בלאט 1 פון 1

א קמיע אויפן האלטז, שטעקן מיט פסוקים, געקליידעט ווי א בישוף

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 8:14 pm
דורך [NAMELESS]
אין ארץ ישראל איז לעצטנס געווען אויף א באזוך א פרישע רבי מיטן נאמען "מלטה רבי", (דער נאמען מלטה קומט ווייל ער וואינט דארט.)

זיין עכטער נאמען איז דב בער ריגר, ווי ער זאגט שטייט ער בראש פון המסדר המאוחד של האור, אויך זאגט ער אז ער איז א אייניקל פון רבי אברהם אבולעפיה‏ וואס האט געלעבט 800 יאר צוריק, און א שטיק צייט געוואינט אין מלטה.

די רבי זז"ג האט אויף די האנט א גרויסע רינגעל און גייט געקליידעט אין לאנגע קאלירפולע קליידונג מיט א אונטערסאנטער היטל (וואס לויט ווי די צייטונגען זאגן דארף דאס זיין ענדליך צו א בישוף), די רבי לאזט זיך וואקסן לאנגע האר, און גייט מיט א שטעקן וואס איז פול מיט פסוקים און גלעקליך, אויף די הענט האט די רבי אן הענטשיך וואס דורך דעם ווערן זיינע הענט נישט טמא ווען ער טיילט ברכות, אויף די האלטז האט די רבי א קמיע מיט א קייטעל.

ער איז געווארן שטארק געדעקט אין די נייעס ווען ער האט זיך געלאזט מאכן שמייליגע שיך ביי עימיצן Andriano Stefanelli וואס האט א טראדיציע צו מאכן די שיך פארן פויפס, ווי עס קוקט אויס איז א גרויסע זכיה צו האבן אזא סארט שיך.

ווען די רבי איז געווען 18 יאר האט ער געהערט די קול פונעם אייבערשטן (עפ"ל) ווי ער זאגט אים אז ער זאל גיין אויף א מסע רוחני איבער די גאנצע וועלט, לעצטענס איז ער טאקע אנגעקומען אין ארץ ישראל ווי ער האט געפראוועט די יארצייט פונעם רש"ש. ווי מ'זעהט אויף די בילדער איז א גרויסער עולם תושבי בית שמש געשטאנען אין לאנגע ליניעס צו באקומען א ברכה פונעם רבין.

לעצטענס האט די רבי באקאנט געמאכט אויף פעיסבוק (ווי די רבי איז שטארק אקטיוו) אז ער הייבט אצינד אן צו זוכן דעם סמבטיון מיט די עשרת השבטים, מיט דעם טוט ער נאכפאלגן זיין גרויסער זיידע [להבדיל] רבי אברהם אבולעפיה ווואס האט בשעתו אויך געזוכט דעם סמבטיון.

ווי עס דערציילן די חסידים זעהט מען אותות ומופתים מידי יום ביומו.

די רבי האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ספרים אויף קבלה און בעיקר אויפן ספר יצירה.

די רבי לאזט נישט צו מזאל רעדן אויף אים, ווי עס דערציילט א שליח חבד פון מלטה האט ער אמאל גערעדט אויפן רבין און די רבי האט אים געשיקט א לויער, זייט דעמאלטס רעדט ער נישט אויפן רבין.

זעהט דא ווי ער פירט א געהויבענע פורים טיש פארגאנגענע יאר, ווי עס ווערן געזונגען היימישע ניגונים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 8:21 pm
דורך [NAMELESS]
בילדער פונעם רבין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 8:21 pm
דורך [NAMELESS]
נאך בילדער פונעם רבין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
און נאך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 8:55 pm
דורך [NAMELESS]
א אפיציעלער וועבזייטל פון די גאווערמענט דארט ווייזט א בילד ווי ער באזוכט ביים פרעזידענט, אויך רופן זיי אים Chief Rabbi of Malta

Re: א קמיע אויפן האלטז, שטעקן מיט פסוקים, געקליידעט ווי א בי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 10:41 pm
דורך mevakesh
ונבנתה האט אמאל געברענגט די סחורה http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=306922#p306922
און @מאן דאמר האט פראטעקציע ביים גבאי'ן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 11:03 pm
דורך [NAMELESS]
mevakesh האט געשריבן:ונבנתה האט אמאל געברענגט די סחורה http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=306922#p306922
און @מאן דאמר האט פראטעקציע ביים גבאי'ן

כ׳האב נישט געוויסט אז ער איז שוין באקאנט פארן עולם דא, פאר מיר איז די גאנצע ממלכת מלטה געווען א חידוש אין די בריאה.

Re: א קמיע אויפן האלטז, שטעקן מיט פסוקים, געקליידעט ווי א בי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 11:08 pm
דורך mevakesh
נישט קיין פראבלעם שולם איך האב סתם צוגעצייכענט

Re: א קמיע אויפן האלטז, שטעקן מיט פסוקים, געקליידעט ווי א בי

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 12:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און די לאטער"י נומער'ן ווייסט ער יא?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:24 pm
דורך שמעון וואלף
מ'דארף אים אהער ברענגן קיין ניו יארק, איינשפאנען טיכטיגע עסקנים און צושטעלן א שבת כדבעי.

דער איז פיינע סחורה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:56 am
דורך [NAMELESS]
*המסמכים נחשפים*

התורם הכבד של קלינטון דרש לתאם פגישה עם האדמור ממלטה

http://www.kikar.co.il/208908.html

אחד התורמים הכבדים לקמפיין של הילרי קלינטון, דרש לתאם פגישה בין שגריר ארה"ב למי שמכונה "האדמו"ר ממלטה". כך נחשף במיילים הסודיים החדשים של קלינטון שנחשפו (בעולם)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:57 pm
דורך שבת אחים
פארוואס דערמאנט ער מיר פון vermin supreme ? :lol:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:32 pm
דורך ציבעלע-קיגל
וואס איז דער קראנקהייט וואס פרומע אידן האבען אז, וואס מער משוגע איינער מאכט זיך ווערט ער א גרעסער רבי, צדיק, באבא, מקובל וכו' וכו'

עס איז פיהל מיט די חברה שאו שפילר, און וואו מער ער קנייטשט די שטערן און רעדט פון פייער און וואסער אלץ מער לויפט מען זיי נאך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:54 pm
דורך berlbalaguleh
איין זאך זעה איך אז די מלטה רבי שליט"א'ס בענקל וואלט פונקט גוט געווען פאר א תשעה באב קויטש פאר איינעם פון אונזערע חשוב'ע אדמורי"ם שליט"א. איך וואלט זייער שטארק געוואלט עס ירשנ'ען. חוץ אויב די רבי שליט"א האט איינס אדער מער ממלא מקום'ס וועלכע וועללן זיך הרגנ'ען נאך זיין אריכות ימים ונשים...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 5:12 pm
דורך מיש-נייעס
בלייבט אונז איבער צו בעטן: אנא ה' 'מלטה' נפשי...!