בלאט 1 פון 1

מסתמא ביסטו רבניש...

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 11:59 am
דורך בעל מדות
[justify]אויב ווארטסטו מען זאל פון דיר כאפן בילדער

מסתמא ביסטו רבניש

אויב ווייזטו מיטן האנט אז דו לאזט זיך נישט פאטאגראפירן

מסתמא ביסטו רבניש

אויב גייסטו מיט א שירעם ווען עס רעגנט נישט

מסתמא ביסטו רבניש

אויב דיין ברודער איז די גנב

מסתמא ביסטו רבניש

אויב ביסטו די עכטע און ער די פאלשע

מסתמא ביסטו רבניש

אויב האסטו א דראנג צום ברעטל

מסתמא ביסטו רבניש

אויב ביסטו באהאוונט מיט די שעות וואס נגידים נעמען אויף

מסתמא ביסטו רבניש

אויב הייבן פאר דיר נישט אויף נגידים ונדיבים.

מסתמא ביסטו רבניש

אויב די ביסט אבסעסד מיט שפייען פיש ביינער אין טעלער

מסתמא ביסטו רבניש

אויב טאנצסטו מיט באוועגונגען, מאדנע פארן פשוטן אויג

מסתמא ביסטו רבניש

אויב האסט א קאלירפולע קליידער שאפע

מסתמא ביסטו רבניש

אויב שפארסט געלט פאר א פעלץ

מסתמא ביסטו רבניש

אויב לויפסטו ארום צו שמחות טאנצן דעם זעקסטן

מסתמא ביסטו רבניש

אויב די אויבן-אן איז דיין ציל

מסתמא ביסטו רבניש

אויב ביסטו פארוויקלט אין געריכט-געשלעגן

מסתמא ביסטו רבניש

אויב שטייסטו אויף צו מנחה, און לייגסט זיך ביי שחרית

מסתמא ביסטו רבניש

אויב גלייכסט ציילן מענטשן אין אנדערע הויפן

מסתמא ביסטו רבניש

אויב איז דיין יערליכע אויספלוג שמחת תורה

מסתמא ביסטו רבניש

אויב גלייכסטו ווארעמע סעלצער אין א פאומענע גלעזל

מסתמא ביסטו רבניש

אויב קוקסטו ארויס א גאנצע וואך פאר שלש סעודות

מסתמא ביסטו רבניש

אויב מענטשן אין גאס צאלן דיין ברויט

מסתמא ביסטו רבניש

אויב איז דיין פארוויילונג, גיין אין מקוה

מסתמא ביסטו רבניש

אויב האלטסטו אז פרעזידענטן דארפן טראגן קאלפיקעס

מסתמא ביסטו רבניש

אויב מיינסטו אז סאציאל איז א פאליטישע פארטיי

מסתמא ביסטו רבניש

אויב ווייסטו נישט וואס גוגל מיינט

מסתמא ביסטו רבניש

אויב אינטערסירט דיר ניטאמאל וואס איך שרייב דא

מסתמא ביסטו רבניש

אויב פאנטאזירסטו פון א ציגלנעם געביידע העכער דיין קבר

מסתמא ביסטו רבניש

אויב ביסטו נייגעריג אין יענעמ'ס שלום בית

מסתמא ביסטו רבניש[/justify]

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 3:04 pm
דורך [NAMELESS]
אויב די ביסט טישאו פרי, בלויז טאשטיכלעך

מסתמא ביסטו רבניש

אויב די שנארכעטצט זיך אינטער פאר די רעדסט

מסתמא ביסטו רבניש

אויב די ביסט אנגע'ריפסעט און אנגע'פעפעט

מסתמא ביסטו רבניש

אויב א קערעסטירער מצה איז שמעלער פון דיין היט

מסתמא ביסטו רבניש

אויב ביי א וואכנאכט ביסטו 'דזשעלעס' פאר סעסעמי טשיקן, אבער באין ברירה זיך באגענוגן מיט א סלייס געפילטע

מסתמא ביסטו רבניש

אויב אין דיין ביזעם איז פארהאן מער רויטע שמאטעס ווי טישאוס (טאשטיכלעך)

מסתמא ביסטו רבניש

אויב קוקסטו באהאלטענערהייט די כל העולם כולו

מסתמא ביסטו רבניש

אויב פראקטעציר'סטו איידער א מאורע דיינע פאקסן אינדערהיים

מסתמא ביסטו רבניש

אויב קענסטו גוט די תורה פון ווער ס'עסט פירות קודם, כאן קודם ברכה וכו.

מסתמא ביסטו רבניש

אויב אנשטאט זאגן מיין טאטע האט גע'חלום'ט פון זיין טאטע, רופסטו עס: דער זיידע איז אים געקומען אין חלום

מסתמא ביסטו רבניש

Re: מסתמא ביסטו רבניש...

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 7:32 pm
דורך ירא שמים
רבניש און רביש איז די זעלבע מחלה?

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 7:52 pm
דורך שמעון וואלף
והיתם נקיים!

מ'מאכט דא אפט צימעס אויפ'ן חשבון פון רבנים, רבי'ס וכל שום וחניכא דאית להו. זאל דא געזאגט ווערן ברבים: מיר רעספעקטירן ערליכע רבנים, תלמידי חכמים וכדומה. די אויסברוך איז אויף די אנגעפרעסענע בעלי תאוה וואס זענען פוסע על ראשי עם קודש.

פונקט ווי אלע דורות האמיר אונז אויך באקומען חכמי ישראל - עמד ושתלן בכל דור ודור. די פראבלעם איז נאר אז ס'זענען אפיר געקומען געמיינע אינטערוועלטניקעס און מיט די שטיצע פון די שופרי היהדות החרדית האבן זיי זיך דערקלערט אלץ "מנהיגים" ווען באמת וואלט זייער פלאץ געדארפט זיין צווישן די פאליש זיצער.

Re: מסתמא ביסטו רבניש...

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 9:45 pm
דורך ירא שמים
דהיינו סדא רבנים וואס זענען נישט רבניש…

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 10:05 pm
דורך [NAMELESS]
אויב בארגסטו געלט מיטן חשבון נישט צו באצאלן.

אויב ביזטו מער פון זעקס מאל א אייניקל פון רבי אלימלך.

אויב דיין ברידער איז איידעם ביי דיין שוואגער. און דיין ווייב איז דיין מומע און אויך דיין שוועסטערס א קינד.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 10:05 pm
דורך [NAMELESS]
אויב די האסט צייט גאנץ עשרת ימי תשובה צו זיין פארנומען מיטן קויפן ארבעה מינים.

אויב ווען מ׳גיבט דיר מזל טוב ביי א שמחה איז דא א ענוועלאופ חוצץ צווישן די הענט.

אויב די קויפסט א נייע שטריימל אויף פסח מיט קמחא דפסחא טשעקס

Re: מסתמא ביסטו רבניש...

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 10:16 pm
דורך גר ותושב
שלום שטיסל האט געשריבן:און דיין ווייב איז דיין מומע


אסור על פי הלכה

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 10:41 pm
דורך שמעון וואלף
גר ותושב האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:און דיין ווייב איז דיין מומע


אסור על פי הלכה


אויב די טוסט זאכן וואס זענען אסור על פי הלכה

מסתמא ביסטו רבניש

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:08 am
דורך ציבעלע-קיגל
ירא שמים האט געשריבן:דהיינו סדא רבנים וואס זענען נישט רבניש…


נאר סתם גנבים