בלאט 1 פון 1

קאמפסגרייט - ליד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 7:56 pm
דורך אלאדין
[center]צום שלאכט[/center]


די ליפן פארפרעסט, קוק איך אין הימל,
די אויגן צעשטרייט און ווילד.
דעם רוקן כ'שטעל אוועק שטייף,
און דאס פנים פארגערוקט אין קריג.

אין ברוסט גייט מיר בלוט
פון געשאסענע קוילן.
רינט אין א רויטקייט וואס איך ליב
און גיט מיר דעם כח פאר קאמף.

כ'צי ארויף די גאווה אויף מיר
אזוינס ווי קיינמאל פריער געהאט.
ס'בלאנקעט די שווערד מיר אין האנט,
אין דורשט נאך וויין, נאך א שלונג.

זאלן די האר מיינע לויפן אין גאנג
צעפליען אין שטורמישן דרויסן,
שטאלצע צום קריג, ווי איך,
מיט זלזול דעם לעבן אין די אויגן.

כ'שווער; ס'הארץ וואס האט געציטערט
וועט הארט זיין ווי שטאל פארן קאמף,
און די אויגן, די ווייכע צעשראקענע,
וועלן ממית'ן היינט מיטן בליק.

פארגאנגען די צייטן פון אמאל,
מער נישט! מער נישט!
כ'שווער הייליג דעם גאט פון מארס,
צו באטראכטן זיין עצה, זיין שפראך.

הערט מיך צארטע הענט און פינגער,
כ'באשווער אייך היינט ביי גאט,
איר זאלט אין אייער פחדנות
מיך נישט איבערגעבן דעם פיינט.

דערוואגט איר איין טרייסל נאר געבן
מאך איך אן עק אויך צו אייך
וועלן מיר ביידע שטארבן אינאיינעם,
נאר אנטלויפן פון קאמף, דאס ניין!

***

(געשריבן מיט א צייט צוריק, אין שייכות מיט א געזעלשאפטליכן דרוק קעגן פרייען אויסדרוק פון דער נשמה, פרייהייט צו זינגען און פרייהייט צו בענקען.)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:04 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
הערליך שיין מר. אאלא אכבאר. דאכט זיך די צווייטע שורה וואלט בעסער געפאסט די אויגן צושטרייט אנשטאט צושטערט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:12 pm
דורך אלאדין
א דאנק בענדזשאמין. איך האב געשריבן "צעשטארט" מיט אן אלף. מיין כוונה איז געווען דער שורש פון "ארויסשטארן", נאר דער פרעפיקס "צע" לייגט צו אביסל "צעשטרייטקייט" צו דער ארויסשטארונג... וויאזוי ס'זאל נישט זיין, האב איך עס געטוישט. א דאנק פאר דער באמערקונג.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 11:42 pm
דורך געוואלדיג
ווען [tag]אלאדין[/tag] באוואפנט זיך מיטן פענע און זאטלט אן דאס פאפיר און לאזט אין גאנג דאס הארץ, איז דער געווינס שוין דא.

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 2:28 am
דורך מאטי
הערליך!