בלאט 1 פון 1

דאס אומגעשריבענע פאעמע

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 2:43 am
דורך מאטי
[center] אן אומגעשריבענע פאעמע, אויף א ליידיגע בלאט
[/center]
איך שרייב
דאס אומגעשריבענע
איך מאהל
די אומגעצירטע
א דענקמאל
פאר דאס אומפאסירטע
א געהיים.

א ליידיגע בלאט....

איינער א חלום,
א צווייטער א פאטענט
קיין נאבעל פרייזר
אומפארענדיגטע הענט
קיינע טאגביכר
מיטן מצב שלום.

א ליידיגע בלאט....

פאר די אלע וועלכען
שרייבן האבן געוואלט, אבער
נישט אנגעקומען דערצו
אה! מעגליך עלטערן
האבן דערשלאגן, אדער
סיי וואספארא סיבה צו

א ליידיגע בלאט...

פאר די שרייבער
וועלכע האבן יא עספיעט
אבער די גאס איר פארקוקט
אדער האבן פארברענט גאר!
ווייניגער מזל'דיג
ווי קאפקע'ס ווערק

פאר די פילאזאפן
נאך קלוגער ווי סאקראטעס
אבער אין מארק פון אטהענס
זיך נישט געדרייט אפען


פאר די העלדן אומגעווארענע
פון צפון אפריקע
ביז אייראפע
ביזן יופראטעס
אונטער גראטעס
אוועקגעווארפענע

פאר די  פארגאזטע בגינ'ס
פאר די פארשקלאפטע מאנדעלאס
פאר די דערמארדערטע גאנדיס
פאר די פארשוויגענע שפינאזעס

פאר די אנא פראנקס
וואס האבן אפשר פארשריבן
אפשר נישט, אדער וואס
זייערע מחשבות
פארבלאזן ווי א טראנס
אין קעלער אויף אייביג געבליבן
פארשיקט איר באלעבאס

For the schoolgirl, a thought
Bullied so ill, but
Lacking the thrill, gut
To schedule a deadline
Torture, minus the Headline