בלאט 1 פון 1

וואס איז די "לעצטע נסיון"?

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 1:38 pm
דורך ידען
יעדע צייט הערט מען פון די נסיונות וואס מען האט אויף אונזערע דור שפל ארויפגעלייגט און מע זוכט עצות פאר עס.

נאכדעם איז דא א נסיון וואס איז זייער זייער גרויס און סע ווערט אויף דעם ארויפגעלייגט א נאמען אז דאס איז די לעצטע נסיון.

די וואך אויף די העדליין אין דער איד האבן זיי געלייגט די אינטערנעט אלץ די לעצטע נסיון.

וויל איך וויסן וואס איז געשען מיט די פריערדיגע לעצטע נסיון? סע געווארן אויס נסיון? און וואס מיינט עס אז יעצט איז עס די לעצטע נסיון? אז משיח דארף קומען גראד נאך די נסיון?

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 1:55 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
דער לעצטער נסיון איז דאס, אז ס'וועט הערשן א שרעקליכע צעמישעניש איבער דעם אמת'ן לעצטן נסיון; אזוי, אז קיינער וועט נישט וויסן מיט וואס זיך צו שלאגן :)

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 2:23 pm
דורך קאווע טרינקער
מער ווי צעהן לעצטע-נסיונות איז פשוט נישט שייך, ווארום משיח וועט דאך ווייזען מיט די פינגער אויף די וואס זענען בייגעשטאנען דעם לעצטען נסיון,

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 12:10 pm
דורך טעפל
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דער לעצטער נסיון איז דאס, אז ס'וועט הערשן א שרעקליכע צעמישעניש איבער דעם אמת'ן לעצטן נסיון; אזוי, אז קיינער וועט נישט וויסן מיט וואס זיך צו שלאגן :)

די ביסט פשוט....קאפמלעצירט....

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 4:54 pm
דורך איחוד פעלד
די לעצטע נסיון, איז געווען לאנגע שייטלעך, היינט איז דאס שוין מתוקן, ווייל אין סאטמאר גייט מען אויך לאנגע שייטלעך און מען קען נישט אויף דעם שעלטען ווייל צומאהל גייט אזוי דער בעל דרשן'ס שוועסטער שנור ניס מומע, ממילא איז עס אינטערנעט.

אמאהל איז געווען אן איסור אויף אלע כלי קאסיא, casio
קענסט עס גלייבען?
דור דור ודורשיו, מיינט יעדעס דור האט זיך זיינע שטותים.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 5:28 pm
דורך ידען
איחוד פעלד

און אינטערנעט האטעך די בעל דרשן אליינס, וויזוי קען ער האקן אויף עס?

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 6:27 pm
דורך געפילטע פיש
ידען האט געשריבן:איחוד פעלד

און אינטערנעט האטעך די בעל דרשן אליינס, וויזוי קען ער האקן אויף עס?

אין הדרשה שורה על דבר הסמוי מן העין...

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:00 am
דורך טעפל
יאנקל האט געשריבן:וואס איז "נעכטן"? ווענדט זיך ווען דו נוצסט דעם ווארט. היינט מיינט עס יולי 3, 2012, מארגן גייט עס מיינען יולי 4, 2012. דאס זעלבע מיט דעם לעצטן נסיון - עטליכע הונדערט יאר צוריק איז עס געווען נאפאליאן, השכלה, דרייסיג יאר צוריק טעלעוויזיע און טעיפ ריקארדערס אין חדרים, יעצט איז עס אינטערנעט, מארגן וועט עס זיין גוגל'ס דרייווערלאזע קארס, און איבערמארגן וועט עס זיין הגה"ק מנשה פילאפ'ס פטירה, אונז איבערלאזנדיג כצאן בלי רועה.

נישט קיין ספק די שווערסטע וועט זיין מנשה'ס פטירה......ממש כצאן בלי רועה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:08 pm
דורך נס קאווע
פונקט ווי די פארשטייסט אז דיין לעצטע פעי טשעק טוישט זיך יעדעס מאל וואס עס קומט ארויף א פרישע אזוי אויך יעדעס מאל עס קומט ארויף א פרישע נסיון (אויב איז עס זייער א שטארקע) איז עס די לעצטע און מיר האפן אז עס איז די לעצטע פאר משיח וועט קומען

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:13 pm
דורך נפתלי
און אפשר איז דאס פאריגע טאקע געווען דאס לעצטע נסיון אויב וואלטן מיר עס בייגעשטאנען
לאמיר ביישטיין דאס יעצטיגע לעצטע נסיון וועלן מיר קענען מקבל זיין משיח צדקינו בב"א

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:49 pm
דורך שלמה המלך
#1) ווי שוין געברינג אז מ'האפט אז דאס איז די לעצטע

#2) קען מען זאגן א חילוק פון אנדערע אויסגערעכנט, שייטלעך צי אנדערע נסיונות (איך רעד נישט פון לצנות פיליפ וכד') איז אלעס געוועהן א חלק אידען און אפשר א גרויס חלק, אבער פארט נישט גאנץ כלל ישראל, די זעלבע מיט טעלעוויזיע ווידעא וכד' איז אויך געוועהן אגרויסע נסיון אבער פארט נישט פאר יעדען, און אפילו השכלה וואס האט ליידער יא אריינגעדרינגען און די סלתה ושמנה פון כלל ישראל האט אבער אויך נישט געמיינט ממש כלל ישראל, עס איז געוועהן געוויסע פלעצער אין איירופע ווי עס איז געוועהן ערגער און געוויסע נישט אזוי שטארק, און אנדערע קאנטינענטן אסאך ווייניגער, די פאקט איז אבער אז אינטערנעט (ווי איך און די זיצען יעצט ביידע) איז א פאקטישע נסיון וואס האט אנגעגרייפט "גאנץ" כלל ישראל אנשים נשים בחורים וטף!! בחורים וגם בתולות זקנים עם נערים, און אר"י, איירופע, אמעריקע און ווי נישט? דער ממש מיט א קאמפיוטער דער נאר אויפן לעפטאפ און די אנגערנע נאר א סעלפוין, הצד השוה די ביטערע נסיון האט יעדען באטראפען, עס איז דא מיעוטא דמיעוטא וועם נישט.

און נישט נאר דאס נאר די נסיון איז דאך פחדים נוראים, מ'רעד פון קוקען בילדער אדער קליפ'ס וואס לא שערו אבותיכם, יא אוודאי געוויס איז געוועהן אין דער אלטערהיים שקצים עס האט זיך זייער געטראפן מיט די מעשה זעלבסט, אבער נישט אויף אזא מאסנשטאבליכען אופן, ווי דער אינטערנעץ מיט אירע פיק'ס און קליפ'ס.... טראכט אריין ביי דיר אליין וואלסטי אמאל געגלייבט אז די וועסט דיך אנזעהן מיט וואס די האבט דיך שוין אנגעזעהן?

וויפיל יודען איז דא וואס היטן זיך די אויגן אין מקוה אין אויפן גאס, און אויפן געוועב זענען זיי ליידער אריינגעפאלען? און בשעת מעשה היטן זיי ווייטער די אויגן ערגעץ אנדערש.. משא"כ דא?!?! היצט: אויב דאס איז טאקע די סאמע לעצטע האף מיר זייער צום כביכול אז יא, אבער די שטערקסטע און שווערסטע און אויף אזא גרויסען פארנעם שטייט דאס ליידער קלאר יא אויפן שפיץ.

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:02 pm
דורך שמעקעדיג
אין די ספה"ק איז מבואר אז יעדע דור האט זיך זיין נסיון, און אויך אז יעדע פון די טויזענט יאר איז דא נאך א מדה פון די שבע מדות צו מתקן זיין, און יעצט, אינעם זעקסטן טויזענט איז מדת יסוד, קדושה בכלליות איז דער נסיון פונעם דור. דער אינטערנעט איז נאר א פרט פונעם גרויסן נסיון. ס'איז נאריש צו זאגן אז "דאס" איז די נסיון, אינטערנעט, אדער טעלעוויזיע, אדער סתם מאוויס, אדער פשוט עכטע שמוץ און שמירת עינים און נסיונות אין צניעות פאר די פרויען. זיי זענען אלע א שטיקל פון די פאזעל, וואס צוזאמען קומט ארויס א בילד פון א נסיון אין זיך אפהיטן בקדושה. ס'איז ידוע פון הייליגן יש"מ די סיבה פאר אריכות הגלות איז צוליב דעם עוון ז"ל. דער ענין דארף מתוקן ווערן בעפאר ביאת המשיח, און לויט די מקובלים איז דאס אויך פשט אין די גמ' "אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף".

רעדנדיג פון דעם, איז אויך כדאי מעתיק צו זיין פון אנדערע ספרים וועלכע שרייבן אז די לעצטע נסיונות פונעם דור ביי ביאת המשיח זענען "אמונה", מ'זעהט טאקע ווי דער שטן פארלייגט זיך אוועקצורייסן אידן פון די אמונה טהורה; "מחלוקת, שנאת חנם", וואס על זה דווה לבנו און דער ביהמ"ק איז צוליב דעם חרוב געווארן, און מיר מוזן עס מתקן זיין בעפאר ביאת המשיח, קען מען אויך זעהן וואספארא עקלדיגע מחלוקת עס קומט היינט פאר ביי די שענסטע און בעסטע, ואכמ"ל; און מצד השני, דער ענין פון חסד, וואס דא שיינט יא ארויס די שיינקייט פון כלל ישראל, וואס אזא מצב פון חסד איז נאך נישט געווען, און נישט געקענט זיין, און ווי די ספרים טייטשן "בך חותמין", מיט אברהם אבינו'ס מדה, חסד, מיט דעם וועט מען חותם זיין דעם גלות. ס'איז מבואר אז חסד איז אזוי וויכטיג ווייל מען דארף אריינכאפן אין גלות ווי מער מען קען, ווייל נאך ביאת המשיח ווען יעדער וועט האבן וואס מען דארף, וועט שוין נישט שייך זיין דער ענין פון חסד.

לאמיר שוין זוכה זיין צו ביאת המשיח בקרוב, מ'גיימיר שוין אריין אין די 3 וואכן קלאגן אויפן חורבן, לאמיר מתקן זיין וואס מיר קענען, און בקרוב זוכה זיין צו די זיבעטע טויזנט יאר, די זיבעטע מדה איז "מלכות", ווען מ'וועט זוכה זיין צום והי' ה' למלך על כל הארץ, בקרוב אמן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:01 pm
דורך איחוד פעלד
עס שטייט פין איינער פין די גדולים אויף די עבירה פין שז"ל
הממעיט אסף עשרה חמרים

הש"י.