בלאט 1 פון 3
אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וויל מפרסם זיין א זאך, וואס קען מעגליך האבן א תועלת פאר'ן ציבור.
איך האב שוין עטליכע מאל צוזאמענגעלייגט ספרים און ביכער, אלטע וואס האבען שוין נישט קיין קאפירייט דערויף, און ערלעדיגט אויף אן אופן אז מ'זאל עס קענען קויפען אויף אמאזאן. איך האב עס בעיקר געטוהן פאר זיך צו קענען קויפען, אבער איך מערק אז אפאר מאל איז עס פארקויפט געווארען. דעריבער לייג איך דא עטליכע לינק'ס און דערמיט וועל איך זען. טאמער מ'וועט עס קויפען, וועל איך וויסען אז דער עולם איז אינטרעסירט און איך וועל צולייגען.
קודם כל, וויל איך דערמאנען דער
ספר וואס איך האב צוזאמענגעלייגט פון היברובוקס. דאס רוף איך אן 'כתבי בית סלאנים', וואס ס'האט אין דעם די כתבים פון ר' יאשע שו"ב און ר' משה מידנער. ר' יאשע שו"ב איז בעיקר מעשה'ס פון די בע"ש אראפ צו גזע בית סלאנים\קאברין און נאך. די מעשה'ס דארט זעט מען נישט אין אנדערע ערטער. ר' משה מידנער איז בעיקר קורצע מימרות אויף חסידות, העכסט אינטרעסאנט.
איך האב אויך ארויפגעלייגט
דער בוך פון שלום אש - דער תילים איד, וואס ס'זעט אויס ס'איז געשריבען אויף הרב יחיאל מאיר גוסטנינ'ער, הגם ער ווערט דערמאנט אינ'ם בוך אלס אן אנדערע מענטש. דאס איז אן עפענונג צו די הארץ פון א רבי מיום הוולדו עד יום מותו, מיט א בליק אין קאצק און אין די דארפס לעבען פון יענע צייטן. איך האב עס געהאט לעבן מיין בעט פאר א שטיק צייט און זייער הנאה געהאט.
איך האב נאך אפאר, אבער איך וועל ווארטען צו זען וואס ס'טוט זיך מיט דעם, צו מ'עט קויפען און וואס מ'וויל. טאמער דער עולם האט בקשות, קען מען מיר שיקען. אלעס פון דער אידיש ביבליאטעק פון סטיווען ספיעלבערג קען איך ארויפלייגען, ועוד.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:20 am
דורך שלום על ישראל
זייער שיין אבער די
סלאנעמער ספר האט די בילדער פון פארנט אלס אונטן, און די פון אונטן אלס פארנט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:33 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אזוי איז ביי אלע לשה"ק ספרים, וויבאלד זיי דרוקען דאך אויף צוריק. ס'קומט נארמאל ווען מ'דרוקט עס. זיי האבען נישט קיין אפציע פון רעכט'ס אויף לינק'ס
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:07 pm
דורך ירא שמים
בקשה, פון מיין טאטנס בית דין שטוב אדער פון א וועלט וואס איז נישט דא מער.
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'עט זוכען און פראבירען. ס'קען נעמען א פאר טעג. אז דו קענסט מיר שיקען א לינק אין אישי, וועט עס זיין שנעלער.
טאמער איינער קויפט עפעס, ביטע שרייבען דא, ווייל ס'נעמט א פאר טעג ביז איך הער פון עמעזאן
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 3:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז א בוך וואס איז אריגינעל געשריבען געווארען אין אידיש, אבער איך האב עס נישט געטראפען נאר אין לה"ק. דאס איז א העכסט אינטרעסאנטער בוך געשריבען דורך א איד, מראשי הציונים בדורו, וואס האט געהאט באציאונגען מיט אסאך מגדולי דורו פון ליטא. ער באשרייבט זיי אויף אן אופן וואס אנדערע באשרייבען נישט, און האט מעשה'ס וואס איך קען נישט פון ערגעץ אנדעריש. ער האט פון הגר"ח בריסקער און הגר"י סאלאנטער (און זיין זוהן דער מאטעמאטיקער), פון דער נצי"ב און דער קאוונא רב רי"א, פון ר' אלינקה קרעטינגא און נאך אנדערע. פארשטייט זיך, ער מעסט יעדער איינער לויט זיין קוק אויף די חלום הציונות, אבער ער האט נאך אינטרעסאנטע זאכען. אין דער בוך the making of a gadol דערמאנט ער אסאך פון די בוך, רופענדיג איהם אן mark
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 3:49 pm
דורך [NAMELESS]
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 4:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א גרויסען שקויעך. איך זוך עס שוין יארען. מ'גייט טוהן צו דער זאך, און אנגרייטען צום דרוק דער אידיש ווערזיע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 4:47 pm
דורך ונבנתה העיר
ליטוואק, ווען דו קענסט ארויפשטעלן קווארטינ'ס בוך
'מיין לעבן' וואלט איך דיר מכיר טובה געווען, כ'גלויב אז עס וועט זיך פארקויפן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 6:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נא דיר דער בוך פון זבלון קווארטין. איך האב עס נישט געלעזט, אבער ס'איז גאר א גראבע'ן בוך, און דער וואס אינטרעסירט זיך אין חזנות און היסטוריא, וועט מסתמא הנאה האבען. הרב [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט דאס געבעטען, ע"כ אוחיל לו.
נא דיר דער אידיש ווערזיע פון דער בוך פון יעקב מארק. איך מערק יעצט אז דער בוך אז פיל גראבער ווי דער לשה"ק'דיגע ,און ס'האט באשרייבונגען פון משכילים און פון גדולים. ס'איז גאנץ מעגליך אז אפילו די גדולים זענען צענזארירט אין דער לשה"ק'דיגע ווערזיע. א דאנק [tag]ריכטיג[/tag] פאר'ן אויפמערקזאם מאכען.
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 6:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און הרב [tag]ירא שמים[/tag],
דא האט איהר אייערע געבעטענע ספר, אבער ס'איז נאך נישט גרייט. מ'עט דארפען אביסל ווארטען ביז עמעזאן האט עס אויף צו קויפען
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 7:02 pm
דורך ונבנתה העיר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נא דיר דער בוך פון זבלון קווארטין. איך האב עס נישט געלעזט, אבער ס'איז גאר א גראבע'ן בוך, און דער וואס אינטרעסירט זיך אין חזנות און היסטוריא, וועט מסתמא הנאה האבען. הרב [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט דאס געבעטען, ע"כ אוחיל לו.
א גרויסן דאנק דיר, ליטוואק, עס וועט יעדער הנאה האבן פון דעם בוך, לאו דוקא חובבי חזנות.
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 7:18 pm
דורך ירא שמים
ונבנתה, מה כ״כ מיוחד בספר זה?
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 7:26 pm
דורך ונבנתה העיר
ער האט גאר א זאפטיגע אויסשפראך, און גיבט אן אייגענארטיגען בליק אויפן דעמאלטס'דיגען הלוך ילך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 1:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי אז [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט טאקע א השפעה אויף מענטש'ן, ווייל מ'האט עס נארוואס ארויפגעלייגט אויף עמעזאן, און איינער האט עס געכאפט. טאמער ס'איז איינער פון דא, ביטע שרייבען אין אישי אלע טענות וואס מ'האט, און ברבים אויסרימען די מעלות, און נישט להיפך כנהוג. מיט'ן עוקר זיין דער מנהג וועט מען מכפר זיין אויף אלס וואס מ'האט נישט אנגעהאלטען אנדערע מנהגים, כגון לימוד ליל ניטל רח"ל, און מ'עט מעלה זיין אלע אזעלכע עבירות לשרשם.
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 6:32 pm
דורך ירא שמים
אפשר קענסטו ארויפלייגן א בילד וואו אזוי די בענדער קוקן אויס?
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 6:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די דעקל פון
מיין לעבעןס'איז גאנץ פשוט, איך בין נאך נישט קיין מומחה אין מאכען די זאכען, נאר פשוט'ער. אפשר מיט די צייט וועל איך ווערען בעסער
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 6:49 pm
דורך ירא שמים
נישט די גרעפיקס פונ׳ם דעקל האב איך געוואלט זען, נאר די ביינדיג פון די זייטן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 7:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט מער ווי דאס, און וואס מ'קען זען אויף עמעזאן. איך האב עס נישט געקויפט פאר זיך, עכ"פ נאך נישט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 7:26 pm
דורך נהורא נפישא
טאקע דאס איז מיר אויך אינטערסאנט געווען צו וויסן, צו ס'איז געבינדען ווי א רעגולער softcover book אדער עפעס אזא סארט comb binding וואס פלאצירט זיך נישט גוט אריין אין ספרים שאפע, טאמער ס'איז געבינדען גוט אפילו ס'איז נישט מוראדיג פראפעסיאנאל האב איך אויך א ליסטע וואס צו באשטעלן.
אגב יעקב מארק'ס בוך האב איך ביי מיר, כ'האב דאס געקויפט אמאל ביי פינטער'ס פאר א פאר זלאטעס, ס'איז זייער אינטערסאנט, באשריבן גדולי ישראל און נאך חכמי ישראל פון א פערזענליכן פערספעקטיוו, ער אלס א גרויסער עסקן פאר די חובבי ציון האט געהאט אסאך פערזענליכע שייכות מיט אסאך רבנים און עסקנים.
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 8:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, ס'איז אלס glue binding אזוי ווי א קונטרס, מיט אן אפגעדרוקטע'ן רוק.
נישט וואוינענדיג אין נ.י., קומט מיר זעלטען אויס זיך צו דרייען אין טשיקאווע ספרים געשעפטען. דער אינטערנעט האט מיר שטארק געהאלפען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 11:11 pm
דורך ונבנתה העיר
יא, ס'איז פיין אויסגעקומען, די אותיות זענען נישט אזוי שארף, אבער עס שטערט נישט דאס ליינען.

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 1:09 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז מיר א זכיה צו האבן דעם זעלבן שבת'דיגן טישטוך ווי דיר.