בלאט 1 פון 2

טרענס אין קבלה

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 10:45 am
דורך ימי קדם
אבי שטיין האט ארויסגעלייגט א ליקוט פון מקורות אין קבלה וואס -לויט איר - רעדן פון א מציאות פון טרענסגענדער (איינער ווייסט א אידישע ווארט פאר דעם? אין עברית איז עס "טרענסג'נדר, אדער אין די הלכה ספרים 'שינוי מין') אין תורת הקבלה. פון א שיעור וואס זי האט געגעבן ביי די "אשל" (א אזויגערופענע 'ארטאדקסישער LGBT גרופע) שבתון.

עס איז גאנץ קלאר אז זי נעמט עס אביסל צו ערנסט, עס ווייזט אבער קלאר אז אין קבלה איז דא א מציאות פון זיין א זכר אין די גוף פון א נקבה, אדער א נקבה אין גוף פון א זכר.

זייער אינטערסאנט איז די שטיקעל פון ספר אבן בוחן פונעם פייטן רבי קולינמוס בן קלונימוס, וואו ער רעדט זיך אויס אז ער פילט ווי א פרוי, וואלט געוואלט חתונה האבן מיט א מאן, און שרייבט די תפילה:
אבִינוּ שֶׁבַּשָּׁמַיִם / שֶׁעָשִׂיתָ נִסִּים לַאֲבוֹתֵינוּ בָּאֵשׁ וּבַמַּיִם / הָפַכְתָּ אוּר כַּשְׂדִים לְבַל תִּשְׂרֹף בְּחֻמָּהּ / וְהָפַכְתָּ דִּינָה בִּמְעֵי אִמָּהּ / וְהָפַכְתָּ הַמַּטֶה נָחָשׁ לְעֵינֵי אַלְפֵי רִבְבָן / וְהָפַכְתָּ הַיָּד הַטְּהוֹרָה לָבָן / וְהָפַכְתָּ יַם סוּף לְיַבָּשָׁה / וְקַרְקַע הַיָּם אֶרֶץ נְגוּבָה וְקָשָׁה / הַהוֹפְכִי הַצּוֹר אֲגַם מַיִם / חַלָּמִישׁ לְמַעְיְנוֹ מָיִם / מִי יִתֵּן וְתַהְפְכֵנִי מִזָּכָר לִנְקֵבָה! / אִלּוּ זָכִיתִי לְכָךְ כַּמָּה חֲנַנְתַּנִי טוֹבָה / גְּבֶרֶת הַבַּיִת הָיִיתִי וְחָנִיתִי לְבֵיתִי מִצָּבָא / וּמָה אֲדַבֵּר וּמָה אֹמַר / לָמָּה אֶבְכֶּה וְלָמָּה אֶתְמַרְמָר / אִם אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם גָּזַר עָלַי / וְנָתַן בִּי מוּם קָבוּעַ אִי אֶפְשָׁר לַהֲסִירוֹ מֵעָלָי / וְהַדְּאָגָה בְּמַה שֶּׁאִי אֶפְשָׁר כְּאֵב אָנוּשׁ וָחֵבֶל / וְלֹא יוֹעִילוּ בָהּ תַּנְחוּמִין שֶׁל הֶבֶל / אָמַרְתִּי אֶשָּׂא וְאֶסְבֹּל / עַד אֶגְוַע וְאֶבֹּל / וְאַחַר שֶׁכָּךְ לָמַדְתִּי מִפִּי הַשְּׁמוּעָה / שֶׁמְּבָרְכִין עַל הַטּוֹבָה וְעַל הָרָעָה / אֲבָרֵךְ בְּקוֹל נָמוּךְ בְּשָׂפָה חֲלוּשָׁה / בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ שֶׁלֹּא עָשַׂנִי אִשָּׁה.

די ליקוט איז אנליין: http://www.sefaria.org/sheets/24596

ביטע נישט פארפירן די נושא וועגן אבי שטיין פערזענליך. לאז מיר הערן וואס חברי השטיבל טראכטען וועגן די עצם מקורות.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 10:50 am
דורך פרייוויליג
עס איבעלט און גריצעלט אין די אויער ווען מען נוצט 'איר' אדער 'זי' אויף א 'זכר'.

Re: טרענס אין קבלה

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 10:57 am
דורך mevakesh
די ציטאט פון ר' קלונימוס איז טאקע איטערסאנט און ווייזט ממש אויף טראנס
די אנדערע מקורות זענען מער מיסטישע רעיונות וואס מען זעהט אסאך אין ספרי קבלה אבער עס איז שווער עס צוצפאסן צו די נושא פון טראנס למעשה

Re: טרענס אין קבלה

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 11:41 am
דורך mevakesh
נאכן נאכקוקען די מקור פון רבי קלונימוס קוקט אויס ווי ער רעדט פון גאר אנאנדער געדאנק ער רעדט פון די עול תורה ומצוות וואס א זכר האט און ווי שווער עס איז אקעגן די מצוות פון א פרוי
קוקט אין דעם לינק ווי ער ברענגט די גאנצע לשון http://www.on1foot.org/text/even-bochan-kalonymus-ben-kalonymus

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 1:14 pm
דורך ימי קדם
זי ברענגט אויך די גאנצע אין די לינק. עז זעהט מער אויס ווי עד באדערט אים בדרך כלל אז ער איז א מאן.

דא איז די גאנצע אין לשון קודש און ענגליש:

לייג צו קאפ צו די באלד חלק. עס איז קלאר וואס ער וויל.


אוי למי שבניו זכרים: הוטל עליהם עול כבד סיגים וגדרים... חקים חוקים ומצות נוראות, שלשה עשר ושש מאות: ומי האיש הלזה, שיקיים מה שכתב בזה?

אילו בראני, אומן שעשאני, אשה הגונה - היום הייתי חכמת לב ובעלת בינה. בידיה טוו אני ורעיותי מחזיקות בפלך מוזרת לבנה, מספרות זו עם זו פעם באור פעם באפלות, דברי הימים והבלי טפלות...

ולעתים מזומנים כדרך נשים כמשפט הבנות, בתוך האפר אשכבה בין שפתים, מקום שפיחת הקדרות בין תנור וכירים, חוטבת עצים וחותה בגחלים, וטועמת מיני תבשילים. ולמועד ורגלים, הנזם על אפי והעגילים...

ולקץ ימים בהגיע פרקי ומזלי, בחור טוב יעלה בגורלי: יאהבני אישי יושביני בקתדרא, יעדה עדי זהב על מעילי, הנטיפות והשירות וגם כל חלי. וביום מועד, בעדן חדוה והכנסת כלה ובשבוע הבן, תרבה שמחתי וגילי...

חוק ומוסר לא יפרע, ועונתי לא יגרע: שבת בשבתו וחדש בחדשו, עלי יניח צדיק ראשו: שלש אלה יעשה לי כמצות שוכן מעונה: שאר כסות ועונה. גם אני שלש כנגד שלש אשמור ואקים, שלשה המה לא נפלאו ממני ולא רחוקים: דם ואש וחלת לחם... עליהם אין להוסיף במספר ומנין, אין לשאול אחריהן: הני נשים במאי זכיין?


אבִינוּ שֶׁבַּשָּׁמַיִם / שֶׁעָשִׂיתָ נִסִּים לַאֲבוֹתֵינוּ בָּאֵשׁ וּבַמַּיִם / הָפַכְתָּ אוּר כַּשְׂדִים לְבַל תִּשְׂרֹף בְּחֻמָּהּ / וְהָפַכְתָּ דִּינָה בִּמְעֵי אִמָּהּ / וְהָפַכְתָּ הַמַּטֶה נָחָשׁ לְעֵינֵי אַלְפֵי רִבְבָן / וְהָפַכְתָּ הַיָּד הַטְּהוֹרָה לָבָן / וְהָפַכְתָּ יַם סוּף לְיַבָּשָׁה / וְקַרְקַע הַיָּם אֶרֶץ נְגוּבָה וְקָשָׁה / הַהוֹפְכִי הַצּוֹר אֲגַם מַיִם / חַלָּמִישׁ לְמַעְיְנוֹ מָיִם / מִי יִתֵּן וְתַהְפְכֵנִי מִזָּכָר לִנְקֵבָה! / אִלּוּ זָכִיתִי לְכָךְ כַּמָּה חֲנַנְתַּנִי טוֹבָה / גְּבֶרֶת הַבַּיִת הָיִיתִי וְחָנִיתִי לְבֵיתִי מִצָּבָא / וּמָה אֲדַבֵּר וּמָה אֹמַר / לָמָּה אֶבְכֶּה וְלָמָּה אֶתְמַרְמָר / אִם אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם גָּזַר עָלַי / וְנָתַן בִּי מוּם קָבוּעַ אִי אֶפְשָׁר לַהֲסִירוֹ מֵעָלָי / וְהַדְּאָגָה בְּמַה שֶּׁאִי אֶפְשָׁר כְּאֵב אָנוּשׁ וָחֵבֶל / וְלֹא יוֹעִילוּ בָהּ תַּנְחוּמִין שֶׁל הֶבֶל / אָמַרְתִּי אֶשָּׂא וְאֶסְבֹּל / עַד אֶגְוַע וְאֶבֹּל / וְאַחַר שֶׁכָּךְ לָמַדְתִּי מִפִּי הַשְּׁמוּעָה / שֶׁמְּבָרְכִין עַל הַטּוֹבָה וְעַל הָרָעָה / אֲבָרֵךְ בְּקוֹל נָמוּךְ בְּשָׂפָה חֲלוּשָׁה / בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ שֶׁלֹּא עָשַׂנִי אִשָּׁה.
Even Bohan, Kalonymus ben Kalonymus
What an awful fate for my mother / that she bore a son. What a loss of all benefit!... Cursed be the one who announced to my father: “It’s a boy! . . .
Woe to him who has male sons / Upon them a heavy yoke has been placed / restrictions and constraints. Some in private, some in public / some to avoid the mere appearance of violation / and some entering the most secret of places. Strong statutes and awesome commandments / six hundred and thirteen / Who is the man who can do all that is written / so that he might be spared?
Oh, but had the artisan who made me created me instead—a fair woman. Today I would be wise and insightful. We would weave, my friends and I / and in the moonlight spin our yarn / and tell our stories to one another / from dusk till midnight / We’d tell of the events of our day, silly things / matters of no consequence. But also I would grow very wise from the spinning / and I would say, “Happy is she who knows how to work with combed flax and weave it into fine white linen.” And at times, in the way of women, I would lie down on the kitchen floor, between the ovens, turn the coals, and taste the different dishes. On holidays I would put on my best jewelry. I would beat on the drum / and my clapping hands would ring. And when I was ready and the time was right / an excellent youth would be my fortune. He would love me, place me on a pedestal / dress me in jewels of gold / earrings, bracelets, necklaces. And on the appointed day, in the season of joy when brides are wed, for seven days would the boy increase my delight and gladness. Were I hungry, he would feed me well-kneaded bread. Were I thirsty, he would quench me with light and dark wine. He would not chastise nor harshly treat me, and my [sexual] pleasure he would not diminish / Every Sabbath, and each new moon / his head he would rest upon my breast. The three husbandly duties he would fulfill / rations, raiment, and regular intimacy. And three wifely duties would I also fulfill, [watching for menstrual] blood, [Sabbath candle] lights, and bread. . .
Father in heaven / who did miracles for our ancestors / with fire and water / You changed the fire of Chaldees so it would not burn hot / You changed Dina in the womb of her mother to a girl / You changed the staff to a snake before a million eyes / You changed [Moses’] hand to [leprous] white
and the sea to dry land. In the desert you turned rock to water / hard flint to a fountain. Who would then turn me from a man to woman? Were I only to have merited this / being so graced by your goodness. . . What shall I say? Why cry or be bitter? If my Father in heaven has decreed upon me / and has maimed me with an immutable deformity / then I do not wish to remove it. And the sorrow of the impossible / is a human pain that nothing will cure / and for which no comfort can be found. So, I will bear and suffer / until I die and wither in the ground. And since I have learned from the tradition / that we bless both the good and the bitter / I will bless in a voice / hushed and weak / Blessed are you / O Lord / who has not made me a woman.

Re: טרענס אין קבלה

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 5:37 pm
דורך ירא שמים
איך גלייב ער׳ט עס געשריבן אלס משל אדער עפעס אזוי.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 5:44 pm
דורך פארשוויגען
סתם אזוי זייער אינטרעסאנטע מקורות. די שאלה איז אבער נישט אויב מען נעמט די מקורות צו ערנסט נאר צו זיי האבען בכלל עפעס א שייכות מיט טרענס. בפשטות האט עס לכאורה גארנישט איינגעלייגט דערמיט.

לגבי די ענייני קבלה: אז א זכר קען האבען זיין נשמה א בחינת נקבה אדער א נקבה קען זיין מגולגל אין א זכר איז טאקע אן איטרעסאנטע בחינה אבער עס מיינט גארנישט למעשה. פונקט ווי איך קען זיין א גלגול פון פרעה און דאס מיינט נישט איך קען זיין קעניג פון עגיפטען, אדער א גלגול פון בעל שם טוב מיינט נישט איך קען ווערן א חסידישע רבי. דער טרענס וויל דאך דאס נוצען אז טאמער האט ער א נשמה פון א צווייטער מין קען ער ממש זיך פירען ווי יענער מין ולא קרב זה אל זה.

לגבי די פאעם פון ר' קלונימוס: איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איז די הגדרה פון טרענס אויף צו קענען ריכטיג חוקר זיין, אבער אז א זכר קען הערן עס איז דא מעלות אדער פרעפערענצן פון זיין א נקבה און זיך אפילו גלוסטען דאס צו זיין דאס איז דאך נישט קיין שום חידוש. פונקט ווי עס פארשטייט יעדער אז א נקבה קען זיך גלוסטען צו זיין א זכר צוליב די מעלות וואס א זכר האט, קען דאך זיין א זכר זאל גלוסטען ער זאל זיין א נקבה צוליב אירע מעלות (וואס דאס איז טאקע מער א חידוש אין יהדות אפשר און איז דער חידוש פון דער פאעם). אבער פון דעם ביז אז ער זאל זיך אידענטיפיצירען אלץ א נקבה איז ווייטער לא קרב זה אל זה.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 6:00 pm
דורך פארשוויגען
דער קלונימוס איז געווען א גדול בתורה? איינער ווייסט? עס זעהט אויס ער האט געשריבען פארשידענס סתם ליצנות אזויווי מסכת פורים

איך זעה דאאז יש אומרים עס איז סתם א וויץ אדער א מליצה צו זאגן מוסר אויף מענטשען וואס זענען נישט מקיים קיין מצות אז ענדערש ואלטן זי געווען נשים וואס זענען פטור ממצוות.

Re: טרענס אין קבלה

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 6:01 pm
דורך ירא שמים
ער וויל זיך ברענגען א ראי׳ אז ער האט באקומען די נשמה פון א נקבה און באלאנגט צו זיין א נקבה זאלסט נישט מיינען ח״ו אז ער איז סתם א נערוון קראנקע…

Re: טרענס אין קבלה

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 8:19 pm
דורך נעגעל וואסער
פארשוויגען האט געשריבן:דער קלונימוס איז געווען א גדול בתורה? איינער ווייסט? עס זעהט אויס ער האט געשריבען פארשידענס סתם ליצנות אזויווי מסכת פורים

איך זעה דאאז יש אומרים עס איז סתם א וויץ אדער א מליצה צו זאגן מוסר אויף מענטשען וואס זענען נישט מקיים קיין מצות אז ענדערש ואלטן זי געווען נשים וואס זענען פטור ממצוות.

א שפע פון איבריג צייט האט ער זיכער געהאט, צו קענען שרייבן אזא חיבור...

וואס וואלט איך געטוהן אן די געוועב?? מן הסתם די זעלבע.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
ברענגען מקורות פון קבלה אויף נשמת נקבה בזכר און דאס צושטעלן צו טרענס בימינו איז א פרעכע פעלשונג, ווער ס'האט אביסל אן אהנונג וויאזוי נוקבא ווערט באטראכט אין קבלה אז ס'איז בכלל נישט דאס וואס א זכר אין די חילונישע וועלט וואלט געצויגן, א לית לה מגרמה כלום, א מקבל פונעם זכר המשפיע וכו', אינגאנצן פארקערט פונעם היינטיגן פעמעניסטישע געדאנקענגאנג. דאס האט געצויגן דעם שטיין??...

Re: טרענס אין קבלה

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 11:13 pm
דורך ירא שמים
פארשוויגען האט געשריבן:דער קלונימוס איז געווען א גדול בתורה? איינער ווייסט? עס זעהט אויס ער האט געשריבען פארשידענס סתם ליצנות אזויווי מסכת פורים

איך זעה דאאז יש אומרים עס איז סתם א וויץ אדער א מליצה צו זאגן מוסר אויף מענטשען וואס זענען נישט מקיים קיין מצות אז ענדערש ואלטן זי געווען נשים וואס זענען פטור ממצוות.
די יום כפור פיוטים קומען פון די קלונימוס משפחה, איז ער אויך פון די משפחה? איז דא פיוטים פון אים אויך?

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 11:30 pm
דורך יהושע חיים
איך ווער נאכאלס נישט קליגער אבער א שטיקל בליק

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=117

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 11:31 pm
דורך יהושע חיים

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:26 pm
דורך פארשוויגען
ריכטיג האט געשריבן:ברענגען מקורות פון קבלה אויף נשמת נקבה בזכר און דאס צושטעלן צו טרענס בימינו איז א פרעכע פעלשונג, ווער ס'האט אביסל אן אהנונג וויאזוי נוקבא ווערט באטראכט אין קבלה אז ס'איז בכלל נישט דאס וואס א זכר אין די חילונישע וועלט וואלט געצויגן, א לית לה מגרמה כלום, א מקבל פונעם זכר המשפיע וכו', אינגאנצן פארקערט פונעם היינטיגן פעמעניסטישע געדאנקענגאנג. דאס האט געצויגן דעם שטיין??...


1. נניח אז דאס איז דער הגדרה פון נוקבא אין קבלה, וויאזוי פרעגט עס אפ די עצם נקודה? לאמיר זאגען אז על פי קבלה שטימט נישט די הגדרה פון נוקבא מיט היינטיגע פעמעניזם. שטייט דאך ווייטער אז עס קען זיין א נוקבא בגוף של זכר (לפי טענתם). עס האט נישט קיין שייכות די צוויי זאכען.

2. צו זאגען אז די הגדרה פון א נוקבא אין קבלה איז דווקא א מקבל דלית לה מגרמה כלום וכו' איז בכלל נישט פשוט און פילע פעמיניסטען און אויך בעלי מחשבה ברענגען שוין פון קבלה אז עס איז דא א בחינה פון אשת חיל עטרת בעלה וכדומה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:28 pm
דורך פארשוויגען
נעגעל וואסער האט געשריבן:
פארשוויגען האט געשריבן:דער קלונימוס איז געווען א גדול בתורה? איינער ווייסט? עס זעהט אויס ער האט געשריבען פארשידענס סתם ליצנות אזויווי מסכת פורים

איך זעה דאאז יש אומרים עס איז סתם א וויץ אדער א מליצה צו זאגן מוסר אויף מענטשען וואס זענען נישט מקיים קיין מצות אז ענדערש ואלטן זי געווען נשים וואס זענען פטור ממצוות.

א שפע פון איבריג צייט האט ער זיכער געהאט, צו קענען שרייבן אזא חיבור...

וואס וואלט איך געטוהן אן די געוועב?? מן הסתם די זעלבע.


איז דאך מוכרח ער איז געווען א תלמיד חכם וואס איז געזעצן אין כולל..

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 3:35 pm
דורך [NAMELESS]
פארשוויגן, היא הנותנת, דאס אז קבלה קוקט אן נוקבא אויף אזא אופן איז דאך פשט אז ווען קבלה רעדט פון א זכר עם נשמת נקבה רעדט זיך עס מסביר צו זיין די תופעה פון א זכר וואס איז כל ימיו א מקבל וכו', מער אזעלעכע רגשי נחיתות, בכלל נישט דאס וואס שטיין פרובירט אהערצושטעלן.

דאס וואס אין קבלה געפינט מען די שבחים פון פרויען רעדט זיך בכלל נישט פון די פעמעניסטישע שטאלץ, אדרבה ואכמ''ל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 4:50 pm
דורך פארשוויגען
אה, האב איך אייך נישט פארשטאנען. קומט אויס איר זאגט פשט אז די קבלה מיינט נישט ממש אז איינער האט די נשמה פון א פרוי נאר אז ער האט געוויסע תכונות וואס זענען (ע"פ קבלה) פרויעריש. דארף מען זעהן אינעווייניג וואס עס שטייט. לכאורה אז מען זאגט אז עס קען מגולגל ווערן נשמת נקבה בזכר מיינט עס נישט סתם א תכונה נאר ממש א נשמה פון א פרוי.
און אפילו לויט אייער פשט, זעהט מען א מאן קען האבען תכונות פון א פרוי, איז דאס דאך טאקע וואס טרענס טענה'ט? אז זיי האבען פרויערישע תכונות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 5:18 pm
דורך [NAMELESS]
ניין, ס'מיינט יא ממש די נשמה, אבער א נשמת נקבה האט עפ"י קבלה אן אנדערן באדייט מילא אז איינער טענה'ט אז ער איז טרענס און ער באזירט אויף קבלה איז דאס לעכערליך און פאלש. פלגינן בדיבורם צו זאגן אז א טרענס האט א נשמת נקבה של העולם החילוני פונעם איין און צוואנציגסטער יארנהונדערט עפ"י קבלה אינדערצייט וואס אין קבלה האט דאס אן אנדערע מכוון איז געפעלשט מקורות!

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 6:55 pm
דורך פארשוויגען
אויב האלט איר עס איז ממש די נשמה דאן פארשטיי איך נישט אייער השגה. פארוואס איז די חילוק (לדעתך) צווישען דער פרויערישע מהות ע"פ קבלה און ע"פ המאה הכ"א משנה דער עיקר זאך? איך פארשטיי נישט דער צושטעל צו פלגינן דיבורא, קענסט פונקט אזוי שרייען אז עס איז נישט ריכטיג צו ברענגען קבלה ווייל ער/זי גייט נישט אין מקווה ערב שבת ווי מען דארף על פי קבלה, וואס א שייכות האבען די צוויי זאכען? אויב האט איינער א נשמת נקבה איז דאס א נשמת נקבה, און טאמער דער נקבה איז בוחר זיך צו פירען ווי א חילוני וויאזוי פרעגט דאס אפ די זאך?

און אז איינער האט אן אנדערע פשט פון אייך הייסט דאס נאכנישט געפעלשט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 8:34 am
דורך [NAMELESS]
איך וועל נאך איינמאל פראבירן ובזה יצאתי: ווען קבלה רעדט פון נקבה רעדן זיי נישט בלויז פון עפעס א זייטיגע נאטור, נאר די הסברים וואס זיי גיבן, דאס - און נאר דאס - מייינט א נקבה 'בעצמותה', אויב עפעס וואלטן זיי ענדערש אנגערופן א פעמעניסט אקטיוויסטיקע אלץ א נקבה עם נשמת זכר. אויב א זכר בימינו וועט טענה'ן אז ער שפירט פרויענישע נטיות און ער איז זיך סומך אויף קבלה, איין מינוט! די נטיות וואס דו שפירסט זענען זכרות'דיג עפ"י קבלה!! א נקבה וואס איז בוחר - אפילו בימינו - זיך צו פירן מיט זכרות'דיגע התנהגות איז עפ"י קבלה נישט קיין נקבה!! נישט בלויז א נקבה וואס פירט זיך אנדערש.

Re: טרענס אין קבלה

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 10:46 am
דורך ירא שמים
די עולם האט פארגעסן אז מיר האבן דא אין שטיבל א טרענס קו, ימי קדם, איז דא ערגעץ אין קבלה עפעס רעפרענס צו טרענס קו? א מענטש מיט א נשמה פון א קו?

C/P

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 10:56 am
דורך ירח בן יומו
אזוי ווי לעצטענס האט זיך אפגעטון וועגן א מענשט וואס געפעלט איהם נישט זיין אידענטיטי און ער וויל זיך טוישן פון א זכר צו א נקיבה אדער גאר צו א קוה.

נאך ליינען און ווערען באגייסטערט פון דעם הערליכן ארטיקל איבער מארטין לוטער קינג, בענקט זיך מיר צו ווערן א שווארצער, יא יא א שחור. איז דא עפעס עצות דערצו? איז שוין דא אזאנע וואס האבן דאס געטון?