פאראדאקס: חרדי'שע לעבנסשטייגער און איר קעגנערשאפט צו סענדערס
נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:21 am
[justify]איך בין פאר א רגע ארויפגעגאנגן אויף אייוועלט און ערשטוינט געווארן צו זעהן וויאזוי מען רעדט דארט פון בערני סענדערס, און די פאקט אז ער האט שטארקע שאנסן צו זיין דער נעקסטע אמעריקאנער פרעזידענט. עס איז נאר doom and gloom איין תגובה נאכן אנדערע. עס קען זיך דאכטן אז מען רעדט דארט פון עפעס א גזירת גירוש אדער פון די נעקסטע היטלער ה"י. מענטשן קענען נישט פארשטיין וואס איז געשעהן מיט האלב אמעריקא, ווען זענען זיי אזוי משוגע געווארן אז זיי זענען גרייט ח"ו אויפצונעמען א "סאציאליסט" אלץ פרעזידענט היל"ת. די שרעק און פחד שוועבט דארט אין די לופטן.
דער אמת איז אז אייוועלט שפיגלט ס"ה אפ וואס טוט זיך אין ביהמ"ד. רוב היימישע עולם רעדט פון בערני ווי פון "יענע מחלה" רח"ל. אויב פרובירט איינער אים צו פארטיידיגן אביסל כאפט ער קאלטס און ווארעמס פון אלע זייטן. "זיי נישט אזא אויבער-חכם! דו ווילסט טאקע א סאציאליסט אלץ פרעזידענט? נאר דאס פעלט אונז אויס. עס וועט צוריקנעמען אמעריקא צו די מיטלאלטער וכו' וכו'."
איך גיי נישט אריינגיין אין די נושא פון בערני'ס פאליסיס צי עס איז גוט פארן לאנד אדער נישט. איך גיי אויך נישט אריינגיין אין די נושא אויב בערני וועט בכלל קענען אדורכפירן סאציאליסטישע רעפארמאציעס אלץ פרעזידענט. איך וויל אדרעסירן דער נושא פון א ריין חרדי'שע פערספעקטיוו. וואס איז גוט פאר אונז היימישע אידן? וויאזוי דארף א היימישע איד צוגיין צו די דאזיגע וואלן? וואס האלטן נידערמאן, גלאנץ, נאווימינסקער רבי וכדומה? כדי דאס צו טון דארף מען אבער קודם אדורך טון אן עטוואס ווייטאגליכע נושא וואס בעצם השתיקה יפה לה, אבער עס קען נישט שאטן צו זיין אביסל אויפריכטיג אמאל א יובל און רעדן מיט אן honesty און אויפריכטיגקייט.
עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז א גרויסע טייל פונעם היימישן עולם איז אנגעוויזן אויף רעגירונג'ס פראגראמען. מען קען אפילו זאגן אז רוב רובו פונעם עולם האט עפעס א גאווערמענט פראגראם. אין קרית יואל אליין איז באריכטעט אז העכער ניינציג פראצענט פון די ארטיגע איינוואוינער זענען אנגעוויזן אויף מעדיקעיד. עס איז אויך נישט קיין סוד פאר קיינעם אז טייל מאל ווערט דער אמת אביסל אויסגעצויגן אויף רעכטס און לינקס כדי מען זאל קענען קוואליפיצירן פאר די דאזיגע פראגראמען.
ליידער האבן אסאך שונאי ישראל שוין פרובירט אנצודרייען א שטינק און אנצייגן אז אסאך נעמען די פראגראמען שלא ביושר. זיי האבן אנגעצייגט אז דער לעבנסשטייגער פון היימישע אידן, נייע קאר ליעס יעדע דריי יאר, הייזער פאר 400-800 טויזנט דאלער, פריוואטע סקולס, צען קינדער וכו', מוז קאסטן אסאך מער ווי די נישטיגע סכום וואס מען גיבט אריין כדי מען זאל קענען קוואליפיצירן פאר די פראגראמען. באמת איז טאקע שווער, איז דען ריכטיג צו שווינדלען און אויסנארן די רעגירונג? וואס איז מיט כח הפועל בנפעל? וואס איז מיט אמונה ובטחון? דאס זענען אלץ גוטע קשיות וואס מיר וועלן לאזן די צדיקי ומנהיגי דורינו זיך ספראווען דערמיט און פארענטפערן.
למעשה, וואס פארשטייט א גוי צו די צרכים פון א אידישע משפחה? קען דען א אידישע משפחה מיט אכט אדער צען קינדער לעבן אויף פערציג-פופציג טויזנט דאלער א יאר? טראכט אריין פאר איין רגע, רענט אדער מארטגעזש פאר א 5 בעדרום דירה צוזאמען מיט יוטיליטיס און הויז אינשורענס אליינס איז שוין העכער פערציג טויזנט דאלער. ווער רעדט נאך פון עסן און קליידער פאר אזא קינדער-געבענטשטע משפחה? און וואס טוט זיך מיט שכר לימוד פאר ישיבה און סעמינאר? די הוצאות שבת ויו"ט? חתונה מאכן?
א יעדער איינער ווייסט אז 35 יעריגע היימישע איד א בעל משפחה וואס מאכט הונדערט פופציג טויזנט דאלער דעקט קוים דעם חודש. און דאס איז נאך פארן אנהייבן טראכטן פון אוועקלייגן א דאלער אויף חתונה מאכן די קינדער. ממילא איז דער איינציגסטע וועג צו סורווייווען דורכן נעמען פון די רעגירונג. אנדערש איז פשוט אוממעגליך.
א חבר מיינער איז א מלמד און א טיטשער, ער מאכט פופציג טויזנט דאלער א יאר. זיין ווייב האט א פארט-טיים דזשאב און זי מאכט נאך צוועלף טויזנט. זיין זוממער דזשאב גיבט אים נאך צען טויזנט דאלער א יאר. ביידע זענען גאר פלייסיגע ארבייטער, זיי נוצן אויס א יעדע מינוט אין טאג. וויאזוי דארף ער צו קענען אויסהאלטן א משפחה מיט ניין קינדער אויף א יערליכע געהאלט פון צוויי און זיבעציג טויזנט דאלער? ספעציעל ווען לכה"פ צען פראצענט גייט אראפ פאר טעקס! בלית ברירה מוז מען ארבייטען שווארץ, אזוי שפארט מען זיך די טעקסעס און אינאיינוועגס באקומט מען רעגירונג'ס פראגראמען. טעקס ריטורן איז דרייצן טויזנט. פוד סטעמפס און וויק איז פופצן טויזנט. וואוטשערס און דעי קעיר שפארט אים איין צוואנציג טויזנט. מעדיקעיד שפארט אים איין פופצן טויזנט. דאס גיבט אים א סך הכל פון הונדערט פינף און דרייסיג טויזנט דאלער, פונקט גענוג צו קענען ערפילן זיין שפארזאמע לעבנ'ס געברויכן.
דאס איז נישט נאר מיין חבר'ס געשיכטע, דאס איז דער נחלת הכלל. דא איז נישט דער פלאץ אריינצוקריכן אין די סיבות פארוואס דער מצב איז אזוי, נאר צו זעהן אז אזוי איז דער מצב. עס גייט שוין אזוי פאר לאנגע יארן און עס זעהט נישט אויס אז עפעס וועט זיך טוישן אין דער נאנטע צוקונפט. עס איז סימפלי נישט דא קיין אנדערע וועג. צוליב דעם זענען דא מערערע ארגעניזאציעס אין א יעדע היימישע געגנט (ווי אויך אין די ארימע געגענטער פון א יעדע סארט געמיינדע איבער אמעריקא) צו העלפן מענטשן וואס דארף הילף אז זיי זאלן זיך אוועקשטעלן אויף אן אופן אז זיי זאלן קוואליפיצירן פאר די הילף וואס דער מלכות של חסד וויל זיי געבן. פאר דעם זענען דא איינגעשטעלטע אין יעדע איינציגסטע היימישע מוסד וואס זייער דזשאב איז צו מאכן זיכער אז ווי מער פונעם עולם קוואליפיצירט פאר וואוטשערס, לאנטש פראגראם, עפטער סקול פראגראם, פרי קעי, דעי קעיר, טייטל וואן, טעפ, פעל וכדומה.
עס איז נישט בא'טעמ'ט אז מיר לעבן אין אזא ביטערע מצב, אבער דאס איז דער מציאות.
קומט אן עפעס א משוגענער פון ווערמאנט און טענה'ט אז ער וויל ווערן פרעזידענט, און ווען ער וועט זיין פרעזידענט וועט ער איינפירן נייע געזעצן וואס וועלן צושטעלן די אלע פראגראמען פאר דעם היימישן ציבור אן דעם וואס מען זאל דארפן זאגן ליגנט אדער שווינדלען. מען וועט מער נישט דארפן שטיין אין ליין אין די רעגן פאר לאנגע שעות אין מאנטיסעלאו כדי צו באקומען סעקשאן אכט. איר וועט מער נישט דארפן זיך מאכן ווי איר גייט דארט וואוינען ווען בעצם וואוינט איר און איר פלאנט לכתחילה צו וואוינען אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק. סענדערס פלאנט אייך צו דעליווערן סעקשאן אכט גראד קיין ראדני און הופפער.
סענדערס זאגט אז ער גייט איינפירן אז איר קענט מאכן אלע אייערע געלטער ווייס אויף די ביכער, איר דארפט מער נישט באהאלטן איירערע געלט אין גמחים וואס קענען אנזעצן אייער גאנצע פארמעגן, נאר איר וועט עס קענען האלטן ווייטער אין די באנק. איר וועט מער נישט דארפן זיין אויף ביינאכט אין פחד אז מען וועט אייך ארעסטירן פארן נישט באצאלן טעקס אדער נעמען פראגראמען אומלעגאל. סענדערס זאגט אז ער פארשטייט אז מען קען נישט לעבן אויף א געהאלט פון זיבעציג טויזנט דאלער. סענדערס זאגט אז איר וועט קענען מאכן די זיבעציג טויזנט אן באצאלן טעקסעס און איר וועט ווייטער באקומען מעדיקעיד און פוד סטעמפס.
בקיצור, דער משוגענער זאגט אז איר וועט קענען טון אלעס וואס איר טוט ביז היינט, נאר פון היינט און ווייטער וועט עס זיין לעגאל און נארמאל! און דער משוגענער האט גראדע א גאר שטארקע שאנס צו געווינען! עס וואלט געווען ערווארטעט אז מיר זאלן זיין די גרעסטע סענדערס שטיצער. נידערמאן וואלט געזאלט זיין אפיציעלע ליעזאן. בעני פאלעטשעק וואלט געדארפט האקן ארטיקלען אויף זיין בלאג טאג און נאכט. ק"ש און א"וו וואלטן געדארפט זיין די גרעסטע ריקרוטינג צענטערן פאר סענדערס וואלונטירן.
דערווייל עולם הפוך ראיתי. דער עולם גייט ארום פארכמורערט און פארזויערט. "דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין אויב דער סענדערס געווינט חס ושלום" זאגט איינער. "סענדערס וויל אז רוב עולם זאל זיין אנגעוויזן אויף גאווערנמענט הענדאוטס" זאגט דער צווייטער. "איך גיי וואוטען פאר קלינטאן אין די פריימעריס כאטש איך האב איר פיינט אבער אלץ בעסער ווי סענדערס חלילה".
וואט דע העק??? רוב עולם איז אנגעוויזן אין גאווערנמענט הענדאוטס!!! סענדערס וויל גארנישט טוישן. סענדערס פארשטייט פשוט וואס מיר פרומע אידן פארשטייען שוין פאר דרייסיג יאר, אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו סורווייווען. איז דא עפעס א מסורה איז מיר מוזן גנב'נען? האלב אמעריקא איז משוגע? גאנץ חרדי'סטאן איז צידראדעלט! אנשטאט זיך צוכאפן צו דעם קאנדידאט וואס וועט זיין די בעסטע פאר דעם היימישן עולם, בארעדט מען אים נאך ווי כאילו ער וואלט געווען דער וואס בא'גנב'ט די רעגירונג. וואו איז אגודת ישראל? פארוואס שטייען זיי נישט מיט סענדערס? זיי זענען דאך די וואס זיצן אין אלבאני און וואשינגטאן און שתדל'ן פאר פראגראמען פאר דעם היימישן ציבור. דא האט איר איינער וואס איז פיינעלי גרייט צו געבן, שטופט איר אים אוועק?
וועט א חכם זיך אנרופען אז אמעריקא וועט גיין באנקראט אויב וועט סענדערס איינפירן זיינע פראגראמען. איך וויל נישט אריינגיין אין דער נושא דא און אוויפווייזן וואס פאר א נארישע טענה דאס איז, אבער פארוואס מיינט איר אז אמעריקא וועט גיין ווייניגער באנקראט אויב מען נעמט די אלע פראגראמען בגניבה ווי ווען מען באקומט עס אפיציעל? ווען דו קעשסט איין דיין חודש'ליכע סעקשאן אכט, וואוטשער, פוד סטעמפס אדער טעקס ריטורן טראכסטו נישט איבער די אכצן טריליאן דאלערדיגע דעפיצעט. אבער ווען עס קומט איינער און וויל עס געבן אפיציעל, דעמאלטס פלוצלינג הייבט איר זיך אן צו זארגן? דאס מאכט עפעס סענס?
מורי ורבותי. הריני מוסר מודעה לפניכם אז דורכאויס מיין לעבן האבן איך פרובירט צו לעבן מיט בטחון און נישט נעמען געלט וואס קומט מיר נישט. איך האב כמעט נישט נהנה געווען פון די רעגירונג אפילו אין צייטן ווען עס איז מיר געווען שווער. איך זאג דאס כדי איר זאלט וויסן אז דאס איז נישט קיין פערזענליכע נגיעה נאר עס איז מיין נגיעה לטובת כלל הציבור. אויב גייט דער יעצטיגע מצב אנגיין ווייטער ווי ביז יעצט וועט אטאסוויל קענען בויען אן עקסטרע בנין נאר פאר היימישע אידן. עס איז נישט שווער פאר די עף בי איי אויסצוגעפינען וואס עס גייט דא פאר. מען רעדט דא פון ביליאנען דאלארן, נישט קיין קלייניגקייטן. ווער ווייסט ווען דער שרעקעדיגער טאג וועט קומען. וואס וועט מען דעמאלטס טון?
מיר האבן יעצט א געלעגנהייט צו פאררעכטן דעם פראבלעם. אויב סענדערס קען געווינען דער פרעזידענטשאפט איז דא א שטיקל טשאנס אז אפשר וועט ער קענען לעגיטימיזירן דאס וואס עס קומט זיך אונז עניוועי. ער וועט זיכער אויסשטיין שווערע אפעזיציע אין די קאנגרעס און סענאט, אבער ער פארשטייט אונז כאטש. ער וויל אונז העלפן. עס ליגט א חוב אויף א יעדע איינציגסטע מענטש וואס קימערט זיך מיט די צוקונפט פון די היימישע געמיינדע, מיט א יעדע מענטש וואס האט א געפיל פאר פדיון שבויים, ביקור חולים, עזר למזון, קופת העיר, עזר לשכר לימוד, קופת חתנים וכו' וכו' צו טון וואס מען קען צו העלפן סענדערס געווינען. איינער וואס האקט אויף סענדערס זאל וויסן אז ער נעמט ארויס דאס ביסן ברויט פון צענדליגע טויזנטער אידישע קינדערלעך און עס וועט מעגליך ליגן אויף זיין האנט דאס בלוט פון הונדערטער אידישע ארעסטאנטן.
.[/justify]