אבאמא גייט אין מלחמה מיטן "חוק השקיפות",

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

אבאמא גייט אין מלחמה מיטן "חוק השקיפות",

שליחה דורך יהושפט קליין »

"חוק השקיפות" אדער ווי אנדערע ריפען עס "חוק העמותות", איז א געזעץ ארויסגעשטעלט דורך דעם מדינת ישראל שרת המשפטים איילת שקד,

וואס איז דאס "חוק השקיפות" ?

אזוי ווי ס'דא אין לאנד א פארפלייצונג פון לינקע ארגענעזאציעס וואס זענען געשטיצט פון אייראפעיאישע רעגירונגען, און אזוי אויך דורך אמעריקאנע ארגענעזאציעס, און און געוויסע פעלער אויך די "פריינטליכע..." אמעריקאנע רעגירונג,

די ציל פון די ארגענעזאציעס איז צו ציברעכען מדינת ישראל פון אינווייניג, זיי לויפען נאך צה"ל סאלדאטען, באשולדיגען זיי און אלדאס בייזען, זאגען עדות קעגען זיי און געריכט, ועוד ועוד, העלפען פאר די אראבער מיט געלט און לויער'ס כדי זיי צו העלפען זיך משתלט זיין אויף שטחים פון ארץ ישראל, גייען ארום אויף די וועלט און פארשפרייטען נעגאטיווע פראפעגאנדע קעגען מדינת ישראל, וכו',

האבען געוויסע שרים באשלאסען אז "גענוג איז גענוג" וויפעל איז די שיעור זיך צו לאזען שפייען און די קאשע, האבען זיי באשלאסען אנציהייבען מיט א פשוטע געזעץ, דאס געזעץ זאגט:

אז יעדע ארגעניזאציע וואס באקומט די עיקר פון אירע געלט שטיצע פון אויסלענדישע פאליטישע קוועלער, וועט דאס דארפען אנצייכענען און אירע אדווערטייזמענטס און און אנדערע ליטעראטור וואס זיי פארשפרייטען, זיי וועלען דארט דארפען אנצייכענען אז זיי זענען א ארגעניזאציע וואס באקומט איר געלט דורך אויסלענדישע פאליטישע שטיצע, און אזוי אויך ווען זיי ווענדען זיך צו ערוועלטע באמטע, אדער אנדערע פאבליק באמטע דארפען זיי דאס אויך באטאנען, אז זיי זענען א אויסלענדישע געשטיצטע ארגעניזאציע


בעצם זייער א לייכטע חק, ווייל ווען איך האב עס מיין וועג, ווארף איך זיי ארויס פון לאנד מיט א שטויס אינעם אחוריים, אזוי אז זיי וועלען פליען ביז אלאסקא, אבער די דאזיגע חוק לאזט זיי ווייטער אנגיין מיט זייערע פארעטערישע מעשים, נאר ביטע איין קלייניגקייט, "צייכען ביטע אן ווער ס'געבט דיר די געלט...."


האבען אבער די לינקע פארעטער אויפגעהויבען א שטורם, היתכן מדינת ישראל וויל זיך נישט לאזען שפייען און די קאשע, ווי איז געהערט געווארען אזא חוצפה און א דעמאקראטישע לאנד.... זיי באשולדיגען אז מען וויל זיי פשוט פארשטאפען די מיילער... און דאס איז א שרעקליכע בגידה און דער "חופש הביטוי" (פרידם אףף ספיטש)....

טאמער איז דאס נישט גענוג, האבען די אמעריקאנע זיך אנגעהויבען אריינמישען און די אינערליכע מדינת ישאל פאליטיק, דער וואשינגטאן פאוסט איז ארויס געקומען דערקעגען, פארגלייכענדיג מדינת ישראל צו רוסלאנד'ס פוטין !!!.... און אז דאס איז ממש א פארברעך... קעגען דעמאקראטיע....

אייראפעאישע פאליטיקאנטען האבען גאר געווארענט אז דאס דערמאנט גאר דיקטאטורישע רעזשימען..... און... נישט מער און נישט ווייניגער דער אבאמא אדמיניסטראציע האט געפינען פאר וויכטיג זיך צו אריינמישען און דער סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער האט געזאגט אז דער אבאמא אדמיניסטראציע האט געשיקט א מעסעדש צו די נתניהו רעגירונג אז זיי זענען "באזארגט וועגען דעם געזעץ, ווייל אזא געזעץ איז א "סכנה"... פאר א "פרייע סאסייעטי"... ,

[אינערליכע קוועלער געבען איבער אז אבאמא האט געסטראשעט אז טאמער מדינת ישראט וועט יא באשטעטיגען דעם געזעץ, דאן גייט ער נאכאמאל וויינען.... ]

ווי ס'ווערט באריכטעט האט די שרת המשפטים געלאזט ריפען דעם אמעריקאנע אמבאסאדאר און אים געלאזט וויסען אז אמעריקא האט זיך נישט וואס צו אריינמישען און אינערליכע פאליטיק פון א פרעמדע לאנד,

אבער באמת טייערע פריינט, וואס פאר א רעכט האט מדינת ישראל זיך נישט צו וועלען לאזען זיך אינטערברענגען פון אינווייניג ???

כ'מיין אבאמא האט דאך געוויינט.... ניין...

מיט אזעלכע פריינט... ווער ברויך פיינט ....
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

לויטן נייעם געזעץ מיז ישראל לייגן די אמעריקאנע פאן אויף אירע פליגער, באמבעס און Iron Dome. די אמעריקאנע פאן וועט ברויכן פלאטערן אויף האלב ישראל. פארשטייט זיך אן זיך מישן.


ווידערום, איז צו ערווארטן אז עיפאק'ס סימבאל זאל פלאטערן אויף יעדע שטענדער און קאנגרעס, עד אויף טעלעוויזיע און אפ עדס אין די צייטונגן.

כמיין סעריעסלי, NGOs און פאליטישע און הומען רייטס ארגענעזאציעס מיט פאנדינג פון אינדרויסן עקזעסטירן איבעראל. בלויז אין אומ-דעמקראטישע לענדער צוימט מען זיי. אויב ישראל וויל קומען שנארן קיין אמעריקע מיטן סעילס פיטש אז זיי זענען די "איינציגסטע" דעמאקראטישע לאנד אין די מיטל מזרח, זאלן זיי זיך טאקע אויפפירן ווי איינס.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: אבאמא גייט אין מלחמה מיטן "חוק השקיפות",

שליחה דורך ירא שמים »

ממוז נישט טוען וואס יעדער טוט…
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: אבאמא גייט אין מלחמה מיטן "חוק השקיפות",

שליחה דורך גר ותושב »

ווייסטו וואס @יואליש טייערע זיי זענען נישט די איינציגסטע אבער זיי זענען די מערסטע דעמאקראטיש לאנד אין די מיטל מזרח
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

װאלט װען מדנ״י זיך נישט ארײן געשטעקט די נאז אין אמעריקען פאליטיקס קענסטו שרײען העי מיש דיך ארויס
אבער ביבי קען זיך נישט אײנהאלטן האט אבאמא יעצט א גלעיגענהײט.
איך האלט אבער פונקט װי דיר אז מען דארף זײ רודף׳ן עד חרמה. עי באנטש אפ סעלף העיטינג זשוס.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יואליש האט געשריבן:לויטן נייעם געזעץ מיז ישראל לייגן די אמעריקאנע פאן אויף אירע פליגער, באמבעס און Iron Dome. די אמעריקאנע פאן וועט ברויכן פלאטערן אויף האלב ישראל. פארשטייט זיך אן זיך מישן.


ווידערום, איז צו ערווארטן אז עיפאק'ס סימבאל זאל פלאטערן אויף יעדע שטענדער און קאנגרעס, עד אויף טעלעוויזיע און אפ עדס אין די צייטונגן.

כמיין סעריעסלי, NGOs און פאליטישע און הומען רייטס ארגענעזאציעס מיט פאנדינג פון אינדרויסן עקזעסטירן איבעראל. בלויז אין אומ-דעמקראטישע לענדער צוימט מען זיי. אויב ישראל וויל קומען שנארן קיין אמעריקע מיטן סעילס פיטש אז זיי זענען די "איינציגסטע" דעמאקראטישע לאנד אין די מיטל מזרח, זאלן זיי זיך טאקע אויפפירן ווי איינס.

זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער אלעס האט א שיעור, די Ngo's זענען שוין לאנג פאראיבער אלע גבולים צו דעסטרויען מדינת ישראל. וועלכע לאנד וואלט מסכים געווען צו געבן א פרייע האנט צו אינסטוטוציעס וואס שאנטאזשירן מיט ביגאטרי, און אנטיסעמיטזם, פשוט איינזייטיג בויען דעם שונא, פרעדיגן ווי שלעכט ישראל איז, א שונא וואס שיסט מאמענטאל ראקעטן, רופט צו שטעכן מענטשן אויף די גאס, רופט נעמען פון גאסן נאך טעראריסטן וואס האבן צעשניטן קעפ פון פינעף מאנאטנ'דיגע בעיביס, ביי מיר אין לאנד... ? גענוג איז גענוג.!!

אפשר דארף ישראל אנהייבן אפשטעלן ישראלים ביי טשעקפוינטס אין נאמען פון דעמאקראטיע אויך?

פאר מער ליינט דעם בוך
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

פארשפארט