בלאט 1 פון 1

ויהי ממחרת...

נשלח: מיטוואך יאנואר 13, 2016 11:44 pm
דורך ליפא
אין ויהי אלא לשון צער. איך דארף הילף אראפנידערן פון מיין חלום, גראדע ווייט פון א געלט מענטש און דאך אריינגעפאלן אין די נעץ פון די מידיע פרענזי גזלנים.
איך קען באמת נישט צוריקגיין צום רעגולערן רוטין, כ'דריי זיך ארום אין מיין היים רעכטס און לינקס ארויף און אראפ כקראך אריין אין ווענט. וואו זענען מיינע חלומות געגאנגען, כ'האב שוין געזען א שיין הויז, חובות באצאלט, ארעמעלייט שמייכלען און איך א סימבאל וויאזוי א עושר בלייבט א באשיידן מענטש. מיט א אפענע טיר פאר יעדן נצרך.
עההה ווי גיי איך טאקע ווייטער פון דא? איך האב מיר באנארישט כאב געלעבט אין פאנטאזיע א וואך צייט, כאב געמיינט כבין קלוגער פון דעם. דערווייל בין איך נאך האלב שיכור האלב דערנידערט כוועל דארפן צו זיך קומען. ווילאנג וועט עס נעמען?

נשלח: מיטוואך יאנואר 13, 2016 11:51 pm
דורך [NAMELESS]
ביזט א שוואכע פאנטאזירער, ווייסטו דען נישט אז די סיבה פון דיין נישט געווינען איז ווייל דער באשעפער וויל אז מוצאי זאלסטו געווינען א גרעסערע סכום?

נאך אלעם איז 1.5 ביליון א קליינע נומבער קעגן וואס די האסט שוין געפלאנט צו טוהן מיט די געלט, אי״ה קומענדע וואך גייט עס זיין 2.2 דאס איז שוין עפעס א חתיכה הראוי, דאס איז שוין עפעס צום טיש.

א קיצור דערווייל שפילט דיין מזל....

נשלח: מיטוואך יאנואר 13, 2016 11:53 pm
דורך ליפא
וואס הייסט, ס'שוין דא זיכער איין געווינער אין קאליפארניע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 12:28 am
דורך שמעקעדיג
דו חלומ'סט. עס איז נאך ווייט נישט ממחרת. גיי שלאפן.

Re: ויהי ממחרת...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 2:23 am
דורך וזרח השמש
אזוי ער האט געדמיון'ט אז ער גייט געווינען, האט ער געדמיון'ט אז עס איז מארגען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:16 am
דורך שמעקעדיג
אה יעצט האט שוין פאסירט דער @וזרח השמש, אצינד איז שוין ממחרת.