חסידות כהיום און אירע מעלות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

חסידות כהיום און אירע מעלות

שליחה דורך געוואלדיג »

עס איז שוין אסאך מאל געווארן דא אויפגעברענגט די שיטה פונעם דברי חיים בנוגע חסידות וואס אין סאטמאר ווערט דאס שטארק געפרעדיגט, די פראבלעם מיט די שיטה וויאזוי עס ווערט געפרעדיגט איז אז דער דברי חיים אליין איז געווען א רבי און סאטמאר רב האט זיך דאך אויך געפירט מיט גינוני אדמורות, והאיך יתקיימו שניהם, האב איך געטראפן אין ספר חמדה גונוזה וואס איז געשריבן געווארן דורך א אייניקל פון דעם דברי חיים (איך האב נישט זיין נאמען פאר מיר) און ער ברענגט דארט א שמועס פון דעם דברי חיים וועגן די נושא, איך וועל איהם ברענגען ככתבו וכלשונו און נאך דעם אויסשמועסן כמה נקודות

אמר אא"ז איתא בגמ' (תענית ד.) שבקשו ישראל מהקב"ה ויבוא כגשם לנו (הושע ו ג) והשיב להם הקב"ה אהיה כטל לישראל דהיינו אז הש"י זעהט אז די אידן זענען חלילה נישט ווערט, מאכט ער די התעוררות מלמעלה צום ערשט, אפילו די פתח כחודו של מחט מאכט אויך השי"ת צום ערשט, אבי מען זאל זיך נאר נאך די התעוררות צו בייגין.

בשנת של"ג לאלף השישי איז דעך געווען א שליש פון דעם אלף, האט מען אראן געשיקט דעם אר"י הקדוש ער זאל מגלה זיין קבלה ווארין דער אר"י הרקודש איז נפטר געווארן אין שנת של"ג אין דעם לעצטן אלף, האט די קבלה אריין געגעבין א כח אין די אידען צו דינען השי"ת, דאס האט געהייסן אז מ'האט דעם חודו של מחט אויך אראן געשיקט – ניע אין פליג איז דעך דאס ענין נגד דער בחירה, דער בחירה איז דעך חפשי ניע אז השי"ת שיקט אראן דעם חודו של מחט הייסא דעך דאס ווי גענייט געגין די בחירה, נאר השי"ת טוט דאס אלץ ווייל אזוי ארימעט וועט זיין דער קץ אז אידען וועלין תשובה טוהן.

אז יודען בייגין זיך אבער נישט צו, מיז די זאך צוריק געקלאפט ווערין ,ניע מיט וואס איז געקלאפט געווארין דעם אר"י'ס דרך, איז געווען דער שבתי ימ"ש וואס איז געווען דער בעל מקובל, האט מען שוין אנגעהויבן צו קלאפין ,נישט יעדער מעג לערנין קבלה, איז די קבלה שוין נישט קיין טובה פאר די גאנצע וועלט נאר פאר יחידי סגולה.

האט מען ווידער אין שנת ת"ק אין דעם אלף השישי, אראן געשיקט דעם בעל שם הק', ווי דער בעש"ט איז אראן געקומען האט מען עהם געגעבן א כח וואס ער האט צו גענומען די בחירה פון שלעכטין, אין דער וואס איז געפארין צי עהם האט נאר געהאט ציטוהן מיט דעם "עשה טוב", איז דאס חסידות געשטאנעין אויף שטאהל, ביז צים רבין פון לובלין און דער רבי פון קאזני'ץ און דער רבי ר' מענדלי ז"ל, ביז צי זיי האבין נאר די חסידים גיהאט צו טוהן ביי דעם עשה טוב, אין דענסמולט אז יודען וואלטין זיך געוועזין צו געבויגען וואלט געוועזין געוועהן די גאולה.

נאר מען האט זיך נעביך נישט צוגעבויגען, איז די זאך געקלאפט געווארן, וואס מען קען די בחירה נישט צי נעמין, האט דער ראפשיצער שוין געוואלט מבטל זיין דאס חסידות, האבין די איבריקע נישט געוואלט, דער רבי ר' מאיר אפטער אין דער זידאטשאווער אין דער מאור ושמש, זיי זענין זיך אייגענס וועגין דעם צוזאמין געפאהרין, דער ראפשיצער האט געזאגט עטץ זעהט דעך אז מיר קענין נישט צי נעמען די בחירה, לאזען מיר זיך דינגען א פערד אין וועגאלי, לאמיר פארען זאגען דרשות אזוי ווי עס איז געוועזין פארצייטנס.

האט ר' מאיר אפטער גיזאגט וואס פעהלט דען אז מיר וועלן זיין, לו יהא מען קען נישט די בחירה אוועק נעמין, אבער עכ"פ א "נכנס לחנותו של בושם" בין איך דעך, וואס מען איז קולט א ריח טוב (עי' פדר"א פכ"ה) האט הרב מראפשיץ געזאגט דאס וואס עס וועט זיין נאך א ריח טוב, וועט נאך קענין זיין ווי לאנג מיר זעמער דא, וואס וועט אבער זיין ווען מיר וועלין זיך לייגין אונטער די אובערבעטין, האט זיך אונגערופען דער זידאטשאווער עס איז עפיס אינזער וועלט, וואס גייט אינז אן, מיר זעהן מיר קענין א טוהן איין טובה די וועלט, דארף אינז נישט אנגיין, עס איז השי"ת וועלט, לאז ער פירען ווי ער וויל.

ואמר אא"ז, אז זייא זענין אבער נפטר געווארן איז דעך שוין נישט דא קיין בעל מדריגות און אויך נישט קיין נכנס לחנותו של בושם, ווארין אז מען האט צוגענומען די בחירה פון רע און מען האט נאר גיהאט ציטוהן מיט דעם עשה טוב, איז מען געוועזין איין בעל מדריגה, משא"כ היום - אין פין הימעל וויל מען אבער אז עס זאל זיך ווייטער פירען דאס רביסטוויא, ווארין דאס רביסטוויא איז מבטל אפיקורסות און מסירות און ניאוף בפרהסיא, קיין מנהיגים איז אבער נישט דא, האלט עס זיך ביי די קינדער, צווישען די קינדער איז דא גוטע און שלעכטע - נאר פון דעסט וועגין צווישען די חסידים איז נישט צו דערקענען - ווארין דער גיטער איז דעך אויך נישט בכח אריין צו ברענגין אין דעם חסיד וואס מען דארף - שטייט דעך איבער דעם די וועלט זייער געמיין, דארף השי"ת רחמנות צו האבין אראן צי שיקען משיחען, אדער עכ"פ א גרויסע נשמה וואס זאל אויף הייבען דאס דור ווי פארצייטנס.


איך זעה פון די שמועס כמה נקודות וואס די שיטה פון ד"ח איז געווען, און וויאזוי זעהן אונז היינט אויס,

א) פון הימל וויל מען אז רבי'סטיווע זאל אנגיין.
אבער אין די סיבות איז דא וואס צו אויסשמועסן.

ב) דאס איז מבטל אפיקורסות מסירות און נאוף בפרהסיא.
לכאורה א בחינה ווי דיינו שמצילות אותנו מן החטא, און עס זעהט אויס ווי עס איז גענוג פאר איהם אז בפרהסיא איז די זאכן נישטא, דהיינו בהאלטענערהייט איז די זאכן יא געווען שוין בימיו, און היינט לאמיר זעהן צו די קליינע זאכן טוהט דאס יא אויף, אפיקורסות, אפשר האט ער געמיינט אזוי ווי [tag]בר-כוכבא[/tag] אז פון חסידות קומט מען אן צו יהדות, מסירות, זענען נאר פארמערט געווארן אין זכות פון היינטיגע חסידות, חוץ אויב מען וועט איינזעצן אז בפרהסיא מיינט אז מען זאגט אז דער צווייטער איז א הולך בערכאות, ניאוף צוליב חסידות איז מסתם נישטא ווייניגער, אפשר אין ביי די חסידים וואס האבן מורא אז דער רבי זעהט אלע זייערע חטאים.

ג) עס זענען נישטא היינט קיין מנהיגים.
וואס איז שייך אויסשמועסן איך וועל נאר נאכברענגען די באוואוסטע ווארט אין פני הדור כפני הכלב, אז אזויווי א כלב לויפט אלס פאר זיין בעה"ב, אזוי אז פארן צוקוקער זעהט גאר אויס ווי ער פירט דעם בעה"ב, אבער איו אמת'ן אריין דרייט ער זיך אויס יעדע מינוט צו זעהן אין וועלכע ריכטונג דער בעה"ב וויל גיין און דארט לויפן, אזוי אויך די מנהיגים כהיום, עס זעהט אויס ווי זיי פירן דעם דור אבער אין אמת'ן אריין דרייען זיי זיך אויס יעדע מינוט צו זעהן ווי די ווינט פון דעת הקהל בלאזט און אזוי זאגן.

ד) דארף השי"ת רחמנות צו האבין אראן צי שיקען וכו' עכ"פ א גרויסע נשמה וואס זאל אויף הייבען דאס דור ווי פארצייטנס.
עוד לא אבדה תקוותינו עס קען זיין אז אזא נשמה וועט נאך אראפ קומען אדער אפשר גאר שוין אראפ געקומען, פרעג נאר יעדער חסיד וועט ער וויסן פונקטליך ווער איז די נשמה און ווער נישט, וזהו עומק המחלוקת בין החסידים כהיום הזה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר