוינט, וועט אים מחרים זיין מיט זיינע חברים/משכילים, און זיין נאמען וועט ממילא נתפרסם ווערן, אזויווי זיינע ספרים, 'מיט' זיין נאמען... אבער דאס פירט צום נעקסטן שטאפל אין זיין לעבן, וואס וועט אי"ה נאכקומען אין קומענדיגן קאפיטל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:If we have degenerated to English, far be it from me to ignore the zeitgeist.
I understand that rabbi heidenheim was more 'with it' than the staunchly conservative Sofer (of the many seforim fame), yet if we are to consider the haskalah of frankfurt society through the lens of Heidenheim, we are far from any real haskalah, and even further from that of Rappaport. The fight against Adler (the private teacher of him of seforim fame), that was principally run by Heidenheim was along the lines of community hegemony, with Heidenheim denouncing 'innovations' of Adler with the stridency of the anti-reform voices.
That being said, I did place his name in brackets to hint at a possible erosion of classic orthodoxy in the Frankfort society, with the barriers far from that of the Hamburg total collapse of any Jewish religious standards.
בערעלע איז געליידענט צו טייטשען אויף אידיש

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: איך בין א ארץ ישראל'דיגע איד. איך קען נישט אמעריקאניש...!
BTW: You did NOT Capitalize a proper noun...the name ...Heidenheimer.... :lol: :roll:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרק ב': צווישן לומדות און השכלה.[/center]
ווי שוין אויבנדערמאנט, איז שי"ר געווען א תלמיד פון נחמן קראכמאל. נישט אז דער רנ"ק איז געווען פיל עלטער פון אים, סך הכל איז דער רנ"ק געווען קנאפע פינף יאר עלטער פון שי"ר, אבער דער רנ"ק גייט לכאורה פאראייביגט ווערן אלס דער סאמער שארפסטער און טיפסטער משכיל, סיי פרום, סיי קלוג, סיי דורכדרינגליך, סיי העמיד תלמידים הרבה, און סיי ער איז אוועק יונג - איבערלאזנדיג אסאך מיט טיפע בענקעניש-געפילן צו אים, און ער איז געבליבן א פאראייביגטע לעגענדע איבער ווי ווייט א מענטש קען דערגרייכן אין קורצע יארן מלאי מכאוב.

דער רנ"ק האט איבערגעלאזט א דורכדרינגליכע השפעה אויף שי"ר - וואס האט זיך באקענט מיט אים אין יונגן עלטער פון צוואנציג יאר, און האט אים מספיד געווען אינעם השכלה אויסגאבע 'כרם חמד' מיט זיין מליצ'ישער שפראך, וז"ל: אזכרה עוד עתות יקרות אשר נסעתי אליו כפעם בפעם, על יום או יומים או שבוע, או הוא בא אלי, והלכנו לשוח בשדה. מה מתקו לי טיולים אלה מכל מנעמי חלד, אזני לא שבעה חכמת אמרותיו, ובכל מלה הוסיף לקח... ובדברו עמי צלחה עלי רוח בינה ודעת, וכמעט נהפכתי לאיש אחר, עכ"ל. מיר זעען דא קלארע געגועים צו זיין רבי וואס האט אים געעפנט די אויגן - טראץ דעם וואס שפעטער אין לעבן זענען זיי געווען היבש צוקריגט, אדאנק שי"ר'ס היציגע טעמפער.

גאר שנעל איז שי"ר'ס הויז אין לעמבערג געווארן א צוציאונגס פונקט פאר יונגע משכילים, זייענדיג געלונגען אין אלע הינזיכטן: ער האט געהאט אן אייזערנע קעפל, געווען א יחסן עצום, געלט לרחצה, א פיסק אויף שרויפן, געלונגענע רעדנער, שיינער למדן, שארפזיניג און בליציג. און טאקע זייענדיג ברום המעלה, האט ער זיך ערלויבט חוזק צו מאכן פון געוויסע אנגענומענע זאכן וואס אדאנק דעם האבן די קנאים שבמחנה אנגעהויבן קוקן אויף אים מיט א קרום אויג.

אין יענע יארן האט ער געשריבן א מאמר 'נר מצוה', וואו ער האקט אנקעגן חסידות - אבער גלייכצייטיג אויך אנטקעגן די מתנגדים וואס ליגן אין גמ' ופלפול ותו לא [ער האט דאס אבער נישט געדריקט. הערשט נאך זיין טויט איז עס געדריקט געווארן אינאיינעם מיט נאך א מאמר בשם 'תורה אור' - השגות אויפן טרויעריג-בארימטער רעפארמער גייגער שר"י, אונטערן נאמען 'נחלת יהודה'].


נישט כאפנדיג אז ער טרעט דא אויף לאנד מינעס, האט ער אפגע'חוזק'ט פונעם גאונ'ישן חיבור 'ישועות יעקב' פונעם דעמאלסדיגן לעמבערגער רב - הגאון רבי יעקב משולם הארנשטיין זצ"ל, פרובירנדיג אויפצואווייזן אז דער רב האט גע'גנב'ט חידושים פון פריערדיגע, און נישט אלס איז אייגנס [דאס דערמאנט אביסל פונעם טרויעריגן קאפיטל היסטאריע, ווען רבי שאול ברלין - דער זון פונעם בערלינער רב רבי צבי הירש - האט ארויסגעגעבן דעם 'מצפה יקתאל' אפצו'חוזק'ן און אפצואווענדן דעם ספר 'תורת יקותיאל' פונעם גאון רבי רפאל הכהן אב"ד קהילות אה"ו. א פרשה וואס איז ווערד א באשרייבונג פאר זיך].

דאס איז שוין געווען צופיל, און כיון שנתמלאה הסאה האט מען שוין אויפגעברענגט זיינע אנדערע חטאים, און מ'האט מחליט געווען אים מעניש צו זיין מיטן דעמאלסדיגן שארפסטן מיטל: א חרם!

אין יאר תקע"ו - אין עלטער פון פינף און צוואנציג יאר, איז א קול קורא אויפגעהאנגען געווארן אויפן טיר פונעם גרויסן ביהמ"ד אין לעמבערג. דערין איז געשטאנען א נוסח החרם אנקעגן די משכילים פון שטאט בכלל, און אנטקעגן שי"ר און זיין חבר הירש נאטקיש - בפרט. די אריגינאלע נוסח החרם איז שוין נישטא, אבער ס'איז פארבליבן א נוסח החרם איבערגעזעצט אויף דויטש, וואס די משכילים האבן איבערגעזעצט כדי צו פועל'ן ביים רעגירונג צו מבטל זיין די חרם, ווי דערמאנט שפעטער. דאס ברענגט ארויף ספיקות אינעם אמת'דיגקייט פונעם נוסח החרם, וואס איז מעגליך דוקא פארטוישט געווארן דורך די משכילים כדי ארויפצוציען אן אומשולדיג מאסקע אויף זייער געזיכט.

אויב אפצו'פסק'ענען לויטן דייטשן נוסח, איז די סיבה פארן חרם ממש אומפארשטענדליך. די חטא זייערע באשטייט פון 'פארשפרייטן קולטור און בילדונג', 'לערנען די דייטשע שפראך', 'לעזן דעם תנ"ך מיט דייטשער איבערזעצונג און ביאור פונעם רמ"ד' [משה מענדלסאן]. וואס אויב דאס איז די גאנצע עבירה זייערע, דאן זענען מיר אלע חרד'ישע אידן משכילים... (כפי זכרוני האט אט טאקע דאס גע'טענה'ט [tag]יידל[/tag] אין אן אשכול מיוחד לזה). בין כך וביך כך, האט דער ישועות יעקב זעלבסט נישט גע'חתמ'ט אויפן חרם, וואס דערמאנט אביסל פונעם חרם אויף ברוך שפינאזא'ן וואס איז אויך נישט גע'חתמ'ט געווארן נאר דורך די טובי ופרנסי הקהל.


דאס איז געווען כמעט ווי א טויט אורטייל אין יענע צייטן, ווען א שטאטס רב און א חרם האבן געהאט אן אומבאגרעניצטן השפעה, און איינער וואס איז מוחרם געווארן איז געווארן אויסגעשפיגן מחוץ למחנה ווי א מצורע, פשוטו כמשמעו. כ"ש דאן ווען השכלה איז נאך געווען אין וויגל, און זיי האבן ניטאמאל געקענט צוריקשלאגן קיין אטאקעס אין זייער ריכטונג. כ"ש וכ"ש ווען דער מוחרם איז געווען אן שותו"מ און זאגאר א למדן מופלג און איידעם פונעם קצות אליינס, וואס צוליב דעם האט עס אים דירעקט שטארק וויי געטון.

אבער דא האט זיך ארויסגעוויזן שי"ר'ס ערשטע קערנדל פון מלחמה: ער איז געגאנגען צום ממשלה פארפירן אנטקעגן דעם חרם און דער עומד בראשה - בעל ישועות יעקב מלעמבערג. דאס פארדינט אבער אן אפהאנדלונג פאר זיך, ובפרט ווען דאס האט מפרסם געווען שי"ר'ס נאמען, לשבח ולתהילה ביי די משכילים ולדראון ביי די חרדים, און דאס וועט נאכקומען אין נעקסטן קאפיטל אי"ה.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ר' שאול לעווין איז גאנץ אן אינטערסאנטע פערזענליכקייט אויף צו באשרייבן, א באהאלטענע משכיל, נאך זיין טויט האט מען אפגעפונען באמתחת כתביו אסאך השכלה'ישע געשרייבעכצער, בעיקר באקאנט אלס דער ארויסגעבער פון שו"ת בשמים ראש, און זיינע הערות מיטן נאמען כסא דהרסנא, אנגעבליך תשובות פונעם רא"ש און נאך ראשונים, ווי ער ריקט דארט אריין פיינע סחורה, אגב ער האט ארויסגעגעבן דעם חיבור אקעגן דעם תורת יקתואל בעילום שם, אונטערן נאמען עובדיה ב"ר ברוך, זיין טאטע האט זיך זייער אנגענומען פאר אים ביי אלע זיינע קאנטערווערסיעס.
דרך אגב פארוואס שר"י פאר גייגער, און וואס איז מיט שפינאזא, אויב שרייבן מיינעך קומט דאס נאר פאר אזעלעכע ווי היטלער ודומיו
נישט דער אמסטערדאמער רב ר' שאול מורטירה האט ארויסגעגעבן דעם חרם אקעגן שפינאזא ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס זענען די תשובות:

1. רבי שאול לוין איז געווען מער פון א 'באהאלטענע' משכיל. ער האט נאר מער מצליח געווען צו בלייבן מיט א פארהעלטנמעסיג 'כשר'ע' נאמען טראץ זיין השכלה, נישט ווייניג - צוליב זיין גאונות ויחוס.

2. זיין טאטע האט גראדע אין א טראגישע אינצידענט ארויסגעגעבן א חרם קעגן דעם פארפאסער פונעם 'מצפה יקתאל' - נישט וויסנדיג אז דאס איז זיין זון, טאקע צוליב'ן ארויסגעבן דעם חיבור מיט א פסעוואדנום. למעשה האט מען אים אויסגעזאגט דעם סוד, און ער האט צוריקגעצויגן פונעם חרם, און באוויזן אז אנדערע זאלן אויך צוריקציען מיטן טענה אז זיי האבן נישט געוואוסט אז דער מחבר דערפון איז א ת"ח, 'ואורייתא קא מרתחא ביה'...

3. שר"י פאר גייגער איז ע"פ דינא דשו"ע. מעגליך אז שפינאזא פארדינט אויך אזא טיטל, אבער שפינאזא האט נאר פארצייכנט זיינע דעות און ווער ס'האט געוואלט האט זיך געקלאמערט ארום אים, גייגער האט געוואלט טוישן דעם כלל, ועל זה השצף קצף. שר"י פאר היטלער איז אפילו אינעם חילוני'ס אויגן, שר"י פאר גייגער איז אין א שותו"מ'ס אויגן.

4. רבי שאול מורטירה איז געווען שפינאזא'ס רבי [אפיציעל, נישט אין דעות נאר אין יהדות], וואס האט מייחס געווען געוויסע געדאנקען זיינע צו זיין רבי, און מורטירה איז טאקע געווען אביסל צוקריגט מיט רבי מנשה בן ישראל צוליב זיינע דעות, אויב איך דענק גוט. דער חרם איז נישט ארויסגעקומען דורך אים, נאר דורך די טובי הקהל.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איבער שר"י בין איך מחולק, אבער דאס וועל איך לאזן פאר א צווייטע מאל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרק ג': דער לייב פון השכלה - שי"ר.[/center]

ווי באקאנט האט דער חסיד אומות העולם, דער עסטרייכישער קייסער פראנץ יאזעף, איינגעפירט פארשידענע רעפארמען אין באציאונג צום אידישן פאלק. ער האט אראפגענומען באגרעניצן, שטייערן, וכו'. אבער די היימישע גדולי ישראל האבן אסאך פארפירט אז די רעפארמען וועלן ברענגען קלקולים דורכדעם וואס מ'וועט זיך צו שטארק דערנענטערן - און עווענטועל אסימילירן ח"ו - מיט די ארומיגע גוים, א זאך וואס האט זיך אויסגעשטעלט פולקאם ריכטיג.

עכ"פ איינע פון די איינפירונגען פון פראנץ יאזעף איז געווען, אז פון היינט און ווייטער טאר מען נישט ארויסגעבן די טראדיציאנאלע 'חרם' אנטקעגן א מענטש, וויבאלד דאס נעמט צו זיינע רעכטן. דאס האט שטארק איינגעצוימט די מאכט פון רבנים, וואס האבן זיך נישט געטרויעט ארויסצוקומען מיט חרמות אזוי אפט ווי אמאל. אבער יעצט ווען פון לעמבערגע קהילה איז ארויסגעקומען א חרם אנטקעגן שלמה יהודה ראפאפארט וחבריו, האט שי"ר מחליט געווען אז ער וועט דאס נישט פארשווייגן, נאר צוריקשלאגן. און ער האט פאר'מסר'ט פארן מלכות אז מ'האט עובר געווען אויף חוקי המדינה דורכדעם וואס מ'האט אים מחרים געווען.

די ממשלה האט זיך פארבינדן מיטן ישועות יעקב פון לעמבערג, און ער איז געווען געצווינגען צו דערקלערן עפנטליך, און שול, בפני כל קהל עם ועדה, אז מ'האט ארויסגעגעבן דעם נוסח ופסק החרם אן זיין וויסן [און ווי אויבנדערמאנט, האט עס טאקע נישט פארמאגט זיין חתימה דערויף]. ווען דער גאון הדור האט געמאכט זיין ערקלערונג אין ביהמ"ד, מיט א ציטערדיגע שטימע, איז נאך געווען א יונגער משכיל א חצוף וואס האט געשריגן: 'העכער רבי, העכער! מען הערט נישט!'.

די בושות זענען געווען איום ונורא, און די חוצפה ארויסצוקומען אזוי שארף אנטקעגן אזא אנגענומענע גדול בישראל, האט נאר פארשארפט די התנגדות אנטקעגן די משכילים. און הגם זיי האבן געווינען די שלאכט, האבן זיי מיט דעם פארלוירן די מלחמה, וויבאלד אדאנק די מעשה התרסה האט מען זיי אנגעהויבן רודפ'ן אויף א שטארקן פארנעם, און די פשוט'ע המון עם [וואס איז לכתחילה נישט געווען קנאי'ש געשטימט] האט געזען פאר זיך א באנדע מחוצפים, און האט זיי אויך אויסגעשפיגן.

דאס איז געווען פון די ערשטע - אבער גרעסטע - טעותים פון שי"ר דורכאויס זיין לעבן, אבער דאס איז וואס האט אים ארויפגעשטעלט אויפן אויבנאן פון די משכילים, זעענדיג פאר זיך א ת"ח, חריף, משכיל, און לייב וואס לאזט נישט נאך אין א שלאכט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרק ד': שי"ר'ס מחקר'ישע ווערק ווערן פארשפרייט.[/center]

אין יענע יארן, האט זיין טאטע'ס - וואס האט אים ביז יעצט אויסגעהאלטן על סיר הבשר - פרנסה אנגעהויבן שרינקען, און שי"ר האט אנגעהויבן ארבעטן על המחיה ועל הכלכלה, מיטן היבש אומבא'טעמ'טע ארבעט פון זיין דער שטייערן איינמאנער אויף פלייש [רוב שטייערן איינמאנער זענען געווען פארפיינטעט ביים כלל, צוליב פארשטענדליכע סיבות...]. דאס האט אים געצווינגען זיך מער אריינצולייגן אין שרייבן היסטארישע ווערק וכדומה, וואס האט אים עווענטועל אוועקגעשטעלט אלס איינע פון די גלענצענדסטע אידישע חוקרים.

צווישן די גאר באקאנטע אויפגעכאפטע משכיל'ישע גליונות וואס זענען ארויסגעקומען, איז געווען דער בארימטער אויסגאבע 'ביכורי העתים', וואס איז ארויסגעקומען אין וויען ארום עלף יאר צייט [תקפ"א-תקצ"ב]. צווישן אירע רעדאקטארן האבן זיך געציילט געוויסע באקאנטע משכילים, א שטייגער ווי משה לאנדא - א רעכטער אייניקל פונעם נודע ביהודה, און יש"ר מגוריציא. גלייך מיט איר ערשיינונג, האט שי"ר אנגעהויבן פארשפרייטן דארט זיינע ווערק.

ער האט אנגעהויבן מיט אייגן פארפאסטע - און איבערגעזעצטע [צווישן זיי, גוי'אישע] - שירים, אין וואס ער האט זיך אויך אויסגעצייכנט - טראץ דעם וואס ער האט גע'יכול'ט סאך מער פון דעם. שפעטער האט ער זעלבסט ארויסגעגעבן א חיבור 'שארית יהודה', פון זיינע שירים. ער האט אויך פארשפרייט זיינע ערשטע חקירה און מחקר ווערק [חקירה=השקפה והתבוננות. מחקר=היסטוריה וכדומה] אינעם 'ביכורי העתים'. אבער ס'איז נאך געווען אויף א קלענערע פארמאט.

דער גרעסערער דורכברוך איז געקומען אין יאר תקפ"ט, ווען ער האט אנגעהויבן שרייבן א סעריע פון תולדות, אויף אסאך תורה ריזן וואס זייער קורות החיים איז געווען היבש פארנעפלט ביז דאן, און מיט זיינע מחקרים האט ער פשוט געעפנט א וועג וויאזוי מ'זאל אנהייבן שרייבן מחקרים און תולדות אין היסטאריע.

ער האט בעיקר באשריבן באריכות די תולדות פון די לעצטע תקופת הגאונים, למשל די תולדות פון רב סעדיה גאון, פונעם בעל הערוך, פון רב האי גאון וספריו, פון רבי אלעזר הקלירי, פון רבינו חננאל, און פון רבינו ניסים. עווענטועל זענען אלע 'תולדות' צאמגענומען געווארן אין א ספר 'יריעות שלמה', וואס איז ארויסגעקומען צענדליגע יארן נאך זיין טויט. עכ"פ זיין נאמען האט גענומען קלינגען פון אלע זייטן אלס גאר געלונגענער חוקר, געלונגענער שרייבער, און נאכדערצו א ת"ח מובהק.


ביקש שלמה לישב בשלוה, קפץ עליו רוגזו של בשר. מ'האט אים צוגענומען זיין פרנסה פון איינמאנען די פלייש שטייערן, און ער איז פאבליבן אן קיין שום מקור חיונה. יעצט האט ער זיך הערשט געשפירט געדרינגען ארויסצוגעבן זיינע כשרונות, אבער ער האט געדארפט א מקום הכנסה ווי א נארמאלע מענטש.

זיין חבר שד"ל [שמואל דוד לוצאטו, פון איטאליע] האט אים פרובירט צו פארשאפן א רבנות שטעלע אין שטאט טריעסט, אבער ער האט עס נישט געקענט באקומען צוליב דעם וואס ער איז נישט געגאנגען אין אוניווערזיטעט און האט נישט באקומען קיין דאקטאראט. דאס זעלביגע האט פאסירט ווען יו"ט ליפמאן צונץ [א באקאנטער חוקר אין ביקורת המקרא] האט אים פרובירט צו פארשאפן א רבנות שטעלע אין בערלין, אבער עס האט זיך נישט איינגעגעבן וויבאלד שי"ר האט נישט געקענט רעדן קיין דויטש.

די ערד האט אים געברענט אונטער די פיס, און דאן איז אים די ישועה געקומען, טאקע ביי זיך אין גאליצע, אין פארעם פון א רבנות שטעלע אין 'טארנאפאל', וואו ער האט געדינט אלס רב פאר דריי יאר. טאקע דארט האט ער זיך צוקריגט מיט זיין רבי-חבר רנ"ק, דארט האט ער זיך צוקריגט מיט זיין חבר שד"ל, דארט האט ער זיך צוקריגט מיט זיין חבר דער מהר"ץ חיות, דארט האט ער אריינגעהויבן פון די חברת משכילים וואס האבן זיך א נאמען געגעבן 'הרואים', און דארט האט ער געליטן ציפקע צרות פון די 'פרומע'. אבער דאס פארדינט שוין א קאפיטל פאר זיך.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: שי"ר השירים אשר לשלמ"ה [המשכיל הגאון שלמה יהודה ראפאפארט

שליחה דורך ירא שמים »

סדא צו באקומען זיינע ספרים ערגעץ אנליין?
פארשפארט