בלאט 1 פון 1

נאך 8000 לייקס, רבותי נעמט די מייקס, (שש משזר)

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:04 am
דורך געוואלדיג
שוין אפאר מינוט אריבער
שש האלט ביים אכט טויזנט אריבער

מיט א שנעלקייט זיך געיאגט
שרייבן טאלאנט ער פארמאגט
זאל ער גיין מעלה מעלה
רוהען אונטער שמעקעדיג איז א מעלה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:31 am
דורך געוואלדיג
פריעד באטשי האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:זעט אויס אז שמא קא גרים.
משזר האט זיך גוט איינגעדריי"ט אין קאווע שטיבל.

ווער צינדט שוין אן די מאטאר פונעם 2000 לייקס אשכול?! כ'האלט שוין כמעט דארט...

איך ווייס נישט פארוואס די ביסט אזוי באזארגט, די האלטס שוין ביי 1896 לייקס, ביי מיר מיינט דאס אז נאך 104 לייקס האסטו עס געמאכט!
חוץ פון דעם, וועסטו אי״ה (ווען די וועסט שוין האלטן אסאך ווייטער) נאך לאכן אז די ביסט געווען דעספרעט צו אנקומען צו 2000 טויזענט לייקס, וואס? אזוי ווייניג?


מכאן

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 4:42 am
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג האט געשריבן:זאל ער גיין מעלה מעלה
רוהען אונטער שמעקעדיג איז א מעלה.

עוד מעט ואיננו,
כ'וועל זיך שפירן ווי א בלויזע פעני,
דער שש שרייבט דאך אזוי גוט,
ער רוקט זיך פאראויס מיט שנעלע טריט,
דער משזר טוט כסדר ראקן,
בקרוב ממש וועט ער מיר איינפאקן,

Re: נאך 8000 לייקס, רבותי נעמט די מייקס, (שש משזר)

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 8:51 am
דורך פליקער
איך וועל נישט צילאזן זעלכעס, און איך נעם זיך אינטער צי לייקן שמעקי בפינגער נדיבה

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 11:37 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:דער משזר טוט כסדר ראקן,
בקרוב ממש וועט ער מיר איינפאקן,

פאר בושה פלאמען מיינע באקן,
דערווייל טוסטו מיר גאר אריינפראקן...

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 11:41 am
דורך ברסלבער
מזל טוב, שש! איך האב גרויס הנאה געהאט פון דיינע פילע גוטע ארטיקלען און תגובות ביז יעצט. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט ווייטער מהנה זיין מאוצרותיך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 11:42 am
דורך פליקער
ברסלבער האט געשריבן:מזל טוב, שש! איך האב גרויס הנאה געהאט פון דיינע פילע גוטע ארטיקלען און תגובות ביז יעצט. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט ווייטער מהנה זיין מאוצרותיך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
לייקע רבי האט באקומען זיין 8000'סטע חסיד!

די שמחה וועט אפגעהאלטן ווערן אין די "געזעלשאפט" פון די פילע טויזענטער חסידי לייק!

באסעס וועלן ארויספארען פון קארנער "אנשי שם" און "וויסנשאפט", ארויף די גאנצע וועג ביז קארנער "תורה ומחשבה" און "העמק דבר".

מ'בעט בכל לשון של בקשה, אז די פרויען זאלן אכטונג געבן אויף דרכי הצניעות און פארבלייבן אינעם "מאחורי הפרגוד".

מיר וועלן נעמען די געלגנהייט צו באדאנקען די חשובע באהערדע פון "קאווע שטיבל" פאר זייערע פילע לייסטונגן במשך'ן יאר פאר'ן לייקש'ן ציבור.

לכבוד'ן מעמד רב וועט פארטיילט ווערן די פרישע באנד פנינים שזורים פונעם רעבין שליט"א, צו באשיינען אייער "ספרים שאנק".

מ'וויל נאכאמאל בעטן אז בחורים און קינדער זאלן בשום אופן נישט קומען צום מעמד. דער רבי פארליידט נישט קיין קטני הדעת.

מ'האט ספעציעל צוגעגרייט פלאץ פאר די בחורים און קינדער אין פאליש. ספעציעלע "חינוך" עסקנים וועלן אנפירן מיט'ן פראגראם.

עס הייסט אז די רבי וועט ארומרעדן איבער די כשרות פון פארשידענע "ספרים און ביכער".

ווי אין די פארגאנגענע יארן הערן מיר אז די "מידיא" פון "אידישע און אלגעמיינע נייעס" וועט ברייט באריכטן די רעבינס הייליגע דברי קודש און דבר ה', וואס וועט געהערט ווערן מסוף העולם ועד סופו.

די רבי וועט אויך מעורר זיין איבער די תועלת פון "טעכנאלאגיע" און אנדערע פגעי הזמן.

"קונסט"ליכע "מוזיק" און הערליכע "פאעזיע" גראמען וועלן געזונגען ווערן דורך די צאן קדשים און די קאפעליע.

דער "היסטאריע"שע מעמד שטייט פאר צו זיין א גאר רייכער און "שפראך"לאזער אין פילן זין פון ווארט.

מיר ווילן גאר שטארק באדאנקן די היימישע "ביזנעס וועלט" פאר די פיל "אחיעזר" מיט די חלות, פיש און "צימעס".

מיר האפן אז איר וועט גאר שטארק הנאה האבן פון די "שבת אחים"דיגער אטמאספערע, און אז דאס וועט לייגן "א שמייכעל" אויף אייערע פענימער און איבערלאזן א אנגענעמע זכרון פאר אייך און די טויזענטע באטייליגטע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:22 pm
דורך געוואלדיג
א מעמד האט [tag]רויטע וואנצעס[/tag] געמאכט
לכבוד [tag]אדנירם[/tag] לייקס טויזנטע אכט,
איך ווייס נישט וואס האט ער געטראכט
ער איז ביי די מאכט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:24 pm
דורך געוואלדיג
מאכט דארף מען נישט האבן
נאר א צינגל פארמאגן
צו קענען דעם טשולנט פארטראגן
אן נישט אפיאגן

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
ברעכנדע נייעס! יעצט געזעהן שש'ס טראק אויף די זייט פון ראוד. אינטערגעבראכן פון די שווערע משא.

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 6:42 pm
דורך [NAMELESS]
עהההמ...
ווער געדענקט דען 'אכט טויזנט', ווען מ'גרייט זיך צום -

עשרת אלפים!