היימישיזם והמסתעף

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

היימישיזם והמסתעף

שליחה דורך קלינג »

די חברה פון די דרויסנדיגע גאס רופן אונז "חרדים". אזוי האבן זיי אפגעמאכט. וואס ווייסן זיי אבער וועגן אונז. נארישע מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי ווייסן און פארשטייען אלעס אויף דער וועלט. דאס זענען די זעלבע מענטשן וואס פארשטייען נישט די הארבקייט פון זיצן אין די ד' מאות פרסה פון א פרוי אויפן עראפלאן און אז דאווענען מיט מנין אויפן זעלבן פליגער איז נאך אזוי וויכטיג ווי זייערע סעיפטי רעגולעישאנס (מ'שטיינס געזאגט). גיי לערן מיט א גוי בטרנורא. ווען זיי וואלטן נאר געוואוסט אביסל וואס טוט זיך ביי אונז, וואלטן זיי פארשטאנען אז די נקודה איז ווייניגער "חרדי" און מער "היימיש".

היימיש איז דאס צויבער ווארט וואס נעמט ארום אלעס אין אונזער לעבן. יעדע זאך וואס מיר טוען און טראגן ווערט ראשית כל אוועקגעשטעלט קעגן דעם היימישן כור המבחן, און לויט דעם ווייסן מיר צי דאס איז עפעס וואס וואלט פארשאפט א נחת רוח פארן רבי'ן ז"ל אדער דאס קומט גאר פון די היינטיגע פאר'גוי'שטע גאס.

היימיש איז זייער א שטארק ווארט און גארנישט אויף די וועלט קען עס רירן פון פלאץ. מיר דאווענען מיט מנין, מיטן הוט און רעקל, ווייל אזוי טוט מען ביי אונז, היימישע אידן ("הכון לקראת אלוקיך ישראל" איז אן אסמכתא). דאס איז אויך די סיבה פארוואס דער דיינינג רום סעט קומט אין די לענג און דער שענדעליער מוז זיין מכוון קעגן דעם צענטער פונעם טיש. היימישיזם איז אויך פאראנטווארטליך אויף דעם עלפטן פון די עשרת הדברות אז א דיינינג רום אן קיין טשיינע קלאזעט איז לחלוטין נישט קיין דיינינג רום, און די אמת'ע איינוואוינער פון דעם שטיק מעבל זענען בלויז זילבער, ובדיעבד אויך קריסטאלענע פרוכט האלטערס.

כיוצא בזה מיט די פאדלאגע, ביי וואס היימישיזם דערהייבט האלץ, סערעמיק און קארפעט. אלע אנדערע מאטעריאלן זענען פאני, ובכל אופן זיכער נישט היימיש. אפילו די כשר'ע סטיל פאדלאגעס האבן אויך א באשטימטן סיסטעם וואו וואס גייט און וויאזוי.

היימישיזם פארנעמט נישט קיין גוטן ענגליש. אויב איר דארפט רעדן ענגליש צוליב צרכי מסחר וכדומה, מהיכי תיתי, אבער דאס מוז פריער פארפאקט ווערן אין א שווערן אקצענט. אנדערש שליסט איר זיך אויס פונעם כלל און זאלן די ציין אייך אייליג ווערן.

היימישקייט האט שטארק ליב ווען פאסן לויפן דורך די לענג פון רעקלעך. אזוי האבן מיר באקומען בקבלה איש מפי איש ביזן ערשטן היימישן, אז א רעקל (ווי אויך די וועסטל און הויזן) זאל האבן גראדע שטרייפן. גראד מיינט טאקע ממש גראד. שיפע שטרייפן, פאסן וואס לויפן אויפן רעקל באופן אלכסון, זענען בכלל נישט בגדר היימיש. איר קענט עס טראגן געזונטערהייט, אבער האט נישט קיין טענות אויב היימישע אידן ווילן זיך נישט מיט אייך משדך זיין. אויב גייט עס אייך אין לעבן צו טראגן א רעקל וואס איז אדער שטרייף-לאז אדער האט טאקע לעולם יא שטרייפן נאר זיי לויפן נישט אויפן רעקל אזוי גראד ווי דעם סעווענטין פון מאנרא ביז די קאנטרי, וועט איר קיין לייטישן שידוך מיט די קינדער נישט טאן און ס'וועט אייך נישט בלייבן אויף וועמען צו האבן טענות. די איינציגע ברירה וואס בלייבט פאר איינעם וואס איז אלערדזשיק צו גראדע שטרייפן איז זיך צו ווענדן צום באין ברירה'דיגן אלטערנאטיוו פון רעקלעך מיט אזעלכע קעסטלעך במקום פאסן. אבער צו דעם מוזט איר קודם זיין אי היימיש, אי באלעבאטיש (ווייסט טאקע נישט וואס באלעבאטיש מיינט? נו, כ'האב גראד געוואוסט אז דאס איז נישט קיין היימישער).

ס'איז נישט נאר מנהגים און בגדים נאר אויך א יחוס זאך. כדי צו באלאנגען צום כלל היימיש, דארפן אייערע אור עלטערן אפשטאמען פון אונגארן, פוילן אדער גאליציע. אויב איז פאראן אן עלטער באבע וואס האט פאר אדער דורכאויס די מלחמה געוואוינט אין רוסלאנד, דרום אמעריקע, גרוזיע, ליטע אדער גאר צפון אייראפע דעמאלט זענט איר בעצם קיינמאל נישט געוען היימיש. ביטע נעמט אין אכט אז דאס א חלילה נישט קיין שטאך און קיינער מיינט אייך נישט אוועקצומאכן, נאר אזוי גייט דער סדר העולם, פונקט ווי אלע אנדערע חוקי הטבע. ווען עמיצער ווערט (אויף קיין שום היימישן געדאכט) געבוירן מיט א מום קבוע קומט אים דען דערפאר א פאטש? נאר וואס דען, אזוי פירט זיך די וועלט. פונקט אזוי, ממש אויף דער האר, איז עס מיט איינעם וועמענס באבע איז געבוירן געווארן אביסל חוץ לתחום מזרח אייראפע.

עסן שפילט גאר א גרויסע ראלע אין הלכות היימישקייט, ספעציעל שבת ביי די סעודות. מ'איז זיך נוהג ביי אידן (לאו דוקא היימישע) צו עסן פלייש. אבער אי משום הא קען דאס פלייש זיין געקאכט, געבראטן וכדומה. היימישיזם, וואס איז בדרך לא דרך ארויפגעריקט געווארן צום אויבנאן פון פסקים הלכה למעשה, וויל זען דוקא טשיקען פלייש און סייד דישעס פון קוגל און פערפל. אויב איר גלייכט עס נישט אזוי און ווילט דאך יוצא זיין דעם "מנהג" פון עונג שבת, קענט איר צועסן אביסל קאלד קאטס, אבער נישט אויפן חשבון פון די פערפל! פערפל מוז זיין אפילו אויב דער גאנצער טאפ פארט תיכף פון טעלער צום מיסט קאסטן, ווייל פערפל און היימישקייט זענען פונקט ווי דאווענען און הוט: אויב פעלט איינס, איז דאס גאנצע געשעפט גארנישט ווערד. דאס איז שוין חוץ די אלע גרויסע פערפל ענינים וואס מ'זאגט נאך פון צדיקים, ווי אז פערפל במספר קטן באטרעפט "כח" וואס קומט מרמז זיין אז דורך די פערפל באקומט מען כח צו בלייבן היימיש, וויבאלד "היימישקייט" במספר קטן באטרעפט אויך 28, חושבנא דדן כחושבנא דדין.

ביי די מסכת פון שידוכים פארנעמט היימישקייט די וויכטיגסטע פלאץ און קומט פריער ווי דעם שידוך זעלבסט, שוין אפגערעדט פונעם בחור און מיידל. כדי א שידוך זאל בכלל אריינגיין בגדר שידוך, דארף היימישקייט דארט באקומען דעם שענסטן פלאץ. בערקאוויטש מיט גראזינסקי קען זיין דער שענסטער שידוך אויף דער וועלט, אבער היימיש וועט עס קיינמאל נישט זיין. אפילו אויב דער נאמען פונעם צד הכלה איז עפעס מער היימישלעך ווי למשל גראזיוויטש זענט איר נאך אלץ נישט ארויס מכלל סכנת אי-היימישקייט אזוי לאנג ווי ביי די "עטרת זקנים בני בנים" פיגורירט א נאמען וואס ענדיגט זיך נישט מיט "וויטש" אדער "מאן". אויב האט דער סיום השם אזעלכע אותיות ווי יו"ד אדער "עי"ן", ציט איר אויטאמאטיש אויף זיך ארויף דעם עקימת אף פון כל הקהל הקודש היימישער עולם.

היימישיזם גייט אויך אן ביים ווערטער אוצר אונזערן, וואס טעלארירט נאר געוויסע אויסדרוקן און איז אויטאמאטיש שולל אנדערע. "אקעי" איז היימיש, "בסדר", ווער רעדט שוין ווען דאס ווערט ארויסגעזאגט כזה "בסֶדר", איז דאך שוין ממש עק היימיש-וועלט. כיוצא בו מיט קאלירן, קארס, און אלערליי חפצים. א שירעם, אויב שוין נישט דער מהודר'דיגער פעך שווארץ זאל עס כאטש זיין א טונקעלע קאליר ובכל אופן נישט באשטיין פון מער ווי איין קאליר. א קאר זאל זיין א "נארמאלער" קאר, מיני ווען אדער סובוירבן (עיין ערך באלעבאטיש הנ"ל).

היימיש איז זייער א כללית'דיגע ווארט און האט מערערע סוב קאטעגאריעס. באלעבאטיש, פרום, חסיד'יש זענען בלויז עטליכע גאנגבארע ביישפילן. אבער ס'איז א שאד דאס אלעס מסביר צו זיין, ווייל אדער דארף מען עס נישט, אדער העלפט עס נישט, פונקט ווי מיט ביזנעס עגרימענטס און אנדערע נארישע פארמאליטעטן וואס זענען געמאכט געווארן בלויז פאר די נישט היימישע וועלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קלינג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מייקל פאראדעי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

שליחה דורך מייקל פאראדעי »

אזוי אמת. גיטע פונקטן.רייך און זאפטיג! אשפגתי עד מאוד. :lol:
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: היימישיזם והמסתעף

שליחה דורך שמערל »

דער אינגערמאן זאגט גוט! זוכער איז ער אן היימישער.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: היימישיזם והמסתעף

שליחה דורך נולד מאוחר »

זייער גוט ארויסגעברענגט!
פארשפארט