בלאט 1 פון 1

היכי דמי קידוש השם

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 4:10 pm
דורך שלום שטיסל
ס'איז מיר א כבוד אלץ א פנים חדשות דא אין שטיבל אנצוהייבן די אשכול מיט די ווערטער פון איינער וואס איז ווארשיינדליך פון די עלטסטע חבירים אין קאווע שטיבל, ה"ה הרב [tag]שמעקעדיג[/tag].
ער שרייבט אין א דערנעבעדיגן אשכול אט די ווערטער
שמעקעדיג האט געשריבן:דעם חודש האט דער שטערן באשריבן דעם "מי כעמך ישראל", ווען אידן מאכן א קידוש ה' און עס ווערט פארשפרייט אין די מידיא, וראו כל עמי הארץ.
עס איז הערליך! פאר סאם ריעזאן ווער איך גערירט יעדעס מאל וואס איך לייען די זאכן.

באמת איז דער שטערן ארטיקל כדרכם הערליך און אינטערסאנט און ווייזט ארויס די אמת'ע צורה פון אונזער פאלק, ביים ליינען דעם ארטיקל איז מיר בייגעפאלן א געדאנק אז קאווע שטיבל וואלט געמעגט האבן א ענדליכן אשכול, ודברי [tag]שמעקעדיג[/tag] האט מיר געגעבן דעם לעצטן שטיפ דערצו.

ווער ס'ווייסט פון אזעלעכע מעשות איז מכובד עס אהערצוברענגן