בלאט 1 פון 1

וואלט איהר גענומען די געלט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 3:32 am
דורך געוואלדיג
עס איז מיר אונטער געקומען היינט א מעשה שהיה און איך האב א איסתפקתא אויף די אופן וויאזוי איך האב מיך נוהג געווען, וויל איך הערן די מיינונג פון דעם ציבור צו איך האב געטוהן ריכטיג אדער נישט און וואס וואלט איהר געטוהן אין אזא פאל,

ומעשה שהיה כך היה,

איך בין היינט געגאנגען צו א בר מצוה פון א ידיד מיינער וואס האט בר-מצוה געמאכט זיין עלטסטער זוהן, אויפן וועג ארויס נאכן זיין דארט אפאר מינוט טרעף איך אן א ברודער פון דער ידיד וועמען איך קען אויך, און איך זעה אויף איהם אז עפעס גייט פאר מיט איהם פרעג איך איהם משה וואס גייט פאר מיט דיר? נע, גארנישט, נו פאר גארנישט האב איך קיין הילף, בין איך מיר געגאנגען אנטוהן מיין מאנטל און דארט האב איך באמערקט אז ער וואלגערט זיך פאר יסורים און ער דראפעט זיך ממש אויף גראדע ווענט, איך האב שוין נישט געדארפט פרעגן, און מען האט גלייך גערופן הצלה.

זיין בני בית און קינדער זענען געווען ביי די בר-מצוה און ער איז נישט פון דארט ווי איך וואוין, האט נישט געקענט זיין א רעדע אז זי זאל מיט קומען, בין איך מיט געווען מיט איהם ווען הצלה האט איהם בודק געווען און איך בין מיטגעגאנגען מיט איהם אין שפיטאל און איך בין דארט געווען מיט איהם א גוטע פאר שעה מעלדנדיג פאר מיין ווייב און חברותא אז עס זענען דא געטוישטע פלענער און מען זאל נישט ווארטן פאר מיר ווייל איך ווייס נישט ווען איך ווער פערטיג דארט, זיין ווייב איז דערווייל געפארן צו איהר וואוין ארט אראפגעלייגט די קינדער און צוריק געקומען צום שפיטאל צו זיין מיט איהר מאן, און דאן האט זין מיין מצוה געענדיגט און איך בין אהיים מיט אפאר שעה שפעטער ווי געפלאנט, נאך האלבע נאכט.

ווען זי איז אנגעקומען צום שפיטאל און איך בין אוועקגעגאנגען האט זי זיך זייער באדאנקט פאר מיר און מיר געוואלט געבן א סכום געלט בבחינת שכר בטילה, אבער איך ווי אלע מעשיות גייען וועל נישט פארקויפן מיינע מצות פאר געלט און איך האב רעספעקטפול אפגעזאגט די געלט,

אויפן וועג אהיים אין די קאר האב איך אנגעהויבן צו האבן הרהורי דברים בנוגע מיין נישט נעמען די געלט און אויף דעם וויל איך הערן אייער מיינונג.

די סיבה וואס איז מיר דורך געלאפן אין קאפ די ערשטע וואס האט מיר באוואויגן נישט צו נעמען די געלט, איז די נקודה אז איך האב געטוהן א מצוה עס איז מיר טאקע נישט גרינג אנגעקומען אבער איך טויש דאס נישט אויף פאר געלט,

אבער נאך דעם האב איך אנגעהויבן צו טראכטן אין גאר א אנדער ריכטונג, דער איד און זיין ווייב האבן געפילט זייער שלעכט פאר מיר אז דורך זיי איז געווארן צוגענומען פון מיר אפאר שעה און זיי האבן געוואלט מיט עפעס א קלייניקייט באצאהלן, זיי זאלן לכה"פ קענען פילן אביסל גוט אז זיי האבן באצאהלט פאר דעם כאטש עפעס, און איך מיט מיין סעלפיש מחשבה פון פון "סארא מצוה האב איך געטוהן" האב איך זיי וויי געטוהן סתם ווייל איך האב כאילו עפעס א שיטה פון נישט פארקויפן מצות, איך האב אליין עובר געווען אויף מיין אייגענע מהלך ווען איינער זאגט יישר כח, און איך קען דאך עכט נוצן די געלט.

און אויב האב איך עכט נישט געוואלט פארקויפן די מצוה, אדער ווייל זיי זענען נישט קיין עשירים און יעדע דאללער מאכט אויס ביי זיי, וואלט איך געקענט נעמען כאטש א גאר קליינע סכום נאר אויף צו געבן פאר זיי די גוטע געפיל פון קענען באצאהלן פאר א טובה, מצד שני אויב וואלט איך טאקע גענומען נאר עפעס וואלטן זיי גלייך געפילט ווי זיי זענען נעבעך'ס און נאר מחמת זיי נישט צו פארשעמען נעם איך עפעס געלט.

בסופו של דבר, מיר איז עס שוין נישט נוגע, איך קען שוין יענע געלט נישט נעמען אבער וואס איז אייער מיינונג האב איך ריכטיג געטוהן אדער נישט און וואס וואלט איהר געטון אין אזא פאל.

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 8:22 am
דורך שווארצע קעיז
דו ביסט נישט דער ערשטע מענטש וואס נעמט נישט קיין געלט פאר א טובה טון, פאר איר האט געפאסט צו זיך אנטראגן געבען אבער די מיסט נישט נעמען

Re: וואלט איהר גענומען די געלט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 8:31 am
דורך [NAMELESS]
מ'פארקויפט נישט די מצוה מיט אפאר דאללער. האסט רואיג געקענט נעמען.

איך וואלט גענומען נאר געלט פאר א קאר סערוויס מיך אהיימצונעמען

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 8:37 am
דורך געוואלדיג
זי האט באצאלט די קאר סערוויס, זי האט געוואלט געבן נאך א סכום.

Re: וואלט איהר גענומען די געלט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:12 am
דורך רימון
איך וואלט נישט גענומען מכמה טעמים און בעיקר ווייל זאגסט אליין אז זיי האבן נישט און פון איינעם וואס האט נישט נעמט מען נישט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:44 am
דורך ירח בן יומו
די עצם מושג פון נישט וועלען נעמען געלט פאר א מצוה איז טעון בדיקה.

אין די פוסקים איז מבואר (מקורו בסוגיא דנדרים דף מ') אז ווען מ'מאכט ביקור חולים מער ווי מ'מוז קומט זיך פאר דעם געלט.

Re: וואלט איהר גענומען די געלט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:59 am
דורך נעגעל וואסער
איך וואלט מסתם נישט גענומען ובפרט אז זיי האבן נישט. אז זיי האבן אזא מין געפיל, קענען זיי מברר זיין דיין אדדרעסס, און אריינשיקן עפעס אויף שבת.
ביי דע וועי, נעקסט טיים פרעג דער עולם אויב זיי וואלטן זיך אזוי אוועקגעבן פאר א צווייטען יוד : )

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 10:07 am
דורך געוואלדיג
ווען איך וויל פארציילן מיינע מצות וואלט איך געהאט פיל מער מצות פון זיך איבערגעבן פאר א צווייטן... :roll: :roll: מיין שאלה איז עכט אויף למעשה ווייל איך האב שפעטער געהאט צוויי צדדים און איך האב הנאה פון די שמועס צו זעה וואס דער עולם האלט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 10:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'רעדט פון 'פארקויפען די מצוה' אלס א לשון מושאל, ווייל ס'איז די לייכסטער וועג צו רעדען אן צו דערמאנען די זאך אליינס. אבער איך מיין אז א גוי אן אייטיאיס"ט וואלט אויך נישט געוואלט נעמען דאס געלט. ס'איז אומבאקוועם צו נעמען אזא דערהויבענער זאך ווי דאס ראטעווען א מענטש'ס לעבען און זיך איבערגעבען פאר איהמ'ן אויף א נאטורליכע אופן און מאכען דערפון א געשעפט ווי אלע געשעפט'ן. ס'איז אפילו מאדנע אז זי האט געמאלדען געלט, אפשר איז איהר קאפ נישט געווען אויפ'ן פלאץ. ווי יענער זאגט, זאל זי אריינשיקען אויף שבת, ווייל א מתנה איז עפעס אנדעריש, אבער מעלדען געלט איז אומאיידעל, נישט פארשטאנען די מענטשליכע געפילען פון א צווייטען.

Re: וואלט איהר גענומען די געלט?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 12:29 pm
דורך י.ל.פרץ
דאס געשעהט ווען מען טוט גוטע זאכן ווייל "ס'איז א מצוה", און דאן האסטו א פראבלעם צו נעמען דאס געלט. ווען איינער טוט אבער א גוטע מענטשליך אקט וויל ער נישט נעמען געלט נישט ווייל ער וויל נישט "פארקויפן די מצוה", נאר ווייל ער פילט נישט ווי ער האט עפעס געטון מער ווי א מענטשליכע אקט

Sent from my SM-G900V using Tapatalk