רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker
רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker
אין סאטמאר איז דאך דא די גרעסטע מנין צענטער, לכל דורש ומבקש. נו, גיי איך מיך אריין אין סאטמארע ביהמ"ד, און עס אנטוויקלט זיך א שמועס [מיט מענטשן וואס קענען כאטש פארדייען אזא שמועס] איבער די 'שיטה הקדושה' פונעם ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה, לעומת דעת רוב גדולי ישראל. מיינע טענות זענען נישט איבער די מספר רבנים וואס האבן געהאלטן בעד אדער נגד די שיטה, מיינע טענות זענען ענדערש איבער די הלכה'דיגע אספעקטן וואס סאטמארער רב שמועסט אויס אין ספר ויואל משה.
איינער ווייזט היבשע בקיאות אין זיין רבי זי"ע'ס ספר, און טענה'ט זיך פרובירנדיג צו פארטיידיגן די סברות וואס שטייען אין ספר. איך לאז זיך נישט, און א העפטיגע ויכוח באשטייט פון סברות אהין און צוריק. צום סוף, לאז איך אים איבער מיט גאר א שווערע קשיא וואס ער ווייסט נישט וויאזוי צו פארענטפערן. וירא כי כלתה אליו הרעה, זאגט ער מיר: סאטמארער רב איז דער איינציגסטער וואס האט אפגעשריבן א ספר מבאר צו זיין זיין שיטה (אגב, א ליגנט), קיינער פון די רבנים וואס האבן געהאלטן אנדערש האבן אים אפגעפרעגט (נאך א ליגנט), און פון די בקיאות וואס די רבי זי"ע ווארפט צאם אין זיין ספר זעען מיר קלאר אז 'כל רז לא אניס ליה', און ער האט אודאי געוואוסט פון דיין קשיא און ס'האט זיכער א תירוץ.
יעצט בין איך חוזק. איך האב שוין נישט וואס צו ענטפערן. איך דריי זיך אויס בייזערהייט, און טראכט צו מיר:
רבי איד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!
[center]***[/center]
א טאג שפעטער גיי איך אין א צווייטע ביהמ"ד כאפן א מעריב. איך שמועס מיט אפאר חברים פון יענע חסידות איבערן צדקות און מידות פון זייער רבי'ן זצ"ל. עווענטועל פארט די שמועס אריין אין אומבאקוועמען ריכטונג, אויב ער איז געווען א גרויסע ת"ח אדער לאו דוקא. יענער שווערט אז ער איז געווען א גאון עצום, א באהאלטענער מתמיד, א רב בעפארן קריג, און א וועלטס מתיר עגונות נאכן קריג. איך וואג זיך מפקפק צו זיין אין דעם אלעם. איבערהויפט באדערט מיר, אז אין יענע חצר למעלה בקודש האט מען זיך נישט געשעמט און מ'האט גאר געזוכט צו ווייזן אז מ'קען לערנען, ארויסגעבנדיג ספרים אין גמרא, הלכה, ושו"ת. אין יענע הויף ווידער, איז דא אפאר בענדער ספרים עה"ת פון וואו מ'זעט אלעס חוץ גאונות.
יענער האט הגדות עדות פון פילע חסידים וואס האבן גערעדט מיט אים אין לערנען, 'געכאפט' לערנען, געזען ווי ער לערנט כסדר, וכו'. יענער ווייזט מיר אויף יאנקל פאדראטשיק און זכריה שטיגליץ וואס האבן מעיד געווען אז זיי האבן גערעדט מיט אים בכל מקצועות התורה, און זיי זענען ערשטוינט געווארן ווי ער איז ארומגעשווימען אין אלע סוגיות ווי א פיש אין וואסער. איך ווער נישט צו אנטציקט פון די מעשה'לעך. פארוואס איז נישט פארבליבן פון אים אפאר חידושים עהש"ס? ער איז געווען אן אדמו"ר פאר 55 יאר [!!!], חסידים האבן אראפגעשריבן כל מוצא פיו, און קיין שום גאונות איז נישט פארבליבן? אבער מיין בר-פלוגתא ווערט שוין נערוועז: על פי שנים עדים יקום דבר, צוויי אידן זענען מעיד אז ער איז געווען א גאון אדיר, זיי וואלטן געווען באגלייבט אין בי"ד, נו אויב אזוי איז ער דאך אוודאי געווען א גאון אדיר.
איך דריי זיך אויס אפגעשמיסן. איך בין חוזק, מיינע טענות זענען פארענטפערט געווארן, און איך זע שוין בענדער חידושים בכל התורה כולה. איך קלער ווידער ביני לבין קוני:
רבי איד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!
[center]***[/center]
איבער א גלעזל קאווע, אין פאליש פון מיין שכינות'דיגן ביהמ"ד, שאפט זיך א שמועס איבער שיטת הרמב"ם ודעימיה איבער שדים ורוחות און מיסטיזם בכלל. ווי פארשטענדליך, ע"פ תורת הקבלה זענען די אלע זאכן פשוט'ע פאקטן, און תורת הקבלה איז געווארן אן אינטעגראלן חלק פון אידישן לעבנסשטייגער און גלויבן. איך ווארף אריין אז אפילו לאנג נאכן רמב"ם, זענען זיינע שיטות געווען אנגענומען ביי א גרויס חלק כלל ישראל, און דאס איז געווען אין די זעלבע צייט וואס ספר הזוהר ובעלי מקובלים זענען שוין לאנג געווען מפורסם און פארשפרייט בקרב ישראל, ענטפערט ער מיר אז נאכן הייליגן אריז"ל וואס האט געמאכט די גילויים מן השמים, טאר מען נישט מפקפק זיין אין גארנישט וכו'.
ווען איך ווייז אים אז רבי יעקב עמדין האט מפקפק געווען אין רוב זוהר [כאטש ער איז זעלבסט געווען א בקי בתורת הקבלה], און דער חת"ס [תלמיד המקובל רבי נתן אדלער] האט געהאלטן ווי אים, און דער נודע ביהודה ותלמידו בעל שו"ת תשובה מאהבה (-הגאון רבי אליעזר פלעקלס ראב"ד פראג) האבן געזאגט ענליך, און דער ארי נוהם האט אויך געלייקנט אין זוהר, און זיי אלע זענען געווען נאכן אריז"ל, דרייט ער זיך ארויס מיטן זאגן אז די ירושלימ'ע בי"ד האט שוין ארויסגעגעבן א חרם אין דער וואס לייקנט אין תורת הקבלה וכו'.
איך שפיר א שטאך אין הארץ. פארוואס קען מען נישט דן זיין איבער די נושאים? פארוואס ווען מ'בלייבט חוזק דרייט מען זיך ארויס? און איך זיד ארויס צווישן די ציין, שטילערהייט:
רבי איד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!
[center]***[/center]
איך זיץ ביי א שמחה מיט אפאר גוטע פריינט, חלקם ידענים וחלקם היסטאריקער, אבער אויסגעוואקסן אין היימישן שמעלץ טאפ. מיר טוען אדורך די השתלשלות פון השכלה די לעצטע דריי הונדערט יאר, ווען איך שטעל די פראגע צו זיי זענען געווען אינגאנצן אומגערעכט. א העפטיגע דיסקוסיע גייט אהין און צוריק מיט ראיות לכאן ולכאן. איך ציטיר טענות וואס זיי האבן געהאט, וואס וואונדערליך זאגן מיר היינט אזוי טיילווייז בנוגע אונזער סיסטעם ודרך החיים, און איך ברענג אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומן - דעם רמב"ם, ראב"ע, רד"ק, רלב"ג, רבי יהודה הלוי, רבי חסדאי אבן שפרוט, דער רס"ג, רבי שמואל הנגיד, וכו' וכו' וכו', וואס האבן עמטליך געפירט א לעבן מיט תורה ומדע, אנדערש ווי דער היינטיגער אורחות החיים.
דא ווערט יענער פארלוירן, און ער זאגט 'אפיקורס'. ווען ער בארואיגט זיך, מסביר'ט ער: קוק אן וואס איז געבליבן פון די משכילים, זיי זענען אלע אראפ פון וועג. יעצט בין איך רואיג, דער רמב"ם און רס"ג זענען ווארשיינליך אויך געווען אפיקורסים, ווייל אז נישט זוך איך נאכאלס אן ענטפער אויף מיין טענה. נישט אז די טענה איז אפגעפרעגט, אבער מיט וואס איז דאס אן ענטפער אויף מיינס?
אינגאנצן פאר'יאוש'ט טראכט איך ווידער און ווידער: "פארוואס?! פארוואס צום סוף ענטפערט מען נישט לגופו של ענין?!"
רבי איד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!
[center]***[/center]
מיין טאטע האט מיר געזאגט ווען איך בין געווען א קינד, אז ווען מ'שפילט די געים Rummikub איז דא א Joker קארטל, דאס קען מען נוצן סיי ווען, אבער בעיקר נוצט מען דאס ווען מ'איז 'סטאק'. מ'האלט ביים פארלירן דעם געים צום חבר, און דאן שלעפט מען ארויס דעם 'וואונדער-וואפן': די Joker. יעצט האסטו געווינען די געים.
ער האט אויסגעפירט: ווען מענטשן פירן א דיאלאג, וועט זיך דער שמועס אסאך מאל ענדיגן ווען יענער שרייט: 'אפיקורס'! אדער ענליכעס. וויסן זאלסטו, דאס מיינט אז דו האסט באמת געווינען די שפיל, נאר יענער שלעפט ארויס דעם Joker קארטל, ווען ער שפירט זיך חוזק און ליידיג פון עפעס א גוטע טענה. ער מיינט אז אזוי האט ער דיך אפגעענטפערט, אבער באמת ווייזט דאס אז יענער האט פארלוירן די שפיל - - -
[center]***[/center]
עס איז באקאנט די מעשה מיטן קאצקער, וואס זיין שווער האט ביים סעודה - וואו ער האט אריינגעריקט בשר ודגים וכל מטעמים - געזאגט אויף יעדן מאכל 'אינני אוכל להנאת גופי, אלא לכבוד שבת קודש'. און זיין איידעם האט געשוויגן. ווען דער שווער האט עס באמערקט, האט ער אים אויפגעמערקט אז מ'דארף זאגן דעם נוסח. האט דער איידעם געזאגט: 'אינני אוכל לכבוד שבת קודש, אלא להנאת גופי'... דער שווער האט נישט געכאפט, און האט אים געזאגט 'נו, טעות'! אויף וואס דער איידעם האט געענטפערט: 'טעות, אבל אמת'!
מיין פעטער האט מיר אמאל געזאגט אן אייגן פאבריצירטע שטיקל זוהר [מיט מיינע הוספות], וז"ל: כד יתבין ישראל ואכלין סעודתא דשבתא, ושתיין חמרא חריפא אוכמתא ותכלתא (פי', יי"ש בלעק לעיבל און בלוי לעיבל), ואכלין תרנגלותא פטימא, פשטידא, פרגולתא, ומיני דתרגימא, ואמרין 'לכבוד שבת קודש'. קוב"ה מאי קא עביד בההוא שעתא? קוב"ה אומר לפמליא דיליה: 'נצחוני בני, נצחוני'...
גאט קרעכצט אונטער: קינדערלעך טייערע, איר האקט אריין מכל הבא ביד מנחה, און נאכהער שלעפט איר ארויס דעם Joker 'לכבוד שבת קודש', און יעצט בין איך חוזק. 'נצחוני בני, נצחוני'.
מיין טייער קינד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!
[center]***[/center]
איר קענט די ערנסטע כולל יונגעלייט, וואס מאכן זיכער איינצופאקן א פעטע פרישטאג פון א סעודת ברית, 'ווייל ס'איז א גרויסע ענין צו עסן פון א סעודת ברית'?! איר קענט די צדיקים וואס פארפאסן נישט קיין סעודת פדיון הבן, ווייל ווער ס'עסט פון א סעודת פדיון הבן איז 'כאילו' התענה פ"ד תעניתים?! איר וועט זיי נישט טרעפן פאסטן עשי"ת ווייל ס'שטייט גרויסע ענינים אויף פאסטן אין די געהויבענע זמנים, טאקע אין שולחן ערוך זעלבסט. כ'גלייב שווער אז ער איז מקפיד אויפן כל הכועס 'כאילו' עובד ע"ז. אבער פארפאלן, ער האט דעם Magic קארטל און גאט האט מיט אים קיין צוויי ברירות.
ער איז נאך פון די גוטע זייט. עס זענען דא אנדערע וואס האבן שלעכטע נייגונגען, איינער האט ליב צו שלאגן אנדערע מענטשן, ס'ברענגט אים א תענוג צו זען בלוט. ער קען עס נישט ארויסווייזן סתם אזוי. א צווייטער באלעקט זיך די פינגער ווען ער בא'שגצ'ט א צווייטן, דערנידערט אים, הייבט זיך דורכן צוקלאפן א צווייטן. אבער הייב אן צו שרייען סתם אזוי אויף א איד. א דריטער וואלט ווען באווארפן מענטשן מיט שטיינער ווען ער קען, בזמן הבית וואלט ער אייביג הנאה געהאט פונעם ספעקטאקל וואס רופט זיך 'סקילה'. אבער ער הייסט אן ערנסטער מענטש, וויאזוי נעמט מען זיך ווארפן שטיינער אויף מענטשן אין א גרינעם דינסטאג? א פערטער וויל יורד זיין לחיי האחר, דיקטירן יענעמ'ס לעבן, זיין מאכטפול. אבער סתם אזוי קען ער נישט ווייזן זיין אמת'ער פרצוף, ווען ער שפילט גאר עניו אין ביהמ"ד.
דא קומט אריין דער Joker: דער וואס ליבט געשלעגן און בלוט פארגיסונגען, וועט זיך אננעמען פאר זיין רבי און שלאגן דעם צד שכנגד [געווענליך, זיין רבי'ס ברודער]. ער שלאגט דאך לש"ש.
דער וואס האט ליב צו בא'שגצ'ן אנדערע, דערנידערן און צוקלאפן א צווייטן, גייט ארומגיין מיט א פארזויערטע מינע אויפן געזיכט ביי הויכע שמו"ע, זוכן א קרבן וואס רעדט אינמיטן שמו"ע וואס דאן האט ער מצוה פון 'וגוערין בו'.
דער וואס וויל ווארפן שטיינער, וועט שטיין און ווארטן אויף א קאר אום שבת, צו קען מקנא זיין קנאת ה' דורך צו'מזיק'ן יענעמ'ס קאר מיט זיין שטיינער ווארפעריי. בשעת הדחק וועט ער זוכן א סאלדאט, שרייען 'נאצי', און דאן איז ער פולשטענדיג בארעכטיגט מיט זיין פארשטיינערן א צווייטן.
דער וואס לעבט פון דערדריקן א צווייטן, דער וואס אטעמט 'מתכבד בקלון חבירו', דער טרעפט שוין באמישקייט אין א צווייטן, א אינטש וואס פעלט אין יענעמ'ס ווייב'ס קלייד, א סעלפאן וואס האט נישט א ספעציפישער קהילה זיגל, אדער באשאפט מען א נייע תקנה, מיט וואס ער איז הייליגער פון יענעם, און מיט וואס ער קען יענעם צוקוועטשן. ער איז דאך א פרומער, א מתחסד עם קונו, א מקנא קנאת ה', א לוחם מלחמת חרמה מיט מחבלים בכרמים.
און גאט וויינט, ובת קול מנהמת כיונה ואומרת:

'שמוני נוטרה את הכרמים, כרמי שלי לא נטרתי'. שלמה המלך, דער חכם מכל אדם, דער וואס האט ארויס מענטשליכע נייגונגען, פרומקייטן ווי געמיינהייט, און ספעציעל ווען זיי מישן זיך צאם, דער וואס שארפט אויס מוחות אין 'משלי' און באוויינט זיי אין 'קהלת', דער צייכנט זיך אויס אין באשרייבן מענטשליכע נטיות אין זיין 'שיר השירים'.
"כל הכתובים קודש, ושיר השירים קודש קדשים" - זאגט דער גרעסטער רבן של ישראל זינט משה רבינו, רבי עקיבא [מסכת ידים פ"ג מ"ה]. ער דריקט זיך אפילו אויס: "אין כל העולם כולו כדאי – כיום שניתן בו שיר השירים לישראל". דארט אין שיר השירים, דרייט זיך ארום דער ענדלאזער מבקש, צומאל ער - צומאל איר, און באוויינען זייער אויסגעשלאסנקייט: 'אבקשה את שאהבה נפשי, בקשתיו ולא מצאתיו'. 'קומי לך רעייתי יפתי, ולכי לך'. 'מצאוני השומרים הסובבים בעיר, הכוני פצעוני'.
אמאל דרייט זיך ארום א זעקל אטאמען, א שטיקל בשר ודם, און זוכט. 'אני לדודי ודודי לי'. ער וויל זיך דערגרינטעווען צו עפעס טיפער'ס, טרעפט ער אן שומרים 'הכוני פצעוני'. זיי האבן גאט אין קעשענע, 'אפיקורס' שרייט ער, ווישט אפ די וואנצעס, און ער האט געווינען. זיין Joker איז שטערקער פון מיין 'מתרפקת על דודה', שטערקער פון מיין 'אני לדודי ועלי תשוקתו'.
צומאל דרייט זיך ארום גאט אליינס, עלנד און פארווייטאגט, זיין שענסטע יצירה - די וועלט, נוצט אים ווידערצושפעניגן אין אים:
[center]אין זיין באשאפענע וועלט, גאט איז געפאנגען.
זיינע קינדער שפעטן, מיט ווידערשפעניגע געזאנגען.
באצווינגען שמאלקעפיגקייט, מיט אייזערנע צוואנגען.
וויפיל מער רשעות, אלס העכערע ראנגען.
און גאט קלאגט, א בת קול טוט אפקלאנגען:[/center]
קינדערלעך טייערע, הייבטס מיך אן צו זוכן! און ווען איר ווילט מיר זוכן, ביטע, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker - - -

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- ביליג
- היימישער באניצער
- הודעות: 561
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 356 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
Re: רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker
יישר כח ויעשר כחך
האסט מיר אפגעשטעלט מיין מח פאר איין מנוט פון טראכטן די אלטע וועג

ביליג איז טייער...
ס'איז דא ביי אונז א קבלה פונעם רבין רבי זושא, (היינט די יאהרצייט), אז ווען אלע יידן וועלן ענדיגן אפליינען דעם ארטיקל וועט זיין דער תיקון השלם און דער גאולה שלמה.
שש, יפוצו מעיניתך חוצה!
שש, יפוצו מעיניתך חוצה!
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
הערליך הערליך שיין! יישר כח, שש!
איך וואלט צעטיילט די נושא אויף צוויי. דער חלק פון אונטערקויפן דעם אייבערשטן מיט גרינגע זאך, איז נישט אזא שלעכטע זאך. דער אייבערשטער וויל סך הכל אז מען זאל היטן די תרי"ג מצות, ער איז נישט דוקא אויסן אז דער מענטש זאל זיך צוברעכן דעם גוף און נישט הנאה האבן אויף דער וועלט. אויב איינער עסט אום שבת שלא להנאת גופו, ער האט נישט קיין הנאה פון די עסן, דאן האט ער לכאורה נישט יוצא געווען די מצוה פון עונג שבת.
דאס נוצן אבער דעם אייבערשטן פאר א קרדום צו האקן יענעמ'ס קאפ, דאס טויג שוין נישט.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
דעם רמב"ם, ראב"ע, רד"ק, רלב"ג, רבי יהודה הלוי, רבי חסדאי אבן שפרוט, דער רס"ג, רבי שמואל הנגיד, וכו' וכו' וכו', וואס האבן עמטליך געפירט א לעבן מער-ווייניגער ווי די 'משכילים' און נישט ווי אונז חרדים.
מיט וואס האבן זיי געפירט א לעבן ווי משכילים? ווייל זיי האבן חולק געווען אויף חז"ל אין געוויסע אגדות הש"ס?
הרב שש, איך גלייך גראדע אסאך מאל דיינע ווערק, אבער דאס איז ממש שלא בדרא. אזוי שטותים צו בראקן דארף מען קענען.

Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker
צעשמעטערט מיין לייק באטן.
אלע דיינע ארטיקלען זענען די בעסטע און דאס איז די בעסטע פון די בעסטע.

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
דער אדנירם איז impossible
גראדע האב אויך געוואלט אויף דעם מעיר זיין שש, זאלסט אביסל מער מרחיב בדיבור זיין. את"ל אז זיי זענען געווען משכילים, דאן מיט וואס זענען זיי אנדערש געווען פון די עכטע משכילים? דיין חבר האט פארט עפעס געזאגט, נאר די פראבלעם איז געווען אז ער איז נישט געווען גרייט פאר אן ענטפער. די רעאליטעט איז אז עס איז גארנישט געבליבן פון די אלע משכילים, דאן וויאזוי פונאדערשייד מען זיי פון די אונזערע גרויסע מענטשן ווי דער רמב"ם?
זוכער האט געשריבן:דעם רמב"ם, ראב"ע, רד"ק, רלב"ג, רבי יהודה הלוי, רבי חסדאי אבן שפרוט, דער רס"ג, רבי שמואל הנגיד, וכו' וכו' וכו', וואס האבן עמטליך געפירט א לעבן מער-ווייניגער ווי די 'משכילים' און נישט ווי אונז חרדים.
מיט וואס האבן זיי געפירט א לעבן ווי משכילים? ווייל זיי האבן חולק געווען אויף חז"ל אין געוויסע אגדות הש"ס?
הרב שש, איך גלייך גראדע אסאך מאל דיינע ווערק, אבער דאס איז ממש שלא בדרא. אזוי שטותים צו בראקן דארף מען קענען.
גראדע האב אויך געוואלט אויף דעם מעיר זיין שש, זאלסט אביסל מער מרחיב בדיבור זיין. את"ל אז זיי זענען געווען משכילים, דאן מיט וואס זענען זיי אנדערש געווען פון די עכטע משכילים? דיין חבר האט פארט עפעס געזאגט, נאר די פראבלעם איז געווען אז ער איז נישט געווען גרייט פאר אן ענטפער. די רעאליטעט איז אז עס איז גארנישט געבליבן פון די אלע משכילים, דאן וויאזוי פונאדערשייד מען זיי פון די אונזערע גרויסע מענטשן ווי דער רמב"ם?
איך בין נישט אויסן דא אריינצוגיין אינעם נושא פון השכלה, וואס איז נישט די טעמע פונעם אשכול נאר א זייטיגער פאקטאר ארויסצוברענגען אן אנדערע נקודה. פארט אבער, וועל איך מסביר'ן בקוצר אמרים.
רוב ערשטע משכילים, האבן גע'טענה'ט אזויווי אסאך פון אונז טענה'ן, אז אכשר דרא פארמערט חומרות ע"ג חומרות, און ווער ס'טרעפט אויס מער מאדנע פרומקייטן ווערט גאר א העלד. אנדערע האבן אנגעוויזן אויף די אויבנדערמאנטע גדולי ישראל, וואס האבן געמישט תורה מיט מדע, לערנענדיג אסטראנאמיע, אסטראלאגיע, סייענס, דאקטאריי, היסטאריע, דקדוק, א.א.וו. וואס איז מער-ווייניגער אויסגעריסן געווארן במשך הדורות, ובפרט ביי גדולי ישראל. כאילו דאס איז גאר א סתירה מיטן זיצן און לערנען.
די סיבה פארוואס ס'איז כמעט גארנישט פארבליבן פון די אמאליגע משכילים, איז ווערד א באזונדערע שמועס, און קען נישט פארענטפערט ווערן על רגל אחת אין אן אשכול וואו עס קומט נישט אריין. אבער נקוט האי כללא בידך, נניח ס'געווען א גרעסערע פראבלעם מיט השכלה ווי מיט די ראשונים וועמען זיי האבן כלומר'שט נאכגעפאלגט, קען מען פארט נישט זאגן אז אלעס וואס די משכילים האבן גע'טענה'ט איז אומריכטיג. און דערפאר האב איך מיך באנוצט מיט דעם לשון: ווען איך שטעל די פראגע צו זיי זענען געווען אינגאנצן אומגערעכט.
רוב ערשטע משכילים, האבן גע'טענה'ט אזויווי אסאך פון אונז טענה'ן, אז אכשר דרא פארמערט חומרות ע"ג חומרות, און ווער ס'טרעפט אויס מער מאדנע פרומקייטן ווערט גאר א העלד. אנדערע האבן אנגעוויזן אויף די אויבנדערמאנטע גדולי ישראל, וואס האבן געמישט תורה מיט מדע, לערנענדיג אסטראנאמיע, אסטראלאגיע, סייענס, דאקטאריי, היסטאריע, דקדוק, א.א.וו. וואס איז מער-ווייניגער אויסגעריסן געווארן במשך הדורות, ובפרט ביי גדולי ישראל. כאילו דאס איז גאר א סתירה מיטן זיצן און לערנען.
די סיבה פארוואס ס'איז כמעט גארנישט פארבליבן פון די אמאליגע משכילים, איז ווערד א באזונדערע שמועס, און קען נישט פארענטפערט ווערן על רגל אחת אין אן אשכול וואו עס קומט נישט אריין. אבער נקוט האי כללא בידך, נניח ס'געווען א גרעסערע פראבלעם מיט השכלה ווי מיט די ראשונים וועמען זיי האבן כלומר'שט נאכגעפאלגט, קען מען פארט נישט זאגן אז אלעס וואס די משכילים האבן גע'טענה'ט איז אומריכטיג. און דערפאר האב איך מיך באנוצט מיט דעם לשון: ווען איך שטעל די פראגע צו זיי זענען געווען אינגאנצן אומגערעכט.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker
האסט שוין אמאל געהערט דעם אויסדריק: ״אדער א מצוה אדער אן עבירה״, נישטא עפעס אינמיטן. וואס ווילסטו מיר זאגן אז די משכילים זענען געווען האלבע גויים? אידן מיט א טוויסט? לייט אידן? האלב רעפארמירט און האלב אידיש? מטרת יהודי איז צו ווערן נענטער צו ג-ט. סייוואס א מענטש זאל נאר טון אדער עוסק זיין, אויב ברענגט אים עס נענטער צו השם ותורתו, זאל ער דאס טון. אפילו די משכילים זענען געווען סיני ועוקרים הרים, אויב אבער זענען זיי מרוחק געווארן פון ג-ט איז דאס גארנישט ווערד. העסטו וועלן פרעגן פון וואנעט איך ווייס אויב זיי זענען מרוחק אדער מקורב, דאן קוק אויף זייערע אלע קינדער, עס איז פון זיי גארנישט געבליבן.
זעט אויס אז דער רמב״ם האט געקענט איבערקומען זיין לב, און ער האט פארברענט די השכלה, טראץ ער איז געווען א בקי בכל מכמני תורה והשכלה. ווידעראום די משכילים זענען פארברענט געווארן פון זייער השכלה.

אדנירם האט געשריבן:איך בין נישט אויסן דא אריינצוגיין אינעם נושא פון השכלה.
כדי דאס מסביר צו זיין לאורכה ולרחבה, דארף מען עפענען א באזונדערע אשכול. דא איז נישט דער פלאץ, ולכן לא אדון בזה עוד. אזויפיל יא, כ'האב אביסל פארענדערט מיין לשון, כדי מ'זאל נישט ארויסנעמען פון מיינע ווערטער דאס וואס איך האב נישט געמיינט. כ'האף אז כאטש יעצט וועט מען כאפן מיין כוונה, אנשטאט מיין לשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker
אייזענע ארטיקל @אדנירם!
ווען די האסט צייט, זיי אביסעל מער מאריך איבער די "רבי'נס שיטה", וועלכע סברא פארשטייסטו נישט, און ביי וועלכע קשיא האט יענער געמוזט ארויס נעמען זיין joker...
איך האלט אין איין הערן די זעלבע ניגון פון די סאטמורים "ס'נאר דא איין ספר להלכה איבער'ן גיין אין בחירות, דער ויואל משה, און קיינער האט עס נאך נישט מצליח געווען צו אפפרעגען"
כדרכך בקודש, אפשר קומט עס נישט אריין אלס תגובה, נאר אלס פרישע אשכול.
כי אם לשמוע את דבר ה'.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker
ווי איך האב געשריבען אינ'ם אנדער'ן אשכול, השכלה מיינט נישט מדע און ס'מיינט נישט קאלטקייט צו אידישקייט. ס'מיינט אנדערע ערכים ווי נאר וואס שטייט אין תורה. דער חובת הלבבות רופט עס אן 'צו השכל'. מיר זענען צוגעוואוינט אז ס'איז נישט דא קיין מדות צו מאראלען אחוץ וואס שטייט אין תורה. משכילים האבען אנדעריש געטראכט, אריינברענגענדיג געוויסע מענטשליכע געפילען און תיקון העולם וכו'. איך וואלט געזאגט אז בעלי מוסר מיט חסידים זענען ביידע ענדליך צו משכילים אין דער הינזיכט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker
כמובן יעדער זעט השכלה לויט וויאזוי ער וויל / איז אויף געצויגן געווארן. א ליטוואק וואס ווייסט אז ס'איז דא נאר תורה תורה תורה איז א משכיל איינער וואס וויל קענען עפעס אנדערש אויך; ביי א חסיד'ישער איז א משכיל ווער עס גלייבט נישט אז די צדיקים האבן רוה"ק.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

ברסלבער האט געשריבן:הערליך הערליך שיין! יישר כח, שש!
איך וואלט צעטיילט די נושא אויף צוויי. דער חלק פון אונטערקויפן דעם אייבערשטן מיט גרינגע זאך, איז נישט אזא שלעכטע זאך. דער אייבערשטער וויל סך הכל אז מען זאל היטן די תרי"ג מצות, ער איז נישט דוקא אויסן אז דער מענטש זאל זיך צוברעכן דעם גוף און נישט הנאה האבן אויף דער וועלט. אויב איינער עסט אום שבת שלא להנאת גופו, ער האט נישט קיין הנאה פון די עסן, דאן האט ער לכאורה נישט יוצא געווען די מצוה פון עונג שבת.
דאס נוצן אבער דעם אייבערשטן פאר א קרדום צו האקן יענעמ'ס קאפ, דאס טויג שוין נישט.
ריכטיג, און כ'האלט אויך אזוי.
איך רעד נאר כלפי די אנגעפראסענע מענטשן וואס 'קויפן אונטער' גאט מיט אזעלכע סארט מצוות, כדי ארויסצוברענגען איין נקודה. אז די מענטשן זוכן נישט די מצוה, און זוכן נישט דעם אמת. זיי טוען וואס זיי ווילן, און שטעלן אריין גאט אלס Joker וואו זיי ווילן. דער וואס מיינט צופעליג יא די מצוה, פון אים רעד איך נישט. איך האב נאר איין קו לאורך האשכול, און כ'רעד פון א ספעציפישע דרך החיים און מהלך המחשבה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער רונדיגער חשבון איז מורא'דיג. נאר דער רבי האט מברר געווען דעת תורתו אין א תשובה. איי, ס'איז דא שטארקע קשיא'ס אויף איהם? וויבאלד כל רז לא אניס ליה, מוז זיין ער איז גערעכט אפילו אן צו שרייבען דער תירוץ. נו אויב אזוי איז ער פונקט ווי זיין קעגענער. דער חזו"א איז עפעס ווייניגער כל רז לא אניס ליה?
סתם אזוי קען מען וויסען. ווען א חסיד זאגט אויף זיין רבי פיתום ורעמסס, מיינט עס נישט קיין געוואלדיגע הכנעה צו זיין רבי. ס'איז א זעלבסט אויסרימונג. 'מיין' רבי איז כל רז לא אניס ליה, 'מיין' רבי קען זינגען איינץ אין דער וועלט, ביז איינער וועט קומען און זאגען 'מיין' רבי איז משיח. ס'האט מיט וויפיל ישות א מענטש האט, אזויפיל וועט ער מגזם זיין אויף זיין רבי. ער רעדט כאילו פון הכנעה און דערווייל איז עס די גרעסטע ישות.
סתם אזוי קען מען וויסען. ווען א חסיד זאגט אויף זיין רבי פיתום ורעמסס, מיינט עס נישט קיין געוואלדיגע הכנעה צו זיין רבי. ס'איז א זעלבסט אויסרימונג. 'מיין' רבי איז כל רז לא אניס ליה, 'מיין' רבי קען זינגען איינץ אין דער וועלט, ביז איינער וועט קומען און זאגען 'מיין' רבי איז משיח. ס'האט מיט וויפיל ישות א מענטש האט, אזויפיל וועט ער מגזם זיין אויף זיין רבי. ער רעדט כאילו פון הכנעה און דערווייל איז עס די גרעסטע ישות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
הערסט א מעשה שש לויפט ארום פון איין שול צום צווייטען פארקויפן זיינע מעכטיגע השקפות אזעלעכע יסודות אין יודישקייט ענינים וואס יעדער איז שוין מער ווייניגער פעסט ביי זיך שוין יארן לאנג און ווען מען לייקט אים נישט דארטן אין די ריעל ווארלד נעמט ער זיך שרייען דשאוקער... אפשר גיי פארקויף אביסל קלענערע סחורה למשל טראמפ בוש אמשינאוו וכדומה וועט מען דיך אויפנעמן ווארעם. עניוועי איי פיל בעד פאר יו. חחח
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים