בלאט 1 פון 1
פאר וואָס האָט מיך פארהאלטן די פאָליציי?
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 12:59 pm
דורך שלום בערגער
מע האט מיר פארקייטלט די הענט אומזיסט אויף די באלטימאר-גאסן. פאר וואס? גלאט אזוי. לייענט ווייטער אין
פארווערטס. און לאזט וויסן אייער מיינונג.
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 1:29 pm
דורך ישראל קאפקע
פילייכט האט זיך פארן פאליציאנט געדאכט אז איר העצט צו
געוואלדטהאטן און אומרוען.זאל איך זיין אויפגערעגט איבער אייער פאסירונג? דאס וועט זיין א דירעקטע קאנפירמאציע פון 'ווייסע פרעווילעגיע'.
אין ניו יארק סיטי אין 2011 זענען געווען מער סטאפ ענד פריסק פארהאלטונגען אויף יונגע שווארצע מענער פון וויפיל יונגע שווארצע מענער עס וואוינען אין דעם שטאט.
ווען אזאנס פאסירט צו א היימישער ברוקלינער חסיד איז עס נייעס אויף קול מבשר און א וויכטיגע עסקנות פאל פאר א האלבע-טוץ וויכטיג מאכער. פאר א דורכשניטליכע שווארצער יוגנטליכע אין א שווערע געגנט איז עס אן ערשיינונג פון יעדע עטליכע וואכן.
viewtopic.php?f=4&t=2175