בלאט 1 פון 7

הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:43 pm
דורך ליפא
אפגעטיילט פון אנדערע אשכול

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=H2_QuIJVWak[/youtube]

רעדט וועגן מוסדות נישט אן נעמען קינדער

Re: הנגיד שלמה רעכניץ

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 pm
דורך פליקער
ממש מיר אויסגעכאפט, דער איז מורא'דיג, איך הייב אויף מיין היט פארנעם, דער האקט די הינער אויפן רויטן שמיטשיק, דער רייסט פון זיי שטיקער, איך וואלט נאר געטוישט איין ווארט פון זיין דרשה, אנשטאט די ווארט לעיקוואד, וואלט איך געניצט דאס ווארט ברוקלין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 9:06 pm
דורך [NAMELESS]
ממש א נחת צו קוקן ווי דער מוסר'ט די גרויסע ראשעשיבעס ברבים.
ווי איך הער האבן עטליכע זיך אויפגעשטעלט איו ארויסגעגאנגען פון זאל -וביניהם איינער וואס האט נארוואס באקומען פאר זיין מוסד איבער א מיליון דאללער פונעם בעל מוסר- נישט קענענדיג נעמען אין פנים אזעלעכע שארפע מוסר רייד.
קוקן'דיג איז מיר געפאלן א אויג ווי די חברה זיצן דארט בבושת פנים, בשעת וואס דער מציאות פראסקעט אין פנים.

געב א קוק

Re: הנגיד שלמה רעכניץ

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:03 pm
דורך גר ותושב
וועלכע פון די פינעף און פיפציג מינוט רעדט ער פון ישיבות ?

Re: הנגיד שלמה רעכניץ

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ראשיעשיבעס האבען דאך נישט קיין חדרים און נישט קיין מיידעל שולע'ס. וואס זענען זיי שולדיגט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:15 pm
דורך כפתור
ס'לוינט זיך צו הערן די גאנצע דרשה.
מ'קען זען אויף אים אז ער איז א מענטש מיט הארץ, and puts his money where his mouth is

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:59 pm
דורך petergrifin
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ראשיעשיבעס האבען דאך נישט קיין חדרים און נישט קיין מיידעל שולע'ס. וואס זענען זיי שולדיגט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


זײ האבן נישט די לעצטע װארט איבער די חדרים און מײדל שולע׳ס?

Re: הנגיד שלמה רעכניץ

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:35 pm
דורך [NAMELESS]
Wow!!!
מורא'דיגע דרשה!!!!
לאמיר זעהן אויב איינער קען אזוינס טוהן אין אידיש

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:43 pm
דורך שמעון וואלף
דער ענדעלט שטארק אין דאנעלד טראמפ. עשיר יענה עזות, און ביי רב רעכניץ איז דאס עזות דקדושה

Re: הנגיד שלמה רעכניץ

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 5:37 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ראש ישיבות האבען נישט קיין ווארט אין די מוסדות. איין חדר/מיידעל סקול ווערט פאררעכענט אלס די שטאטישע, און א יחיד האט עס געפיהרט כאדם העושה בתוך שלו. די ראש ישיבות האבען איהם געוואלט מסלק זיין, ולא עלתה בידם. ביז אפאר גבירים האבען אריינגעברענגט ר' שמואל קמינצקי און צוגערעדט די טיטשער'ס.צו מאכען א סטרייק און געפועל'ט ביים זאונינג אז ער זאל נישט קענען צובויען און טוהן וואס ער האט געדארפט אז די מוסד זאל וואקסען, צום סוף האט יענער מחליט געווען אז כלו כל הקצים און ער האט רעזיגנירט. און רוב עלטערען אין די חדר/מיידעל סקול האבען דאס נישט געוואלט, און דוקא ווייל די ראש ישיבות האבען יא.
די איינציגסטע מאכט וואס זיי האבען איז ביי די וואלען, מער ווייניגער געווינען זיי יעדעס מאל ביי וואלען צום שטאטראט, אבער ס'איז שוין אפאר מאל געשען אז ס'איז געווען גאנץ נאנט. זייער עיקר מאכט איזנאז די קעגענער'ס זענען נישט מסודר אונטער אן ערנסטע פיהרער. ווען יא, זענען זיי פארטיג, ווייל קיין עכטע שטיצע האבען זיי נישט, נאר בדלית ברירה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 8:48 am
דורך רושם
טעות

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:26 am
דורך קאך_לעפל
דאס הארץ טיט באמת וויי אז אזא דרשה מיט אזוי פיל אמת און השקפה, האט געדארפט געזאגט צו ווערן דירך א ביזנעס מאן, און נישט דירך א גדול בישראל... אבער דער מעסעדזש איז ארויס: אז די רבנים זיצן אויף זייער אונטערשטע און לאזן אז רשעות און רציחה זאל בושעווען אין אונזער לאגער, וועלן ביזנעס לייט נעמען די לייצעס אין די הענט אריין, און זאגן וואס ס'דארף געזאגט ווערן...

אצינד בלייבט נאר איבער צו זען ווער ס'וועט נעמען דער מייקורפאן אין וויליאמסבורג...ווארשיינליך נישט קיין רב...

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:08 am
דורך סמבטיון
קעו עס איינער פליז ארויפלייגן אויף דראפבאקס?

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:26 am
דורך [NAMELESS]
/

Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:40 am
דורך גרויסע מענטשעלע
קאך_לעפל האט געשריבן:דאס הארץ טיט באמת וויי אז אזא דרשה מיט אזוי פיל אמת און השקפה, האט געדארפט געזאגט צו ווערן דירך א ביזנעס מאן, און נישט דירך א גדול בישראל... אבער דער מעסעדזש איז ארויס: אז די רבנים זיצן אויף זייער אונטערשטע און לאזן אז רשעות און רציחה זאל בושעווען אין אונזער לאגער, וועלן ביזנעס לייט נעמען די לייצעס אין די הענט אריין, און זאגן וואס ס'דארף געזאגט ווערן...

אצינד בלייבט נאר איבער צו זען ווער ס'וועט נעמען דער מייקורפאן אין וויליאמסבורג...ווארשיינליך נישט קיין רב...

נאר א ביזנעס מאן איינער מיט געלד קען עס זאגן.

ער זאגט אינמיטען אז אויב די מוסד האט מורא אן צונעמען איינעם ווייל מגייט פארלירן געלד דורך דעם "בין איך דא אין איך וועל עס ערפילען".

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:50 am
דורך רויטע וואנצעס
לויט די בריוו וואס ראשעקאל ברענגט איז די גאטס פון רעכניץ פיל מער. דער ראביי קענעריק וואס ווערט געהאנערט זיצט לינקס פון רעכניץ מיט'ן ווייס'ן בארד (זעה 33:28) און רעכניץ רייסט שטיקער פון אים ווי אסתר ביי סעודת המן.

חידוש איז אז ר' שלמה לויבט אים גאר אויס דארט. קען זיין ער האט זינט תשובה געטוען.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס קען איך ענק צוזאגען אז ס'בלייבט מפטירין כדאתמול. צופיל טאטע'ס זענען צופרידען מיט די מצב, צופיל ליידיגייער'ס האלטען זיך פרומער מיט דער גאנג, און צופיל ליידיגייער'ס עפענען מוסדות, וואס ווען זיי נעמען אריין א קינד מיט פראבלעמען, וועלען זיי עס נאר מאכען ערגער.

באזני שמעתי מפ"ק פון אט דער קאנארעק: שטייט אין גמרא (שבת נה:) ארבעה מתו בעטיו של נחש ואלו הן בנימין בן יעקב ועמרם אבי משה וישי אבי דוד וכלאב בן דוד, פרעגט הרב אביגדור מיללער, ט'מיט וואס איז משה גרעסער ווי זיין טאטע? ער האט דאך יא געזינדיגעט, דארף דער תורה געגעבען ווערען דורך עמרם?
ענטפערט ער מיט א משל: א טרא"ק איז געפארען פון דער מערב זייט אמעריקא ביז צום מזרח. ביים אנקומען האט דער דרייוער זיך בארימט "געפארען שנעל און נישט קיין איין פעלער, נישט קיין טיקעט, נישט קיין עקסידענט, אלס איז געגאנגען כשורה". פרעגט מען איהם, "אקעי, ווי איז די סחורה?". זאגט ער "אוי! איך האב עס אלס דארט געלאזט!".
לאזען די סחורה דארט איז נישט שווער אנצוקומען בשלום.
אזוי אויך, אמאל א מלמד באמערקט אויף זיך אז ער האט קאליע געמאכט א קינד און שטארק פארגרייזט מיט איהם. זאג איך איהם (זאגט שח"ק) אז איינער וואס טוט זאכען, מאכט אמאל א גרייז. נאר איינער וואס טוט גארנישט מאכט קיינער נישט קאליע!!!

און דאס איז דער מייסטער מחנך וואס 'אחריות' איז דער ווארט וואס באדייט איהם! ער האט שוין דער תירוץ פאר'ן קאליע מאכען דאס קינד! זאל דער מלמד שפירען שלעכט! זאל ער וויסען אז איינער האט זיין לעבען אין דערערד אדאנק זיין אומאויסגעהאלטענער אויפפירונג. אבער דער גרויסער 'בעל אחריות' פארשטייט אז זיין אחריות איז צו דער מלמד'ס געפילען ווי איידער צו די אידישקייט פון די קינד, ער מוז ארויסהעלפען דער אומשולדיגע מלמד וואס וועט מעגליך פאררעכטען זיין וועגען פון די שולד שפירונגען וואס באלאגערען זיין געוויסען, און ער מוז איהם זאגען 'אחינו אתה', דו ביסט ווי משה רבינו נישט ווי זיין טאטע.


נ.ב. דא קען מען ליינען א בעסערע אנאליז, מיט ווייניגער העצעריי און מער שכל אויף דער טעמע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 1:03 pm
דורך שמעון וואלף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ראשיעשיבעס האבען דאך נישט קיין חדרים און נישט קיין מיידעל שולע'ס. וואס זענען זיי שולדיגט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


האט איר שוין אמאל געהערט פון "מדשתקי שמע מינה דניחא"?

רב רעכניץ'ס דרשה וואלט געדארפט געהערט ווערן פון די ראשי ישיבה זעלבסט

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 1:07 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:ממש מיר אויסגעכאפט, דער איז מורא'דיג, איך הייב אויף מיין היט פארנעם, דער האקט די הינער אויפן רויטן שמיטשיק, דער רייסט פון זיי שטיקער, איך וואלט נאר געטוישט איין ווארט פון זיין דרשה, אנשטאט די ווארט לעיקוואד, וואלט איך געניצט דאס ווארט ברוקלין.

פליקער: דו ביסט 100% גערעכט. נאר דער פראבלעם איז אז אויב איינער זאל האבן די גאטס אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי אדער קר"י און זאגן די אמת'דיגע דברים היוצאים מן הלב וועט מען איהם פאריאגן פון שטאט און מ'עט זאגן... דער שייגעץ דער עוכר ישראל, ער דערוואגט זיך אונז צו זאגן מוסר, אונז זעמיר דאך דאס הייליגסטע און בעסטע פון כלל ישראל, אונז ווייסן פונקטליך וואס דער רצון ה' איז. נאר די לעיקוואודער עסטאבלישמענט, די עליטע האט שוין פון לאנג געדארפט הערן אט די אמת'ע דיבורים, ווייל זיי זענען נאך א סאך ערגער ווי די אנדערע אויסגערעכנטע שטעט, בבחינת די שטאט צוער לגבי די איבעריגע סדום.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 1:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז ריכטיג ווען ס'איז פון זיי ערווארטעט. אין לעיקוואד זוכט קיינער נישט זייער מיינונג אין די זאכען. די פאליטיק דא איז אינגאנצען אנדערש ווי אין אנדערע שטעט, נישט בעסער נאר אנדערש. ממילא איז דאס נישט קיין טענה אויף זיי.
איך האב זיי נישט צו ליעב, נאר וואס איך וויל אז זיי זאלען זיך ווייניגער לאזען הערען, נישט מער. זיי טויגען נישט צו קיין סאך, און דאס וואס מ'רעדט זיך איין אז זיין א ראשיעשיבע מיינט מ'איז א גדול הדור מיט א מיינונג אויף אלעס שטערט הן דער ישיבה און הן דער כלל. זאלען זיי זיך באשעפטיגען נאר מיט'ן זאגען שיעורים, גיין נאך געלט פאר'ן ישיבה און טראכטען ווי אזוי בעסער צו מאכען די לערנען און די לעבן פון זייער יונגעלייט. און אזוי האט הרב שך זיי געזאגט פון אנהייב און זיי האלטען נישט ביים פאלגען, והדברים עתיקים וארוכים.

ר' בערל האקט, אבער אין לעיקוואוד הערט מען שוין אויך די רעדע, 'ווער איז דער רעכניץ איינצוטיילען דעות?' נישט אלע און קען זיין נישט רוב, אבער אזעלכע זענען דא. מ'עט באלד הערען פון די קינדער פון די מנהיגים שטייען אין קאווע שטיבלעך ארום שטאט רעדענדיג אזוי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 1:47 pm
דורך יעקב מענטש
.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 1:59 pm
דורך יעקב מענטש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ראשיעשיבעס האבען דאך נישט קיין חדרים און נישט קיין מיידעל שולע'ס. וואס זענען זיי שולדיגט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שורש פונעם פראבלעם,

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 2:44 pm
דורך וכדומה..
קאך_לעפל האט געשריבן:דאס הארץ טיט באמת וויי אז אזא דרשה מיט אזוי פיל אמת און השקפה, האט געדארפט געזאגט צו ווערן דירך א ביזנעס מאן, און נישט דירך א גדול בישראל..


די ווארט פון אזא מענטש ווי רעכניץ איז היינט אסאך מער פאוערפול, ארויף געקוקט, און דערהערט, ווי סיי וואסערע "גדול".
א סטעיטמענט פון א רב וכו' אין עטיקס מיינט שוין היינט גארנישט ביים עולם, און ווערט בכלל נישט דערהערט.