בלאט 1 פון 2
קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך איין
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 10:46 pm
דורך הוגה
[justify]איך גיב אייך דא אן איימאליגע געלעגנהייט צו ווערן א בן עולם הבא גענצליך אומזינסט. איך פארשטיי אז איר וועט אוודאי מיך אויסלאכן און איר וועט זאגן אז איך בין גוט משוגע. אבער שטעלט אייך אפ פאר איין רגע און פרעגט זיך אליין, וואס אויב עס איז יא אמת? וואס וועט איר טון אויב למעשה, אויף יענע וועלט און איר וועט זעהן אז צוליב אביסל סקעפטיסיזם אדער צוליב דעם וואס עס האט אייך נישט געפאסט, האט איר אנגעוואוירן אייער טייל אין עולם הבא? אלזא טייערע חברים, איר דארפט נישט טון מער ווי זיך איינשרייבען דא אין דעם אשכל און אזוי זיך פארזיכערן א חלק לעולם הבא.
איין תנאי, ווען מ'וועט אי"ה אנקומען דארט וועט יעדער זיך דארפען מגלה זיין פאר מיר (איך וועל פארשטייט זיך ווייטער האלטען ענקערע עכטע נעמען פאר א סוד) און אזוי וועט מען פארמיידען דאפעלטע ניק'ס פון נעמען מער פון איין חלק.
יעדער וואס וויל האבן א חלק אין עולם הבא זאל זיך איינשרייבן אין די אשכול בעפאר ר"ח אדר א' תשע"ו.
.[/justify]
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:07 pm
דורך ירא שמים
סהייסט דו גיבסט אוועק דיינס?
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
אין
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:59 pm
דורך אחד העם
[tag]הוגה[/tag] וואס איז די חילוק פון א סקעפטישע מושג, און א אילוזיע? איז דא א חילוק פון זיין סקעפטיש אויף א מושג, און נישט גלייבען אן אילוזיע?
אז כ'פרעג שוין אין די ענינים, איז דא אזא זאך ווי אילוזיע'רן אויף א מושג וואס איז סקעפטיש? ס'הייסט, מאכן אן אילוזיע אויף א סקעפטישע מושג, וועט זיין א חילוק צווישען די מושג וואס מען סקעפטירט, און די אילוזיע?
ודו"ק
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:23 am
דורך געוואלדיג
[tag]הוגה[/tag], נאו פראבלעם, אבער בעפאר טוה ווי ראשעקאל און לייג ארויף א בילד פון די עוה"ב וואס דו האסט איינגעקויפט אויף צו טיילן...
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 1:42 am
דורך קאצקע ציקער
סוי דו ווילסט ארויסברענגען אז ביי די לאטערי אשכול האט מען יא געטראכט אז מען האט א טשענס , איך הער
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:27 am
דורך הוגה
[justify][tag]אחד העם[/tag], כ'פארשטיי נישט. [tag]געוואלדיג[/tag], איך טייל עולם הבא. ווילסט נישט איז נישט אבער האב נישט קיין טענות שפעטער. קאצקע, האסט א גוט קעפל, כאפסט שנעל.

דערווייל זעה איך אז ס'איז נאר ראשעקאל און איך.
.[/justify]
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:29 am
דורך געוואלדיג
איך וויל זייער, אבער ווייז אויף אז דו האסט עפעס אין האנט....
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:40 am
דורך הוגה
[justify]איך ווייז גארנישט אויף. איך פארשטיי אז קלוגע מענטשן ווייסן אז עס איז כמעט נישט דא א טשאנס אז עס וועט געשעהן. אבער דו מוזט מודה זיין אז עס איז דא עפעס א מעגליכקייט אז עס איז אמת און וועט יא געשעהן. דו וואלסט נישט געשוואוירן ביי א ס"ת אז ס'וועט נישט געשעהן.
.[/justify]
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:53 am
דורך אחד העם
מען גלייבט עס נישט, אלס אילוזיע.
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:58 am
דורך הוגה
איך כאפ נאך אלץ נישט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 11:40 am
דורך אחד העם
הוגה האט געשריבן:איך כאפ נאך אלץ נישט.
איינער וויל זיך דא אפגעבן מיט [tag]הוגה[/tag], און אים מסביר'ן אז מען גלייבט אים נישט ווייל סאיז א פאנטאזיע, און נישט וועגן די ווייניג טשאנסן?
איך האב נישט קיין נערווען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 11:59 am
דורך הוגה
[justify]נו אוודאי! פארשטייט זיך אז דו האלטסט אז עס איז א פאנטאזיע. מיינסט האסט עפעס אנטדעקט אמעריקא? אבער קענסט דאך נישט זיין הונדערט פראצענט זיכער אז ס'איז טאקע א פאנטאזיע. איז דען נישט דא עפעס א מעגליכקייט, כאטש איינס פון צוויי הונדערט מיליאן טשאנס אז וואס איך זאג וועט יא געשעהן? פארוואס וואלסטו גענומען דער טשאנס ווען עס קאסט דיר גארנישט אויסער אביסל זיך ברעכן דער pride?[/justify]
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:43 pm
דורך נאך א מיינונג
דער צושטעל איז נישט צו דער זאך. לאטער"י איז בלויז אן ענין פון טשאנסע"ס, און דער קליינער טשאנ"ס איז אויך אפשר עפעס ווערט, לפי שיטת אותם שנרשמו. עוה"ב איז לויט'ן ארבעט פון די מענטש'ן, נישט עפעס א קליינע טשאנ"ס, און איינער וואס שרייבט זיך דא איין אין די אשכול מאכט טאקע א קרומע חשבון, זוכענדיג עוה"ב אין די וועלט פון טשאנסע"ס.
אבער טאמער יא, קען איך באשטיין!
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:49 pm
דורך יעקב מענטש
ווען דער כופר מאנדעל האט פארקויפט זיין עולם הבא אויף איבעי, האט ער געגעבן א שטיקל ליסטע פון עקאמפלישמענטס פארוואס ער האלט אז ער וואלט ווען געדארפט באקומען עולם הבא.
מיט וואס קומסטו צום טיש ?
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:54 pm
דורך mevakesh
@הוגה ביטע הער אויף דו ביסט מיר מכשיל מיט הרהורי כפירה
באמת איז פשוט מענטשען לעכצען מער פארן דאללאר ווי עולם הבא ממילא ווען עס קומט צו געלט ווערט מען אומריאליסטיש
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 1:09 pm
דורך אחד העם
הוגה האט געשריבן:[justify]נו אוודאי! פארשטייט זיך אז דו האלטסט אז עס איז א פאנטאזיע. מיינסט האסט עפעס אנטדעקט אמעריקא? אבער קענסט דאך נישט זיין הונדערט פראצענט זיכער אז ס'איז טאקע א פאנטאזיע. איז דען נישט דא עפעס א מעגליכקייט, כאטש איינס פון צוויי הונדערט מיליאן טשאנס אז וואס איך זאג וועט יא געשעהן? פארוואס וואלסטו גענומען דער טשאנס ווען עס קאסט דיר גארנישט אויסער אביסל זיך ברעכן דער pride?[/justify]
וע"ז כבר שאלתי:
[tag]הוגה[/tag] וואס איז די חילוק פון א סקעפטישע מושג, און א אילוזיע?
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 1:42 pm
דורך טמיר
I'm in. איך האלט אז פארן זיך איינשרייבן אליין קומט זיך שוין א שטיקל עוה"ב.
עניוועי, הוגה האט באוויזן צו מאכן דאס גענאר פונעם עולם.
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 2:00 pm
דורך דעת תורה
נאר איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט אין דעם אשכול?
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 2:09 pm
דורך הוגה
[justify][tag]נאך א מיינונג,[/tag] איך זעה אז דו גלייבסט אז עס איז דא עפעס א טשאנס...
[tag]יעקב מענטש[/tag], איך בין נישט דא צו קאנווינסען קיינעם. אויב גלייבסטו אז ס'נישט דא דער מינדעסטע טשאנס, דאן שרייב דיך נישט איין.
מבקש, איז עס נישט א בושה צו זעהן וויפיל האבן זיך איינגעשריבן פאר געלט און ווי ווייניג פאר דער טשאנס צו זיצן און נהנה זיין מזיו השכינה?
[tag]אחד העם[/tag], דו רעדסט אין צו שווערע קאודס פאר מיין נארישע שכל.
.[/justify]
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 2:50 pm
דורך פרייוויליג
וואס פארשטייט עטץ נישט, @הוגה לעבט אין א תמידית׳דיגע שרעק אז נאכן שטארבן וועט ער זען א ריזיגן שילד COLOR WAR
Re: קאווע שטיבל'ס עולם הבא גאראנטי - אומזינסט!! שרייב זיך אי
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:16 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה/
פארוואס שרייבסטו גארענטי?
נשלח: פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:29 pm
דורך ונבנתה העיר
הוגה, ווען די פאקט וואלט געוויזן אז איינער פון די וועלכע באטייליגן זיך אינעם שפיל וועט זיכער, היינט אדער מארגן, געוואונען עוה"ב, וואלט עס געווען א צושטעל.