בלאט 1 פון 1

אומזינסט! צוויי זכותים אין ק"ש'ס 1.5 ביליאן לאטערי טיקעטס

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:53 pm
דורך ראשעקאל
די קימענדיגע מיטוואך גייט פארקימען די גרעסטע לאטערי אין די היסטארי פון די וועלט. ס'האלט שוין יעצט ביי 1.5 ביליאן דאללער, און קען נאך ארויפגיין אפילו מער.

די צוויי לאטערי טיקעטס האב איך געקויפט ספעשעל פאר קאווע שטיבל חברים. יעדער איינער קען זיך דא איינשרייבען צו באקימען א גלייכע חלק פון די געווינס.

איין תנאי, ווען מ'וועט אי"ה געווינען ווען יעדער זיך דארפען מגלה זיין פאר מיר (איך וועל פארשטייט זיך ווייטער האלטען ענקערע עכטע נעמען פאר א סוד) און אזוי וועט מען פארמיידען דאפעלטע ניק'ס פון נעמען מער פון איין חלק פון די געווינס.

יעדער וואס וויל האבן א חלק אין די געווינס זאל זיך איינשרייבן אין די אשכול