בלאט 1 פון 1

די אונטערנעט אוו טינגז פאר ערליכע אידן

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 4:45 pm
דורך סופר
שלום עליכם חברים, איך האב נאך נישט עכט אויפגעהויבן מיין שטימע דא אויף קאווע שטיבל, און איך וויל אייך נישט באמוטשען אבער עפעס עגבערט מיר זייער פאר די לעצטע פאר טעג און איך האב געטראכט אז אפשר איז דא איינער דא וואס קען מיר - און אין די זעלבע צייט אסאך אנדערע - העלפן.

איז אזוי, איך גלייך זייער עלעקטראניקס און בעיקר סמארט עלעקטראניקס ד. ה. עלעקטראניקס וואס זענען קאנעקטעד צו די אונטערנעט און קענען לכבוד דעם טון פארשידענע אונטערסאנטע פונקציעס. איך האב למשל עטליכע קאנעקטעד לייט סוויטשעס אין מיין הויז, סמארט טערמעסטאט, און נאך. און איך גלייך זיי זייער שטארק.

די אבוויעס מעלה פון דעם אז זיי זענען קאנעקטעד צו די אונטערנעט איז אז איך קען זיי קאנטראלירן פון סיי וואו אין דער וועלט ווי איך האב אונטערנעט עקסעס, סאו אויב איך פארגעס למשל אויסצולעשן די לעקטער פאר איך פאר אוועק פאר שבת קען איך עס נאך אויסלעשן ווען איך קום אן צו מיין אכסניא, נאך א זאך איז אז איך דארף מער נישט קיין שבת זייגער און נישט נאר די דיינינג רום לייט צינדט זיך אן און לעשט זיך אויס אויף א סקעדזשועל אום שבת, ווייל זינט דער סוויטש איז קאנעקטעד צו די אונטערנעט ווייסט ער וויפיל אזייגער עס איז און איך קען עס אנשטעלן אז עס זאל אנצונדן און אויסלעשן די לייטס אויף א סקעדזשועל.

עס גייט אבער נאך ווייטער, וויבאלד די סוויטש איז מחובר צום אונטערנעט ווייסט ער אויך ווען די זריחה און די שקיעה זענען אין מיין געגנט, סאו איך קען אים זאגן אז יעדן פרייטאג זאלן זיך די גרופע לייטס אנצונדן ביי די שקיעה און אויסלעשן דריי-פיר שעה שפעטער, סאו איך דארף נישט שטיין יעדע פאר וואכן ביים שבת זייגער צווישן דעם ערשטן און צווייטן פייף און עדזשאסטן דעם סקעדזשועל לויט דעם נייעם זמן, איך דארף אויך נישט געדענקן צו ריקן דעם שבת זייגער יעדעס מאל מען ריקט דעם זייגער ווייל עס ריקט זיך אליינס.

מיין טערמאסטאט ווייסט ווען איך בין אינדערהיים ווייל עס טרעקט מיין לאקעישאן דורך די עפפ אויף מיין פאון און ווען איך גיי ארויס פאר מער ווי א פאר מינוט שטעלט ער אן די הייצונג/קילונג אויף א שוואכערע סעטינג אז עס זאל נישט קאסטן קיין געלט פאר גארנישט, עס איז אויך קאנעקטעד צו מיין גוגל אקאונט סאו ווען איך לייג אריין אין גוגל מעפס נעוויגעישאן מיין היים אדרעס זאגט ער פאר מיין טערמאסטאט בערך ווען איך וועל אנקומען אהיים און מיין טערמאסטאט זעהט אז עס זאל זיין פיין ווארעם/קאלט ווען איך קום אן אהיים.

מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך גע׳עפנט א נייע - פרייע - סערוויס IFTTT די ר״ת פון If This Then That (אויב דאס דאן יענץ), ווי מען קען קאנעקטן מערערע אנליין סערוויסעס איינע צום צווייטן, למשל gmail מיט Twitter, סאו איך קען מאכן א ׳רעסעפי׳ אז ווען איך באקום א מענטשאן אויף טוויטער זאל איך באקומען א אימעיל דערוועגן, אדער ווען איך בין שפעט צו קאמפליטן א רימיינדער זאל עס ווערן געטוויטעד פאר אלע מיינע פאלאוערס (יהי רצון שתהא מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם…), וכדו׳.

מיט דער צייט האבן חפצים ווי סוויטשעס, טערמאסטאטס, און נאך אויך אנגעהויבן ווערן קאנעקטעד צו די אונטערנעט און אסאך פון זיי האבן זיך מחבר געווען צו IFTTT, סאו היינט קען איך מאכן אז ווען איך באקום אן אימעיל זאל די לייט אין מיין אפיס בלינקען, נאך מער, יעצט קען איך קאנעקטן צוויי חפצים, סאו איך קען מאכן אז ווען די סטיעם צינדט זיך אן זאל די היטער זיך אויסלעשן אדער פארקערט (עפעס וואס קומט מיר פערזענליך צו נוץ), איך קען אויך מאכן אז אויב עס ווערט קעלטער ווי לאמיר זאגן 20 דעגריס פארנהייט זאל זיך מיין טערמאסטאט אנשטעלן צו 70 למשל, און נאך אסאך נוצליכע זאכן.

סאו, האב איך געזוכט אויף IFTTT אויב עס איז דא עפעס אידישע זאכן וואס איך קען הנאה האבן פון און איך האב נישט געפונען, טראכט אריין וואס עס וואלט אלס געקענט מיינען פאר אידן וואס האבן קאנעקטעד חפצים, איך קען למשל אנשטעלן אז די לייט אין מיין בעדרום זאל בלינקען פונעף מינוט פאר סוף זמן קריאת שמע יעדן שבת און פטור אן עסק מיט דעם וועקער זייגער וואס וויינט פאר צוויי שעה יעדן שבת באהאלטן אין א דאכענע, ביי מוצאי שבת (זמן ר״ת) זאל זיך די קאווע מאשין אנגרייטן פיינע חמין, יעדן טאג עטליכע מינוט פאר פלג המנחה זאל די לייט אין מיין אפיס בלינקען מיך צו דערמאנען צו לייגן ר״ת תפילין אויב איך בין נאכנישט אנגעקומען דערצו, און דער אמת איז אז אויב עס זאל נאר זיין אזא סערוויס וועלן שוין ארויס קומען מערערע געלונגענע ׳רעסעפיס׳ און זינט מען קען שערן די רעסעפיס וועלן אסאך מענטשן הנאה האבן פון דעם.

איך קען זיך נישט אויס מיט די טעכנישע דעטאלן וואס זענען אינוואלווד אין דאס ברענגען צו א רעאלעטי, אבער פון מיין וועב סערטשעס בין איך געוואר געווארן אז IFTTT האט א Maker Channal ספעציעל פאר אזוינע קליינע פריעקטן וואס ווילן זיך צוטשעפענען צו זיי און אלעס וואס עס פעלט אויס אנצוהוקן א חפץ אדער אנליין סערוויס איז א webhook, און אנדערע ווערטער, איך בין געוואר געווארן אז איך ווייס ווייניגער ווי איך האב געמיינט אז איך ווייס…

ווען איך וואלט ווען געהאט געלט וואלט איך ווען געהייערט איינעם עס צו מאכן, אבער איך האב דאך נישט… סאו, אויב איז דא נאך איינער וואס טראכט אז ער אדער א צווייטער קען בענעפיטירן פון אזא זאך און ער קען און ווייסט ווי אזוי עס צו מאכן איז ער מכובד צו פרובירן עס אויפצוסעטן און איך גאראנטיר אז איך וועל אים זייער דאנקבאר זיין… און איך גלייב אז עס וועלן זיין נאך אסאך אנדערע וואס וועלן דאנקבאר זיין.

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 7:57 pm
דורך וכדומה..
האלא, דער איז פיין אהערגעשטעלט...

Re: די אונטערנעט אוו טינגז פאר ערליכע אידן

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:59 pm
דורך ביליג
וועלעכע קאמפאני סוויטשעס ?
וועלעכע פראגראמס ?
ביטע לייג ארויף לינקס איך דיר כאטשיג קענען מקנא זיין !

Re: די אונטערנעט אוו טינגז פאר ערליכע אידן

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:05 pm
דורך פליקער
קודם הייב אן וואס פאר א סוויטשעס האסטו געלייגט, ווייל ווי איך פארשטיי איז עס נאך נישט אזוי פשוט אדער אזוי פרייזלעך, און נישט אזוי פראקטיש, איך בין זיכער אז ביז עטליכע יאר וועט דאס זיין די נארמע, אלע סוויטשעס וועלו זיין ווייפיי עיבל, נאר דערווייל איז עס נאך אין די וויגו, קיק למשל איצט דרייט זיך א וועלט מיט א פרידש וואס גייט לייגן א בילד פון וואס טוט זיך אינעווייניג אינעם פרידזש, א גרויסע גדולה, אבער למעשה נאך נישט דא אפילו די טעכנילאגיע איז שוין פארהאן פיפצן יאר, אבער איצט בקרוב וועט מקיים ווערן וכאשר יענו אותו כן ירבו וכן יגלוש, אלעס וועט ווערן אנגעהוקט מיט גוגל נעס, איך האף נאך צי דערלעיבן,
פארגעס נישט איך בין נאך פונעם עפאכע פאר פעקס מאשין, קענט איר זיך פארשטעלן ווי פריילעך איך בין געוועין צי מיין קייאסערע פאלם פיילאט.

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 11:33 pm
דורך סופר
איך ניץ עטליכע WeMo Light Switches, און א WeMo Outlet, און די טערמאסטאט איז די באקאנטע Nest Learning Thermostat. איך האב גראדע געטראכט צו לינקען צו די פראדאקטס פון אן עמעזאן עפיליעט אקאונט און געהאפט צו מאכן א דאללער אויב איינער פון אייך דעסיידט צו קויפן דורך מיין לינק, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס מוז איך זיין דער וועבסייט אייגנטומער דערפאר... תפסת מרובה לא תפסת...

די WeMo Light Switch קאסט נישט מער (אפשר אפילו ביליגער) ווי א געווענליכע שבת זייגער (איר קענט עס יעצט קויפן אויף עמעזאן פאר $36-$37 א שטיקל).

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:34 am
דורך שמעקעדיג
האבן נישט די סארט סוויטשעס פראבלעמען מיט שבת? עס ארבעט דאך מיט סענסארס, ניין?

Re: די אונטערנעט אוו טינגז פאר ערליכע אידן

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 4:25 am
דורך נעגעל וואסער
שמעקעדיג האט געשריבן:האבן נישט די סארט סוויטשעס פראבלעמען מיט שבת? עס ארבעט דאך מיט סענסארס, ניין?

ס'דא וואס ארבעט מיט סענסארס, אויך פון די קאמפאני WeMo, אבער די וואס מ'רעדט פון איז קאנטראלד נאר דורך די עפפ.

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 1:36 pm
דורך סופר
מיט WeMo ווי ווייט איך ווייס איז די מאשען סענסאר א סעפערעט כלי וואס מען דארף עקסטער צו קויפן. און אויב קומט עס יא מיט די סענסארס דארף מען נאר זיכער מאכן אז מען קען אויסלעשן די סענסארס, למשל די Nest Thermostat האט א פיטשער אז עס צינד זיך אן די סקרין ווען עס שפירט אז איינער איז דערנעבן, איך האב אויסגעלאשן די פישטער און עס איז נישטא קיין שאלה מער וועגן עס אריבער גיין אום שבת.

יעצט וויל איך מיר קויפן א סמאַרט לאַק פאר מיין הויז, אבער איך זיך איינס וואס זאל זיין גענוג פראקטיש דורכאויס די וואך און אינגאנצן פשוט דורכאויס שבת, און פארשטייט זיך עס זאל נישט זיין צו טייער. שטעלט אייך אבער פאָר ווען עס וואלט ווען געווען א זמנים פיטשער פאר IFTTT וואלט איך געקענט אנשטעלן אז פון פרייטאג לעכט צינדן ביז מוצאי שבת א האלבע שעה נאכן זמן זאל די שלאס זיין מעניועל אנלי. הע, איך וואלט אפילו געקענט אנשטעלן אז שובבים זאל ער מיר געבן עקסטערע צייט אויסצוהערן דעם רבי ז״לֹ׳ס תורה...

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 1:50 pm
דורך סופר
פליקער האט געשריבן:קודם הייב אן וואס פאר א סוויטשעס האסטו געלייגט, ווייל ווי איך פארשטיי איז עס נאך נישט אזוי פשוט אדער אזוי פרייזלעך, און נישט אזוי פראקטיש, איך בין זיכער אז ביז עטליכע יאר וועט דאס זיין די נארמע, אלע סוויטשעס וועלו זיין ווייפיי עיבל, נאר דערווייל איז עס נאך אין די וויגו, קיק למשל איצט דרייט זיך א וועלט מיט א פרידש וואס גייט לייגן א בילד פון וואס טוט זיך אינעווייניג אינעם פרידזש, א גרויסע גדולה, אבער למעשה נאך נישט דא אפילו די טעכנילאגיע איז שוין פארהאן פיפצן יאר, אבער איצט בקרוב וועט מקיים ווערן וכאשר יענו אותו כן ירבו וכן יגלוש, אלעס וועט ווערן אנגעהוקט מיט גוגל נעס, איך האף נאך צי דערלעיבן,
פארגעס נישט איך בין נאך פונעם עפאכע פאר פעקס מאשין, קענט איר זיך פארשטעלן ווי פריילעך איך בין געוועין צי מיין קייאסערע פאלם פיילאט.


זייער פשוט און פראקטיש - אין מיינע אויגן - און נישט געפערליך פרייזלעך, ווי אויבן געשריבן איז די סוויטש קארגע פערציג דאללער, און די טערמאסטאט איז גראדע יא טייער אבער זייער אסאך ענערדזשי קאמפעני׳ס געבן ריבעיטס דעראויף (קאן עדיסאן/O&R געבט $80, און קלענערע קאמפעניס געבן מער, ערגעץ האב איך געזען לעצטנס אן עדווערטייזמענט פון א קאמפעני וואס שיקט אייך די נייעסטע מאדעל גענצליך בחינם ווען איר נעמט זייער סערוויס, נישט זיכער אבער איך מיין אז עס איז דיירעקט ענערדזשי).

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 4:24 pm
דורך גנדי
I am using already a few IFTTT recipies

To create IFTTT precipices you don't need to be a programmer

Its very easy to do

Tell me what you want to be done, and we can create recipes together

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 6:07 pm
דורך סופר
איך ווייס אז איך דארף נישט זיין קיין פראגרעמער צו מאכן פשוטע רעסעפי׳ס, אבער איך וויל קענען מאכן רעסעפי׳ס לויט די זמנים וואס דאס איז נישט מעגליך יעצט, סאו איך וויל אז איינער זאל עס מאכן מעגליך. זעה מיין ערשטע פאוסט אין דעי אשכול וועסטו זעהן עטליכע איידיעס וואס איך האב, למשל אנצינדן די לייט אין מיין בעדרום יעדן שבת פון פונעף מינוט פאר סוף זמן קריאת שמע ביז פונעף מינוט דערנאך, אדער אויסלעשן/אנצונדן א לייט ביים זמן מוצאי שבת (72).

מען קען אפילו גיין ווייטער ווי דעם, לאמיר זאגן איך קויף סמאַרט לאַק און איך וויל עס קענען ניצן שבת, וויל איך קענען מאכן אז פון דעם זמן לעכט צונדן ביזן זמן מוצאי זאל עס ארבעטן נאר אויף דעם מעניועל אפשען און נישט ניצן קיין שום עלעקטראניקס. ותן לחכם ויחכם עוד איך גלייב אז איינמאל עס וועט זיין מעגליך צו ניצן זמנים אלס IFTTT טריגערס וועט עס ווערן זייער פאפולער און עס וועלן זיין אסאך אונטערסאנטע רעסעפי׳ס צו הערן פון. און איר דארפט נישט האבן קיין אונטערנעט קאנעקטעד חפצים עס צו ניצן, איר קענט למשל אויפסעטן צו באקומען טעקסט רימיינדערס פאר קריאת שמע און זמן שבת אויף א כשרע טעלעפאון אויך...

סיי ווי אזוי, אויב האסטו עפעס אונטערסאנטע רעסעפי׳ס ביטע לייגט זיי ארויף דא, עס קען עכט צינוץ קומען פאר אסאך מענטשן דא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 6:48 pm
דורך גנדי
I found this on the interwebs

http://www.kosherjava.com/zmanim-project/

Maybe try to contact him to add IFTTT to his project

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 7:40 pm
דורך שלום על ישראל
כ'האב א פשוט'ער מהלך. ברענג אריין די זמנים אין דיין גוגל קאלענדער פון כשר דזשאווא, און דאן באשאף א נייע רעסיפי פון IFTTT, דריק אויף this און קלויב google calender. קלויב Event from search starts און שרייב אריין די ווארט וואס ס'שטייט אלץ ביים זמן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 7:55 pm
דורך גנדי
איך נוץ אן אייפאון. קען איך עס אויך נוצען?

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:42 pm
דורך סופר
שלום על ישראל האט געשריבן:כ'האב א פשוט'ער מהלך. ברענג אריין די זמנים אין דיין גוגל קאלענדער פון כשר דזשאווא, און דאן באשאף א נייע רעסיפי פון IFTTT, דריק אויף this און קלויב google calender. קלויב Event from search starts און שרייב אריין די ווארט וואס ס'שטייט אלץ ביים זמן.


א גרויסן יישר כח אייך, עס קוקט אויס ווי א געלונגענע סימפל איידיע וואס קען ארבעטן, איך קען אבער נישט אויסגעפונען ווי אזוי אריין צו ברענגען די פייל פון כשר דזשאווא צו גוגל קעלענדערס, ער וויל עפעס נישט אננעמען דעם פארמעט וואס איך האב באקומען פון כשר דזשאווא, איך האב פרובירט עס צו ריפארמעטן צו א CSV אבער ער איז נאכאלץ נישט צופרידן. קענסט מיר אפשר העלפן?

@גנדי, דארפסט עס אויך צו קענען נוצן, אבער אימפארטן די קעלענדער פון כשר דזשאווא מוז מען טוהן אויף א קאמפיוטער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 10:24 pm
דורך סופר
למעשה האב איך גענוצט די לוח פון דא אבער ער גיט נאר ליכט צונדן און מוצאי, נישט קיין קריאת שמע אדער אנדערע זמנים. סיי ווי אזוי פאר עקשאנס וואס דארפן געשעהן פונקטליך צו די צייט פאר ליכט צונדן און מוצאי איז די סיסטעם נישט גוט ווייל עס טריגערט די עקשאן אין די פופצן מינוט פון די איווענט און נישט פונקטליך צו די צייט פון די איווענט, סאו מיין קאווע מאשין וועט מיר אנגרייטן חמין פופצן מינוט פארן זמן און ביז נאך הבדלה וועט עס שוין זיין קאלט...

Re: די אונטערנעט אוו טינגז פאר ערליכע אידן

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 10:29 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
ענדליך גייט מען שוין קענען ניצן די api פין די MY ZMANIM סיסטעם...
לבי אומר לי אז דאס גייט זיין א turning point, פאר זמנים אין די digital וועלט...!
ודבר ׳בעתו׳ מה טוב..!

https://www.myzmanim.com/apidemo.aspx

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 10:55 am
דורך פארשוויגען
איך טראכט נאר, די אלע אידישע זמנים זענען דאך נישט קיין ספעציפישע אידישע זאך, עס איז דאך פשוט אלץ געבויט אויף זמני השקיעה והזריחה. וואס מ'קען זיכער טרעפן אנליין פון אסאך מקורות. איז די איינציגסטע זאך וואס מדארף איז אנשטעלן א פראגרעם זאל דאס נעמן און מאכן א ביסעל מעטה ווי למשל לעכט צינדען איז שקיעה +18 , זמן קריאת שמע איז sum of sunrise to sunset divided by 4, (לויט גרא, פאר מגא לייג צו לפי החשבון ). וכו'. איך ווייס נישט וואס פעלט אויס מער פון דעם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:16 am
דורך סופר
איך האב זייער הנאה פון די נייעס, איך האב געשיקט אן אימעיל צו MyZmanim ונראה מה יהיו חלומותיו...

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 7:50 pm
דורך חכם המדות
פארשוויגען האט געשריבן:איך טראכט נאר, די אלע אידישע זמנים זענען דאך נישט קיין ספעציפישע אידישע זאך, עס איז דאך פשוט אלץ געבויט אויף זמני השקיעה והזריחה. וואס מ'קען זיכער טרעפן אנליין פון אסאך מקורות. איז די איינציגסטע זאך וואס מדארף איז אנשטעלן א פראגרעם זאל דאס נעמן און מאכן א ביסעל מעטה ווי למשל לעכט צינדען איז שקיעה +18 , זמן קריאת שמע איז sum of sunrise to sunset divided by 4, (לויט גרא, פאר מגא לייג צו לפי החשבון ). וכו'. איך ווייס נישט וואס פעלט אויס מער פון דעם.

דער KosherJava וועבזייטל וואס מען האט אויבן צוגעצייכנט האט שוין די אלע פראגרעמינג פאר די חשבונות.